קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4109 מאל

קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?

שליחה דורך קופערניקוס »

עס איז געווען א לאנגע רייזע.
מיר זענען געשטיגן צוזאמען.
מיר האבן געלאכט און געוויינט צוזאמען.
געטראכט צוזאמען.
ולא פנו אל רהבים ושטי כזב.
מיר האבן נישט מיטגעזינגען מיטן כאר.
מיר האבן געהאלטן אונזער אויטענטישע דעות און הרגשים
מיר האבן מלבן געווען נושאים,
געטראכט. געטראכט הויך!
א זעלטענע ערשיינונג במחנינו. געטראכט הויך!
טיילמאל ערנסט און פארזיכטיג, טיילמאל לייכטזיניג און ווערטלדיג.

אבער מיר האבן עס אנגעהויבן נעמען לייכטזיניג און קאלט.
איינער איז געשטאנען און געארבעט, קעיר גענומען, טעכניש, מגיה געווען, געשטאנען על המשמר, און מיר זענען געקומען ווען עס האט אונז געשמעקט.
און אסאך גוטע קוואליטעט איז נעלם געווארן.
ואדם אין לעבוד את השטיבל, להכיר טובה לבעלי השטיבל.
אבל אשמים אנחנו!

לאמיר זיך אונטערנעמען צו אריינלייגן כח.
אננעמען די פלאץ מיט רעספעקט,
די ערי מקלט ווי מיר האבן הנאה
די רוהיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען
לאמיר מודיע זיין די בעלי השטיבל אז מיר זענען מכיר טוב!
יא, מיר זענען אלע פארנומען, אבער א געוויסע אחריות צו אריינקומען אמאל אמאל און מחזק זיין.
אולי יחוס ואולי ירולם

קאווע שטיבל, געסט אונז נאך א שאנס?

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר