ווי באקאנט פאר די וואס באזוכן אונזער געשמאקע קרעמל, איז דא די פלאץ וואו יעדער סופר שעטו ועתו בידו קען אפשרייבן זיינע געדאנקען, במילי דעלמא ובמילי דשמיא. ווי עס פאסט פאר 'קאווע שטיבל', איז די טאלעראנץ און גלייכצייטיג די ניווא אויף גאר א הויכע סטאנדארט, לכאורה די העכסטע אין אידיש רעדנדן חרד'ישן וועלט. דא שארפט מען די פעדער, און גלייכצייטיג דעם מח, ביים שרייבן אן ארטיקל. דא ווייסט מען וועלן אפירקומען אמת'ע מבינים וואס וועלן האבן וואס צוצולייגן, אפפרעגן, קריטיקירן, און רימען, א גוטע ארטיקל.
געוויסע ארטיקלען און אויפדעקונגען וואס זענען דא געשריבן געווארן, זענען נאכדעם ציטירט געווארן אין אקאדעמישע ווערק, וויבאלד ק"ש צייכנט זיך אויס מיט אירע שעפערישע שרייבער און דענקער. און טאקע דערפאר ווערן דא אויסגעלופטערט נושאים וואס אין אנדערע פלעצער וואלט מען זיך נישט דערוואגט צו שרייבן.
איך האב אויך געהאט א יד ושם די לעצטע איבער א האלבע יאר, צו שרייבן מיין חלק אין ק"ש - סיי ארטיקלען און סיי קורצערע תגובות. געוויסע וואס זענען געווענדעט דירעקט צום 'קאווע שטיבל' ליינער, און געוויסע וואס זענען געשריבן אפילו פארן גאס. געלויבט גאט אז מיינע ארטיקלען בכל מיני מקצועות זענען אויפגענומען געווארן מיט צופרידנהייט, און רוב דערפון זענען געווען היבש פאפולער אין שטיבל. כן יוסיף ה' להלאה.
אשר על כן האב איך געקלערט, אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך איבערצולייגן מיינע ארטיקלען אין א לענגערע קונטרס, ויקרא שמו בישראל 'פנינים שזורים'. און אומר ועושה, און די קונטרס באשטייט פון קרוב צו 200 עמודים! נאר פון 'אשכולות', נישט פון קליינטשיגע תגובות.
פארט אבער, היות דאס וועט זיכער אנקומען אין גאס, האב איך געזוכט צו שרייבן אויף אן אופן וואס זאל זיין ווי מער אומאפהענגיק אין 'קאווע שטיבל'. און דערפאר האב איך אויך ארויסגענומען אשכולות וואס האבן א שייכות מיט ק"ש דירעקט [למשל, אשכולות פון באהאלטענע פארומ'ס]. אזוי אויך האב איך משמיט געווען געוויסע אשכולות מטעמים מובנים. אבער ס'איז א שפיי אקעגן די פילע ארטיקלען וואס זענען יא אריין אין מיין קונטרס.
בעצם האב איך דאס געהאט פארענדיגט בעפאר חנוכה, און ס'וואלט געדארפט צו ערשיינען אויך לכבוד חנוכה, אבער ס'האט זיך פארשלעפט צוליב'ן דארפן טרעפן ניקס וואס זאלן איבערגיין און מחליט זיין צו די ארטיקלען פאסן ארויסצוגעבן. איך וויל טאקע באדאנקען חבריי החשובים @גראדעמעכעלע, @געוואלדיג, און @שמעקעדיג, פארן זיין בייהילפיג אין דעם הינזיכט.
צום לעצט, וויל איך אויסנוצן די פלאטפארמע עפנטליך צו באדאנקען די מנהלים פון דעם פלאץ, וואס אדאנק זיי איז בכלל מעגליך צו שרייבן און זען אנדערע באשרייבונגען, ללמוד וללמד. און אזוי אויך פאר אלע חשוב'ע ניקס, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואס פון זייערע ארטיקלען און תגובות האב איך מיך אסאך געלערנט. ומחברי יותר מכולם.
הרי שלך לפניך - קונטרס 'פנינים שזורים' - כ-200 עמודים: