חלום חלמתי.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1602 מאל

חלום חלמתי.

שליחה דורך עזריאל »

מיין חלום די פארגאנגענע נאכט!

איך שלאף טיף, שווערע קולות און שארפע ריחות קומען פון מיין מויל, און איך דערזעה ווי עס דערנענטערט זיך א מאנסי טרעילס באס און א שלענגליכער לעבעדיגער מענטש קומט אראפ, אויפן קאפ טראגט עס א שווארץ רונדעכיגער הארטע האריגע היטל וואס גייט הויעך אינדערמיט און נידריג ארום, אונטער אים שלענגלן זיך רייעס פון ישיבה בחורים.

דער לאנגער מענטש שטעלט זיך פאר אלץ עימיצער יונה לאנדא, ער זאגט פאר די ארומיגע קוקטס דא אויפן געוועב, דא איז אמאל געווען א רייכער שטאט, באזעצט מיט פיל אידן, חכמים וסופרים, רוב פון זיי האבן געהאט רייכע פענעס, געשריבן מאמרים לרוב, ס׳האט זיך געגאסן חכמה און ידיעות אין די גאס. אזוי האבן זיי געלעבט אינאיינעם לאנגע יארן, אבער סאיז געקומען א צייט וואס משום סיבות שונות וואס איז נאכנישט באוויסט (און אפילו וויקפידיע וואס האט פיל גענאשט פון דער שטאט ווייסט נאך אויך נישט) האט זיך דאס לעבן אין דער שטאט גענדיגט, אלע האבן זיך אוועקגעצויגן, אבער די פילע בנינים גג על גג מיט אירע פילע תגובות זענען מעיד אויף א רייכע אידישער היסטוריה.

דער יונה זאגט פאר די בחורים אז מ׳קען נאך קלאפן אין די טירן באופן אישי צו הערן פון אפאר אלטע איינוואונער וועגן דאס אמאליג לעבן אין שטיבל.

אט וואקט ער צו צו א הויז ווי עס שטייט א טעוועלע משפחת יואב ער געבט דריי קלאפעס און ער זאגט זיך אונטער: איך האף ער וועט מיר ענטפערן.

דא האב איך מיר אויפגעכאפט און איך הער ווי איך זאג מיר אונטער: יא איך האף ער וועט מיר טאקע ענטפערן.
רעאגיר