ה'רנ"ו: גירוש פארטוגאל - דער קעניג מאנועל פון פארטוגאל האט געוואלט אריינקומען אין די פאמיליע פון שפאנישן קעניג פערדינאנד, האט זיך דער לעצטער אויסגענומען אז פארטוגאל מוז זיך אנשליסן מיט שפאניע צו צווינגען די אידן צו שמד ר"ל אדער פארטריבן ווערן. מאנועל האט עס אנגענומען און אין דעם טאג ארויסגעגעבן די ביטערע גזירה, מיט צייט פון 11 חדשים ביז'ן גירוש. רוב פון די אידן אין פארטוגאל זענען געווען פליטים פון גירוש שפאניע פינעף יאר בעפאר. [וי"א כ"ג טבת].
ה'תק"נ: די פראנצויזישע רעגירונג גיט פולע בירגערשאפט פאר די אידן אין בארדאו.
ה'תקס"ט: אין פרעשבורג האט פאסירט א שווערע פארפלייצונג ביים ארטיגן בית החיים. די שטורמישע וואסערן האבן צובראכן מצבות און געשעדיגט צענדליגער קברים.
ה'תרס"א: א הספד לכבוד המלכות איז פארגעקומען אין די "חורבה שוהל" אין ירושלים עיה"ק, מיט די באטייליגונג פון גדולי ישראל, צו באעהרן די פארשטארבענע קעניגין פון די בריטישע מלוכה, וואס האט דאן געהערשט אויף ארה"ק. עס איז געווען אזא עולם אז מען האט געדארפט רופן פאליציי צו האלטן קאנטראל.