ווייסן מיר דען?!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

ווייסן מיר דען?!

שליחה דורך געוואלדיג »

ווייסן מיר דען?!

הקב"ה האט אונז באשאפן מיט 5 חושים, זעהן, הערן, שמעקן, טאפן, און טעיסטן, מיט די 5 חושים קענען אונז באגרייפן די וועלט און אירע וואונדער, איהר טיפקייט און איהר מהות,

ווען איך זאג אויף עפעס "איך ווייס" מיין איך צו זאגן, איך בין דאס משיג מיט איינע פון די חושים, איך האב געהערט די ווערטער, איך האב געזעהן די געשעהניש, איך האב געשמעקט די פייער, איך האב געטאפט די אָביעקט, און איך האב געטעיסט די מאכל, עס מוז נישט מיינען מיט אלע פון די חושים נאר אפילו אויב האב איך דאס משיג געווען מיט איינע פון די חושים קען דאס שוין ווערן אנגערופן ידיעה,

אונז ווייסן גארנישט!!!

לאמיר אבער נעמען די הנחה און דאס צו ווארפן דורך אפאר פשוט'ע עקסערסייזעס,
זענען די חושים טאקע קראנט? קענען אונז זיך טאקע פארלאזן אויף זיי? אויב האב איך עפעס משיג געווען דורך זיי, מיינט דאס אז עס איז עכט? לאמיר צוזאמען בודק זיין און זיך איבערצייגן.

זעהן

אויב זעה איך יעצט די סקרין איז מעגליך אז עס איז נישטא? איך קוק אויף די טיש און איך זעה א טעלעפאון, אפאר ספרים, א קאפ, און א באטל, קען דען איינער קומען און מיר זאגן אז עס איז נישטא אויף די טיש די אלע זאכן?

די ענטפער איז אויסדריקלעך, יא! עס קען זיין אז עס איז נישטא דארט גארנישט, פאר דו ווערסט ברוגז אויף מיר פארן דיר מאכן פארברענגען די צייט מיט אזעלעכע שטותים, שטעל זיך אויף און גיי צו צום שפיגל וואס זעהסטו דארט? דיר אליין איז נישט מעגליך ווייל דו ביסט נישט דארט, דו ביסט דא, נאר דו זעהסט דארט עפעס וואס איז עכט נישט דארט נאר דא, ריכטיג פיין האלטן מיר שוין ערגעץ,
יעצט האסטו שוים אמאל געזעהן די קאליר גרין? איך בין זיכער אז די ענטפער איז פאזעטיוו, איז לאמיר דיר פארציילן, עס איז נישטא אזא קאליר גרין!! עס איז א אילוזיע, א דמיון וואס די אויג זעהט ווען מען מישט אויס די קאליר געל מיט בלוי, אקעי סא עס זענען דא זאכן וואס זענען נישט עכט אבער פארט זעהסטו זיי,

לאמיר גיין א טריט ווייטער, טראכט פון א באקאנטן דיינעם וואס איז קאליר בלינד און ווייז איהם א רויטע זאך, ער וועט דאס נישט זעהן רויט (ווענד זיך כמובן ווי שטארק ער האט דאס) נו וועט ער שרייען חי ויקם אז עס איז נישט, אבער דו ווייסט אז עס איז יא ווייל דו זעהסט דאס יא, נו איז דאך מעגליך נישט צו זעהן עפעס וואס איז יא דא, און אזוי אויך איך און דו זעהן נישט די אלע קאלירן וואס אסאך חיות זעהן יא, לאמיר געבן נאך א דוגמא, דו האסט כח? אוודאי יא, נו אפשר ווייזטו מיר דיין כח, אבער פאר דו לויפסט אויפהייבן שווערע זאכן צו דעמאנסטרירן דיין כח, וויל איך דיר נאר זאגן אז אויפהייבן זאכן איז נאר א תוצאה פון דיין כח אבער נישט דיין עצם כח, נאר וואס? דו האסט כח, אבער איך קען דאס נישט זעהן,

ווייסן אונז שוין אז די חוש הראיה איז נישט מוחלט, אונז קענען זעהן זאכן וואס זענען נישט עכט, און נישט זעהן זאכן וואס זענען יא דא, און איין מינוט פאר אונז פארגעסן, די לופט וואס אונז אטעמען זעהן אונז אויך נישט.

(המשך יבוא אי"ה)
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר