ווייב האלט פארקינג ספאט פאר דעם מאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

ווייב האלט פארקינג ספאט פאר דעם מאן

שליחה דורך יואב »

דער טרויעריג-באקאנטער ברוקלינער פארקינג-קריזיס האט געבוירן א מנהג רע וואס לדעתי ברויכן ערליכע אידן זיך צוזאם נעמען און זען וויאזוי מ'קען דאס עוקר מן השורש זיין.

בזמן וואס דער אנגעפראסענער מאטאריסט זיצט באיסוף חברים אין א רעסטוראנט און יאגט אריין א שטיק סטעיק בתוך מעיו, אדער קנאקט ער זונות ווייסעך וואו, באפעלט ער ס'אשת חיל זי זאל זיך אריינשטעלן גלאצן אין יענעם חתיכת קרקע וואס איז ליידיג געווארן נעבן זייער וואוינונג. צי זאל זיין אז יענע פרוי וואס שטייט דארט מיט אויסגעשארפטע נעגל איז א ביטש כשלעצמה, און נעמט אליינס דאס אירע אין האנט אריין — וכבר היה לעולמים.

אז רוילט איר אראפ דעם פענסטער וועט איר אויסגעפינען אז דאס רופט זיך "I'm saving this parking spot for my husband, sorry". צומאל הערט איר דאס אין א גראבליכער אידיש, עפעס אזאנס וואס גייט ווי סינאנים מיט קרומע טורבאנס און געיורענע בייכער. בקיצור, דאס איז אן אפטע ערשיינונג; יעדער וואס דרייווט אין ברוקלין ווייסט מסתם דערפון — האלב עולם פון שיקן די ווייבער, און דער אנדערער האלב פון ווערן פארשיקט פון די ווייבער.

וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן דעם דעת הקהל איבער דעם געמיינעם אקט. בעסיקלי צוויי שאלות.

קודם כל, האט דאס סיי וועלכע האפט? באלאנגט דען עפעס די גאס פאר דיר? צאלסטו דען רענט פאר דעם שטיקל קרקע? איך פלאג מיך פונקט אזוי מיט פארקינג, איך וואוין פונקט אזוי אויף דער דאזיגער גאס, און מאי חזית אז דוקא איך ברויך זיין דער וואס מוז יעצט ארומקרייזן די שטאט און אלץ ווייל דיין סעקס-סלעוו איז וויליג צו שטיין אונטער דעם הימל וואס שיט ציפעדיגע האגל און זיך לאזן צעפראסקעט ווערן פון די בייזע ווינטן. לפענ"ד איז כל הקודם זכה, וועמענס רעדל ס'דרייט זיך ערשט אריין אין יענעם ליידיגן ספאט, דער קריגט דעם זכות קדימה.

צווייטנס, אם תמצי לומר אז דאס בלויזע גלאצן פון א בשר ודם אויף א ד' על ד' האט טאקע קיין שום ממשות נישט, דאן וואס ברויך א איד טאן למעשה. אריינבעקן אין דער פרוי אריין ביז זי גיבט נאך איר זינלאזע עקשנות; רעדן איידל, און פראבירן אן ערפאלג איבערצורעדן יענע אשה כשרה אז דיר קומט זיך ליבערשט דעם מקום מנוחה ווי איר מאן; סטראשענען מיט געזעץ, תורה, די וועלט און יענער וועלט; זיך שטעלן ווארטן אויפ'ן מאן און זיך איבערצייגן ווער ס'פארמאגט א דיקערן פאסיק, אדער סתם אזוי אוועקגיין פון דארט מיט סבלנות, און מיט א ביטחון אז מי שאמר לשמן וידלק וועט אראפווישן א פייער-היידרענט עטליכע פיס אראפציר.

כ'האב מיך שוין כמה פעמים אנגעשטויסן אין דער דאזיגער שלעכטער מידה; כ'האב יעדעס מאל אנדערש געדיעלט, אייביג געווען א דיפערענט סיטועישאן. איך שרייב די שורות זיצנדיג ביי א פאמפ, נאך דעם וואס אזא מעשה האט אקארשט פאסירט. צוליב דעם גאר שלעכטן וועטער איז מיך ממש באפאלן א רחמנות אויף יענער אומשולדיגער פרוי וואס איז גרייט נאס און פארפרוירן צו ווערן פאר איר באקוועמען מאן. זי האט אויסגעקוקט אן איידעלע, ס'האט זיך מיך געגלויבט אז אויב נעם איך יענעם ספאט גייט זי כאפן קלעפ פון איר מעסטער — נאך וואס יענער טרעפט פארקינג אוודאי געוויס.

ערשט האב איך מיך אריינגעפארקט אין שטיבל, זאל דער עולם מיטטיילן זייערע מיינונגען און ערפארונגען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר