דורך שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:56 pm
דער טאג איז באשטימט געווארן אלס יום טוב בימי חשמונאים, ווייל אין דעם טאג האבן די חשמונאים באוויזן מבטל צו זיין די גזירות פון אנטיוכוס און די יוונים.
ה'תס"ג: דער הייליגער פני יהושע שרייבט אין די הקדמה פון זיין בארימטן חיבור (חלק ב' סדר נשים), אז אין דעם טאג האט פאסירט א שרעקליכע אויפרייס פון פולווער-שטויב אין צענטער פון לעמבערג (לבוב) וואס האט אויפגעטרייסלט די שטאט, און געברענגט א גרויסע ביטערע שריפה. דער הויז פונעם פנ"י איז ליידער חרוב געווארן אויפ'ן פלאץ, און עס זענען נפטר געווארן זיין פרוי און א טאכטער, און זיין מאמע, צוזאמען מיט נאך צענדליגער נפשות. דער פנ"י אליינס איז געפאלן אונטער א ברענענדיגע הויפן ברוכווארג, אבער אפילו חרב חדה מונחת וכו' אל יתייאש מן הרחמים. דער פנ"י האט באותו מעמד געמאכט א נדר צום באשעפער, אז אויב ער ווערט ניצול פון די סכנה וועט ער עוסק זיין בתורה כל ימי חייו און שרייבן א חיבור אויף ש"ס (אלס המשך צום "מגיני שלמה" פון זיין גרויסער זיידע). ווי נאר ער האט ארויסגעזאגט די ווערטער, איז בדרך נס געעפנט געווארן א וועג צווישן די חורבנות און ער איז ניצול געווארן, און כלל ישראל האט זוכה געווען צום "פני יהושע".
ה'תר"ה: "פורים אמטשיסלאוו" – אין די קליינע שטאט אין רוסלאנד איז א צארישער זעלנער געשעדיגט געווארן און א משומד האט אויפגעהעצט א בלוט בלבול אז די אידן האבן געוואלט רעוואלירן קעגן דעם צאר, און עס האט געדראעט א גאר שווערע סכנה אויפ'ן גאנצן שטאט. מען האט איינגעריסן רחמי שמים מיט תפילות און תעניתים, און בחסדי ד' איז די גזירה אינגאנצן בטל געווארן, און דער טאג איז באשטימט געווארן להודות ולהלל.
ה'תרמ"ז: הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל זי"ע מסקווירא בן הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיין טאטן אז ער האט געזען אין די כתבים פון הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע אז דער טאג ג' כסלו איז א יו"ט ווייל עס איז אים געשען א נס יענעם טאג. האט רבי איציקל געזאגט, "מיין אברהם יושע העשיל וויל זיך מאכן א יו"ט מ'זאל נישט זאגן קיין תחנון, וועלן מיר אים צוליב טאן," עכלה"ק. זינט דאן האט מען אין סקווירא נישט געזאגט תחנון אין דעם טאג, און ברבות הימים איז רבי אברהם יושע העשיל טאקע נסתלק געווארן דעם טאג.
(עס ווערט טאקע געברענגט אין אמרי פנחס סיפורים דף צ"א אז ג' כסלו האט רבי פנחס געמאכט א משתה ושמחה און נישט געזאגט קיין תחנון. ער האט דערציילט א מעשה בימי הבעל שם טוב הק', ווען א בישאף און א מלכה האבן געוואלט ארויסגעבן א גזירה פון שריפת התלמוד ה"י. יענעם יאר האט דער בעל שם טוב געזאגט אין די עשרת ימי תשובה אז מען ווייזט אים מן השמים א גוטע בשורה אבער ער ווייסט נישט וואס, און מוצאי יוה"ק האט דער בעל שם טוב געזאגט אז היי-יאר וועט זיין א נס אזוי ווי בימי מרדכי ואסתר, און אזוי איז געווען אז צוויי שונאי ישראל האבן געהאט א וויסטע מפלה און די גזירה איז אינגאנצן בטל געווארן).
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...