וויליאמסבורג און איר אידישע היסטוריע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

וויליאמסבורג און איר אידישע היסטוריע

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

אוי! וויליאמסבורג!
א מחי' גאר,
זיי וואוינען דארט פיינע אידן,
אויף מיר אזא יאר.

אוי! וויליאמסבורג!
אזא היימישע קלאנג דו פארמאגסט,
אזויפיל היסטאריע און זכרונות דו טראגסט.

וויליאמסבורג!
דו בוסט אייגענארטיג, ארגינעל,
יעדעס שטיינדעלע פארמאגט א נשמה, א זעהל,
דא האבן אונזערע עלטערן א באדן אנגעגרייט,
מיט בלוט און שווייס געאקערט און געזייט,
איבערגעפלאנצט אמת'ע אידישקייט.

וויליאמסבורג!
דאס וויגעלע פון חסד דו בוסט,
דו באהאלטסט אינטער זיך אוצרות פון גוטס,
דא האט דער חסידישע לעבנסשטייגער,
פריש אירע טריט געשטעלט,
פון דא האט זיך עס פארשפרייט,
איבער דער גארער וועלט.

וויליאמסבורג!
טראץ דעם געדרענג,
דאס פלאץ וואס איז ענג,,
שוין אנגעפילט אין די ברייט און אין די לענג,
דו האסט קיין ברייטע שטראזן,
קיין געפלעגטע גארטענס און גראזן,
וויל דיר קיינער פארלאזן,
כאטש עס שטימט נישט מיטן בודזשעט,
דאך ציסטו זיך ווי מיט מאגנעט.

וויליאמסבורג!
פון פריה באגינען זעהט מען בחורים'לעך,
בעלי בעתים און אינגעלייטלעך,
אין די פילסטע חסידישע טראגע,
לויפן מיט די טלית און תפילין בייטעלעך,
עס יאגן זיך באשיידענע פרויען,
און פארפארעטע ווייבעלעך,
מיט די וועגעלעך איבער די שטעגעלעך,
צווישן די קעצלעך און טייבעלעך.

וויליאמסבורג,
לוסטיגע מיידעלעך,
מיט קליידעלעך און שעסעלעך,
דרייען זיך און פרייען זיך,
דורך דיינע שמאלע געסעלעך,
מיט פיאות'לעך און ציצית'לעך,
ביזנעס קארטלעך און שליסעלעך,
מיט חיות און לעבן,
שפילן זיך די שטיפערישע אינגעלעך,
באהאלטן אין דיינע שפאלטן,
פאליס גנבים אין דיינע ווינקעלעך.

אוי! וויליאמסבורג!
א מחי' גאר,
זיי וואוינען דארט פיינע אידן,
אויף מיר אזא יאר.

אוי! וויליאמסבורג!

היברו דעי סקול אין וויליאמסבורג תש"ג לינקס צו רעכטס:
Mrs. Nathan Auerbach, Vice president of Brooklyn Jewish Philanthropic League, Helen M. Harris, executive director of the Mayor's Committee on War Time Care of Children, Mrs. David Postal, President of the league, Aaron Jacoby, and Elizabethtehc director of the nursery 1943
nursery hebrew day.png
nursery hebrew day.png (81.67 KiB) געזען געווארן 2456 מאל

בילד ערב פסח תש"ל
backyards erev pesach.png
backyards erev pesach.png (124.44 KiB) געזען געווארן 2456 מאל

בילד ערב פסח תש"ל
boy peeking out erev pesach.png
boy peeking out erev pesach.png (109.78 KiB) געזען געווארן 2456 מאל

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר