לכה דודי נצא בשאלה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2182 מאל

לכה דודי נצא בשאלה

שליחה דורך פארוואס? »

לכה דודי נצא בשאלה,
כסומא הממשש באפילה,
כי אחרי החושך האור בא,
אור שכולו טוב, אין בו רע.

דארט ווי א שאלה פרעגן,
מ׳טוהט נישט מעגן,
דאס מויל מ׳לייגט א שטאפ,
צום ענד - האקט מען די קאפ.

אן ענטפער האב איך נישט געבעטן,
אבער מיין מיינד פליז טוה נישט צוטרעטן,
נישט אלעס קען איך פארשטיין,
מיט א ׳תיקו׳ וועל איך בלייבן שטיין.

א לעבן מיט שאלות און ספיקות,
האט קיינמאל געמאכט היזיקות,
א לעבן מיט קלארע תשובות,
בלוט פארגאסן מיט מלחמות און מריבות.



[center]כי מותר האדם מן הבהמה,
אין - מלבד הנשמה,
והיא שואלת למה,
שואגת וזועקת בקול רמה.[/center]



נישטא קיין ענטפער פאר יעדע פראגע,
אבער די פראגע איז א שאגה,
די פראגע מוז בלייבן,
עס שרייען, זינגען, און שרייבן.

עס מוז געהערט ווערן אין יעדן ווינקל,
הויך און שטיל, לעכטיג און טונקל,
גרויס און קליין, יונג און אלט,
עס זאל שרייען פון יעדע שפאלט.

לאז איהם פארשטיין און טראכטן פון קינדווייז אן,
לאז איהם פרעגן ׳מה העבודה׳ - אן צוברעכן א צאן,
ושאינו יודע לשאול - את פתח לו,
וועסטו נישט דארפן זיך פארפאנצערן פונעם גוי.

די שאלות מעג זיין מער ווי פיהר,
עס דארף בכלל נישט קיין שיעור,
לאז איהם אויספיהרן די זאץ,
ער מוז נישט קיין תירוץ אויפן פלאץ.


[center]כי מותר האדם מן הבהמה,
אין - מלבד הנשמה,
והיא שואלת למה,
שואגת וזועקת בקול רמה.[/center]




מה תתן לי - וויל אברהם וויסן,
ער דארפט נישט אן ענטפער אבי צו שיסן,
במה אדע - פרעגט ער ווייטער,
א קלארע ידיעה וויל איך, שרייט ער.

חלילה לך מעשות כדבר הזה - ניין,
אברהם מוז עס פולקאם פארשטיין,
השופט כל הארץ - לאזט ער נישט נאך,
ער וויל עס פארשטיין דאך.

למה הרעותה - פרעגט משה רבינו,
די פראגע שרייט נאך בימינו,
דער ענטפער ליגט אין אונזער בחירה,
איהם צו מאכן בתחתונים א דירה.

אלי אלי למה עזבתני - דוד המלך וויינט,
די שאלה הענגט נאך ביז היינט,
למה תעמוד ברחוק - פארוואס אזוי ווייט,
אין די עק פונעם טונעל זעה איך נישט קיין לייט.


[center]כי מותר האדם מן הבהמה,
אין - מלבד הנשמה,
והיא שואלת למה,
שואגת וזועקת בקול רמה.[/center]



למה רגשו גויים - האט ער געפרעגט,
דעמאלס האט מען נאך געמעגט,
ער פרעגט - וואלטן מיר געווען אזוי צופרידן,
וואלטן אלע מענטשן געווארן אידן.


למה תראנו עול, ועמל תביט - פרעגט חבקוק,
רבונו של עולם געב נאר א קוק,
ווי אזוי קענען אזוי פיל עוולות ווערן פארשוויגן,
דאס האבן אונזערע אלע נביאים געשריגן.


למה לנצח תשכחנו - האט זיך ירמיה געוואונדערט,
מ׳האלט שוין ביים 21׳סט יאהר-הונדערט,
עס זעהט אויס ווי נצח נצחים,
מיר האבן שוין פראבירט אלע דרכים.

אנא ה׳ הלא זה דברי - רעגט זיך יונה,
אנגעפילט מיט כעס כלפי דעם שוכן מעונה,
דער ענטפער איז איהם נישט אזוי וויכטיג,
דער עיקר איז אז די קשיא איז ריכטיג.


[center]כי מותר האדם מן הבהמה,
אין - מלבד הנשמה,
והיא שואלת למה,
שואגת וזועקת בקול רמה.[/center]




מה נשתנה - פרעגן מיר אלע,
עס איז נישט קיין נוסח, עס איז אן אמת׳ע שאלה,
הלילה הזה - אזא טונקעלע נאכט,
נוץ די קאפ, געב נאר א טראכט.

די שאלות גייען ארויס פון אונזער מויל,
די ענטפערס זענען די ווידער-קול,
אז די שאלה ווערט נישט פארשוויגן,
איז עס א שיינע זיסע ניגון.

פון א קשיא שטארבט מען נישט,
אבער פון א תשובה - ווערט מען צומישט,
מ׳קען אויך בלייבן ״צריך עיון״,
אם אין כפירה - אמונה מנין.

אויב א תירוץ איז וויכטיג,
איז עס זיכער נישט ריכטיג,
אויב א קשיא מוז א תירוץ,
איז מען מטהר דעם שרץ.

[center]כי מותר האדם מן הבהמה,
אין - מלבד הנשמה,
והיא שואלת למה,
שואגת וזועקת בקול רמה.[/center]
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר