דער עתיד פון קאווע שטיבל!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

דער עתיד פון קאווע שטיבל!

שליחה דורך עזריאל »

איך האב אצינד אראפגעלייגט די טעלעפוין מיט תהילים כולל נאכן אויסהאמערן א דיעל פאר א גאנצער ישועה, עס איז ערווארטעט צו קלאזן דעם דיעל אין די נאנטע שעות, כולל חצות האט קודם נישט געוואלט איינגיין אויף די פרייז וואס מיר האבן פארגעשלאגן און האבן נישט מורא אז תהילים כולל וועט נעמען דער מופת אויף זיך.

מיר האבן זיך אויך פארבינדען טעלעפויניש קיין ארץ ישראל מיט רבי יעקב מאיר וואס האט געזאגט מ׳זאל צוגעבן א נאמען, אבער רעדנדיג קיין אנטווערפן האט מען עס שטארק אפגעווארפן פון רבי לייבוש׳ס שטוב, מיר זיצן מיט געבינדענע הענט נישט וויסן וויאזוי צו גיין ווייטער דערמיט, עס איז ערווארטעט אז די צוויי צדדים זאלן זיך טרעפן אין די שווייץ אויסצוהאמערן א שלום אפמאך צו מ׳זאל יא אדער נישט צוגעבן א נאמען.

דערווייל איז דער דיעל מיט תהילים כולל אויף האלד נישט וואוסענדיג אויף וועלעכער נאמען מתפלל צו זיין, עס איז צום ערווארטן אז די צוויי צדדים זאלן זיך אויסקומען וועגן די נאמען אזוי וועט די תהילים כולל דיעל גיין ווייטער, אנדערע אויסזיכטן זענען אז די גערעדאכץ מיט כולל חצות זאל גיין אויף די גוטע ריכטונג און ווי זיי זאגן קענען זיי מתפלל זיין אויף פיקטיווע נעמען דאס איז ווייל זייער גאנצער כולל איז פיקטיוו, עס איז צום האפן צו מאכן שנעלע פארשריט אין איינע פון די פראנטען אויף וואס מ׳ארבעט אצינד און דער שטיבל וועט בלייבן אפען לאורך ימים ושנים טובים אמן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עזריאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר