מחט בבשר החי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

מחט בבשר החי

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

מאז היתה אדם לגוי, פון ווען מענטשהייט האט געזוכט א באדייט פאר איר עקזיסטענץ, אן עקזיסטענץ וואס זאל אויסלייזן דעם בהמיות׳דיגן ישות און איר מעלה זיין צו העכערע ספערן, אן עקזיסטענץ וואס זאל מבחין זיין און אויסברייטערן די הבחנה צווישן ״חי״ און ״מדבר״, האט מען זיך געמוזט אנדראפעווען אויפ׳ן לייטער פונעם מח, דער כח המחשבה און שבילי דשבילין פונעם שכל האנושי וואס רגליו מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, אויפצווועקן די געפילן און צו פארענטפערן דעם יחיד ורבים׳ס כסדר׳דיגער עקזיסטענץ.

חז״ל׳ס “אם אין דעת הבדלה מנין” און דעקארט׳ס ״cogito ergo sum״ מאלן ביידע קלאר אפ דעם בילד, אנע חכמה, אנע וויסנשאפט, איז קיין זין נישט פארהאן צום גאנצן שפיל, ס׳מיינט גארנישט און ס׳איז גארנישט, לא קיום ולא נעלים, סארא א מין געלעבעכץ, אם אין מתה אנוכי, דאס הייסט נישט געלעבט.

דער קאצקער האט געמאכט דערפון א געפרעגלטער לאטקע ווען ער האט אנגעפרעגט: וואס איז דאס דער גרעסטער רשות היחיד אויפ׳ן וועלט? און שארפזיניג דערקלערט: דער מח פונעם מענטש. נישט קיין גדר און נישט קיין תגין קענען איינצוימען איר חלל, מעג דער וואנט זיין אזוי לענגליך ווי כינע׳ס און דער תפיסה אזוי שטארק ווי אלקאטראז, דער מח׳ל וועט זיך האלטן ביי זיינעם, כל זמן שהנר דולק וועט ער אנגיין מיט א פעסטקייט בבחינת סובב כל עלמין, ומים רבים לא יוכלו לכבות.

ובכל זאת, ענדלט ער צום גוף, ווייל ער קען אויך פארדזשאוועט ווערן.

ער קען זיך אנשטויסן אינעם ארבעים לבינה ווי אין א קריזיס, ער ברעכט שוין פון שאקאלאד, איז נמאס פון שערוריות, שוין דורכגעקייעט אלע ליקוטים, טרעפט שוין נישט קיין חידושים, אנטיק איז ניי און ניי איז אנטיק, ס׳איז אלץ דאס זעלביגער, א קנאפע נפקא מיניה? ער לאזט אלץ לויפן, שטעלט שוין נישט אפ דעם באן, מישט נישט צוריק קיין בלעטער, טוישט שוין נישט גרינוואלד/זאבערמאן צו דזשעקעבסאן, איז איבערגענומען מיט׳ן הרגשה פון מה שהיה היא שיהיה ואין כל חדש תחת השמש, און דער געדאנק גאנג נעמט זיך פרירן.

דאס איז דער קללה פון דעמאקראטיע און חזון הימים פון ״מלאה הארץ דעה״, צופיל איז נישט גענוג, אז אלעס איז מגולה טרעפט מען זיך נאקעט און אנגעפאשעט, פון אזויפיל אכילה קען מען שוין נישט זאט ווערן מער, דער מח איז געליימט, די פונקציע ארבעט נישט מער, נישט Siri און נישט Google Now פארמאגן ענטפער׳ס וואס פארגיטיגן, ס׳איז cardiac arrest וגומר.

פארבלייבט בלויז איין עצה, מען נעמט אפיר דעם defibrillator און מען שיסט עלעקטראנישע כוואליעס אויף כח אין הארץ אריין, דער שפיץ נאדל שטעכט טיף, absence makes the heart grow fonder, אז מען וועט דיר אוועקנעמען וועסטו קומען לויפן, וועסט דיך שלאגן דערפאר, ס׳טייטש? כ׳קען דא ערנסט דערלייגן, א אבידה עולמית!

צוביסלעך ערוועקן זיך די געפילן, דאס אייז צולאזט זיך, נישטא מער קיין שעמום, אין שום יאוש בעולם כלל, דער מח ברויזט צוריק, ברוך מחיה המתים.
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר