איך האב געוואונען די לאטערי!!! וואס טוה איך מיט דעם???

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 318 מאל

איך האב געוואונען די לאטערי!!! וואס טוה איך מיט דעם???

שליחה דורך שלמה המלך »

האסט געהערט די מורא'דיגער נייעס???? שלמה המלך פון ק"ש האט געוואנען אן ערך פון א האלבע ביליאן דאללאר!!! WOW יא יא די הערסט גיט מיט א "בית" WOWOWOW

דאס איז נישט פשוט'ע נייעס! ב"ה א איד! און גאר א היימישער! נאכדערצו דא פון ממש ביי דער קאווע! ממש רעקארד ברעיקינג...

יא יא יעדער איז מיין גיטער פריינט, און א יעדער מיין קאזען עכ"פ עפעס א קרוב, און מיין אישי באקסל איז פול!!! יעדער דערמאנט מיך ווי ער האט זיך באמת אנגענומען פאר מיר אבער... נאר....

און ביהמד"ר דערמאנט מיך יעדער ווי ער איז אלץ גיט געוועהן מיט מיר נישט ווי די אלע וואס לויפען יעצט נאך דעם געווינס פשוט....

איך קען ממש נישט רועהן אינדערהיים אן אויפהער אלע מוסדות נצרכים רבנים דיינים כלל טוערס, עסקנים! יוא!!! ווי נעמט מען אזויפול כח צי דעם! שוין אזעלעכע צרות פאר אלע עקרות, די עיקור איז ב"ה די געלט איז דא!!!

איף מאך מיר א חשבון איך האב שוין אויסגעגעבען כמעט 50 מיליון דאללער די לעצטע תקופה WOW דאס איז א סכום... ב"ה היצטערט קען איך שוין אפאטעמען דער עולם האט יעדער באקומען! היצטערט באקום איך נאך דעם כבוד, מ'פעגערט שוין נישט אזוי געפערליך - איך זאג נישט נאך אלץ קלינג מען די בעל דער גאנצער צייט אבער מ'טיילט נארמאלע סכומים, עס איז דא דריי גבאי צדקה, עס גייט ארויס געלט אבער אויף א נארמאלער שטייגער...

די יעצטיגער תקופה מאכט מיר יעדער א שבע ברכות, איבעראל ביניך דער נואם הכבוד אדער דער אורח הכבוד ס'איז מורא'דיג איך קען זאגען במלוא מובן המילא "שלמה המלך בשעתו"

היצטערט וואס???????????????? וואס טוה איך מיט די איבריגע??? איך זיך דאס נישט סתם פארוואסערען ווייל אלע מיינע גיטע פריינט קענען אנטרינען אין איין מינוט....

וואס טוה איך יעצט מיט איבער 400 מיליון דאללאר???

ווער עס האט ען עצה איז מכובד ציצוקומען צים מייק

יש"כ

נ.ב. א שיינעם טיפ וועט באקומען די עצה וואס עווענטועל ווערען אנגענומען...

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר