קשר פון זיידע של אדמו"ר מפאלטיטשן צו גדולי ישראל בוומסב"ג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

קשר פון זיידע של אדמו"ר מפאלטיטשן צו גדולי ישראל בוומסב"ג

שליחה דורך שיח ושיג »

די שבת פר' וארא איז אויסגעשפרייט געווארן אין אלע בתי מדרשים א גליון מסביר צו זיין די גרויסע קשר און הערצה וואס די גדולי ישראל אין וומסב"ג האבן געהאט צו הרה"ק ר' אלעזר טווערסקי זי"ע מפאלטיטשאן בעל פקודת אלעזר. בעיקר רעדט מען ארום פון דעם פאפא רב בעל ויחי יוסף און דעם סאטמאר רב בעל דברי יואל.
איי וועסטו פרעגן וואס איז דאס אינטערעסאנט צו וויסן? עס איז דאך א זייער א מאדנע טעמע צו מאכן דערפון א גליון און עס פארשפרייטן? די תי' איז געשטאנען אויפן צעטל, דאס איז אין בעפארברייטונג צו די שבת פר' יתרו שבת קבלת התורה, וואס זיין אייניקעל כ"ק אדמו"ר מפאלטיטשאן שליט"א (דאס איז דאס גאנצע וואס ס'שטייט, אן א נאמען, נאר די קאמפאני נאמען), וועט וויילן אין וומסב"ג.
נו, זיין PR קאמפיין האט געטראכט, מ'וועט אים ברענגן קיין וומסב"ג, קיינער ווייסט דאך נישט ווער דאס איז אין וומסב"ג, ער איז דאך נישט א "היימישער" (בלשון הסאטמורים), וועט דאך קיינער נישט קומען מיטהאלטען און געבן געלט. ממילא מוז מען שוין 4 וואכן פריער אנהייבן מיט א קאמפיין מסביר צו זיין פאר'ן עולם אז עכט איז ער א היימישע זאך, והא ראי' אז די 2 גדולי ישראל, סאטמאר רב און פאפא רב האבן דאך געהאט צו זיין זיידע א גרויס הערצה און א נאנטען קשר.
אין די גליון איז דא א נאמבער ווי מען קען אריינרופען אויב איינער ווייסט פון נאך מעשות פון די גדולי ישראל מיטן זיידן פונעם חתן דינן הרה"ק ר' אלעזר טווערסקי זי"ע. מ'דארף דאך ביז שבת יתרו ארויסגעבן יעדע וואך א גליון מיט פרישע סחורה.(אגב דעם זעלבן נאמבער קען מען אויך אריינרופן פאר אש"ל מלא פאר דעם געהויבענעם שבת, זעט אויס אז איין מענטש קען פארנעמען ביידע אויפגאבעס).
אבער איך מיין אז די וועג וואס זיי ניצן גלייבט זיך שווער אז זיי וועלן מצליח זיין איינצורעדן דעם עולם אז זיי מוזן קומען און געבן געלט, איך וואלט זיי געראטן אז מיט די וומסב"גער עולם איז דא סאך א גרינגערע וועג, זיי זאלן זאגן אז ער פלעגט נעמען געלט פון די מדינה און ער האט אויפגעהערט צו נעמען ווייל ער זעט אויך איין אז די רבי זי"ע איז גערעכט געווען. דאס וועט ארבעטען, די עולם וועט אודאי קומען. פאלטיטשאנער רבי זעט אויך איין אז אונזער רבי איז גערעכט? נו ברויך מען דאך אים מחזק זיין. ואדמו"ר מבוהוש יוכיח. מען וועט אים מכבד זיין מיט דרשות איבעראל, ר' מנשה פיליף וועם ארום גיין נאך געלט פאר אים, איך מיין אז דאס איז א בעסערע עצה.
און אויב דאס קען מען נישט טון ווייל ער וואוינט נישט אין ארץ ישראל דעמאלס זאל מען זאגן ווי א גרויסע שגץ ער האלט ר' אהרן לייב שטיינמאן איז, אדער אז ער איז קעגן גראבן קברים אין בית שמש, אא"וו.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר