ס'צייט צי אנגרייטען די בגדי שבת, לקבל פני משיח צדקינו!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

ס'צייט צי אנגרייטען די בגדי שבת, לקבל פני משיח צדקינו!

שליחה דורך יהושפט קליין »

אזוי ווי מיר ווייסען ווערט געברענגט בשם הגר"א כדלהלן:

ששמעו איש מפי איש עד זקני הגר"א זיע"א שגילה סוד זה סמוך להסתלקותו - וכה אמר: 'כאשר תשמעו שהרוסיים כבשו את העיר 'קְרִים' אז תדעו שמתחיל כבר פעמי הגאולה, וכאשר תשמעו שהרוסיים הגיעו לעיר קונסטנטינופול (הלא היא איסטנבול שבטורקיה כיום הזה) אז כבר תלבשו בגדי שבת ואל תפשטו אותם כיון שבכל רגע המשיח עומד לבוא'.


אזוי אויך ווערט געברענגט:

קבלה בידינו מתלמידי הגר"א בשם הגאון: "אם הספינות של מלכות רוסיא יחצו את מיצר "בוספורוס" (ה"דרדנלים") צריכים ללבוש בגדי שבת" לומר לך, שהשעה קרובה אז לביאת המשיח. ודע כי רוב הספינות מרוסיא לארץ ישראל באות בזמננו דרך טורקיה בים השחור מבעד למיצר ה"בוספורוס". כמ"כ בידוע שלאחר חורבן מערב רומי עם בירתה בידי הגרמנים ימ"ש נותרה קוסטנטינא לבדה בשם "מזרח רומי" ומיום שמלך מרוסיא נשא בת המלך האחרון מקוסטנטינא הריהם מחשיבים את עצמם כיורשים של מלכות מזרח רומי ונושאים בדגליהם את סמל הנשר הכפול של קוסטנטינא.


די בוספורוס איז א ים דורעכגאנג פינעם שווארצען ים, אריין צים מיטללענדישען ים ווי מען קען זעהן אויף דעם בייגעלייגטען מאפע:

בילד

שוין, איז דארף מען פארשטיין די הייקעלקייט פין די אישו, די איינציגע ווארים וואסער ים-פארט וואס רוסלאנד האט איז ביי דעם שווארצען ים, און די איינציגע וועג ארויס און אריין צים און פון שווארצען ים איז דורעך די בוספורוס און דארדאנעלען דורעכגאנג וואס גייט דורעך טערקיי,
טאמער טערקיי בלאקירט דעם דורעכגאנג פאר רוסישע שיפען מיינט דאס אז די רוסישע ים פלאטע איז עפעקטיוו אפגעהאקט פין די וועלט, און דאס איז איז א זאך וואס רוסלאנד קען זיך בשום אופן נישט ערלויבען,

ממילא דערפאר איז יעדע רוסיש-טערקישע געפעכט א ערענסטע פראבלעם ווייל דאס קען ברענגען אז טערקיי זאל בלאקירען רוסישע שיפען וואס דאס מוז ברענגען א ערענסטע רעאקציע פון רוסלאנד,

למעשה קומען אריין באריכטען אז יא! טערקיי בלאקירט רוסישע שיפען פין דעם בוספורוס און דארדאנעלען דורעכגאנג,

https://www.superstation95.com/index.php/world/587

דאס איז א שריט וואס וועט מיזען ברענגען א שטארקע רוסישע רעאקציע,
קיינער ווייסט נישט קיין עתידות נאר דער באשעפער אליינס,
אבער לאמיר האפען אז דאס וועט זיך ענדיגען מיט די גאולה שלימה וואס מיר ווארטען שוין אזוי לאנג,

ענווים, היגיע זמן גאולתכם!

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר