מוסדות החינוך אין בארא פארק

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

מוסדות החינוך אין בארא פארק

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'איז די סיזען פון איינשרייבען די קינדער. פון איין זייט איז דא אזוי סאך אפציעס פון תלמוד תורה'ס אין שטאט, און פון איין זייט בלייבט א קורצע ליסטע פון באמת גוטע חדרים, וואס נעמען אויך שווער אריין. איך עפן דעם אשכול נישט דוקא פאר מיר, נאר פאר א כלוליות'דיגע שמועס איבער בארא פארקע תלמוד תורה'ס און סקולס. אינסייד אינפארמעישאן איז זייער וועלקאם ווייל דאס העלפט מאכן ריכטיגע באשלוסן.

איך געדענק ווען איך האב געזוכט א חדר פאר מיין עלסטע זוהן האב איך באקומען אינפארמעישאן אז דא און דארט איז גוט, א בודם. די אוועקגעשטעלטע חדרים וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן דורך דעם פריעדיגן דור זייגן ווי מרור אן חרוסת. די רשעות, די פעטש און ווייניג געדולד צו קינדער איז איבעראל. באמת דארף איך צולייגן אז עס איז די לעצטע פאר יאר אביסל בעסער אפילו אין די חדרים צוליב מלאכת שמים וכו' אבער די אנקאנדישענעל לאוו און פארשטענדליכקייט א קינד דארף איז נאך אלץ שווער צו טרעפן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר