ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

ווען מ׳כאפט זיך ביים גסיסה

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כ'ארבייט אין א פארבריק אין ניו זערסי ווי ביז א וויילע צירוק בין איך געווען די איינציגסטע איד דארט, קנאפע דריי יאר צירוק האט א אינגערמאן באקומען דארט א דזאב, ער האט געדינגען א קאר די ערשטע חודש אויפן דעת צו ליסין, אבער אז שטילע צאלט פיהר מאות פאר קומפורט אוטו פארוואס דארף ער אויך צאלן???? אין פון יענער טאג הייבט זיך אן מיין טאג מיט א רייד פאר דער ראציגע אינגערמאן פון א שעה צייט.

אינגערמאן טייערע, ווייסטו אז יוסף חיים גרינוולד ברענט טעגליך אונעם קאר וועגען דיר? ווען כבין אליין וואלט מסתמא געשפילט די ראדיו און אמאל אפי דזאסטין ביבער.
אינגערמאן טייערע, ווייסטו וועגען די רייכער איך מער נשיט אונעם קאר?
ווייסטו צוליב דיר קען איך נישט רעדן מיטן ווייב אויפ ספיקער אין הערען די נארישע קינצון פון די קינדער??
ווייסטו צוליב דיר ווען ס׳קומט מיר אונטער צו מאכן א נפיחה, וואלט איך געוואלט די גאנצע היי-וועי זאל ציטערן אבער לכבודך פארוואסער איך עס, אין כטריי בכל כוחי אין כשטרענג זיך אנטער מיט אלע סארט קינצען צו היסען בשעת מעשה??
ווייסטו אז כוואלט געוואלט רעדן מיט מיין מאמע הערען פונקטליך וועלכע קאשע זי האט אפגעקאכט יענער טאג, אבער לכבודך טוע איך עס נישט?
ווייסטו אז אינדערפרי שטינקסטו פון פיסק אז די מלאכי חבלה ציטערן פון שטיין אין דיין ד׳ אמות?? אין איך שלינג דאס טעגליך??
ווייסטו אז נאכן קאווע איז מיר געשמאק צו גרעפסן, אבער אלץ מענטשליכקייט טוע איך עס נישט?
ווייסטו אז איך ליין ק״ש געווענדליך בשעתן דריווען אבער אלץ חשש גילוי ליין איך נישט אויפן וועג צום ארבייט?
די מיינסט דיינע מעשיות מיט דיין נארישע ווייב אינטרעסירט מיר? כגעב נישט קיין צוויי שיטס דערפאר.
די ווייסט די טונא סענדיוויטש די עסט טעגליך מאכט א בראך אין קאר ערגער ווי א פליגער?
אין יעדער מאל דיין פליפ פאון צוקלינקט זיך פיהרסטו שמוסען כאילו ביסט ביי די אין די וויינגארטען, דאס מאכט מיר די בלוט אין קאפ שיסן???
לאמער נישט פארגעסן, די תנאי מיט צוויי יאר צירוק איז געווען אז די גייסט ווארטן אינדרויסען פון מיין הויז, אפאר חדשים שפעטער האב איך געדארפט ווארטן אויפן קארנער ווייל כפאהר ״עני וועי״ אדורך, דערנאך איז עס געווען ביי דיין קארנער, היינט ווארט איך שוין אינדרויסען פון דיין טיר, אין אמאל ווארט איך 5-10 מינוט אויך.
איז די אמאל אנגעפאלן די זאגן שקויח? האסט אמאל געטראכט אז שטילע איז נישט דיין טיפ אין דארף דיין קאמפעני ווי א לאך אין....? ניין וועג.
האלסט נישט אז מענטשליכקייט איז אז איידער די רוקסט זיך ארויס דיין גראבע מחילה פון מיין קאר זאלסטו מיר דאנקען ווי א נארמאלע מענטש????
נאר די נעמסט אן מיט א פשטות אז אזוי קומט, סקומט שטילע זאל דיר נעמען, ער פאהרט סיי ווי אין יעדער האט ליב צו פאהרן א לאנגע נסיעה מיט גוטע קאמפעני (כאכאכא).

אבער כהאב מיך געלערנט א פיינע לעסאן פון דיר, כבין די זעלבע אומ-מענטש ווי דיר אין אפי ערגער.


יעצט צו ענק חברים דא אין שטיבעל. (כרעדט צו מיר אויך)
איז איינער אמאל בייגעפאלען צו דאנקען אונזער טייערע קעלנער? זייט ק״ש שטייט האט ער איין מאל באקומען א אישי פון איינער פון די טוזענטע ליינער זאגן א דאנק??? א נעכטיגע טאג.
קעלנער איז א עכטע עסקן, ער טוט לטובת הציבור אן באקומען א משהו געלט, אןבאקומען א משהו רעקאגנישען.
ווען וועלט איז וועלט, ביי די קומענדיגע כ״א דינער איז ער די רעדנער צווישען עבי אייזנער מיט טשאקי שמאקי שומער.
א איד וואס טוט פאר אונז שלא ע״מ לקבל פרס, געבט אוועק לאב אין לעבן, בעת אונז זיצן אין האקן פופיטעס אדער רעדן לשון הרע, הארגעט ער זיך מיט עפעס א צודרייטע מושב זקנים, מעקט, סטראשעט, שרייט, מעקט נאכאמאל.
האט איינער אמאל בכלל געטראכט אז ק״ש פאהרט נישט אן א קאפיטאן? די עולם דא האט עס גענומען פאר גרענטיד, מהאט עיהם נאך אפי באוואשען, אין געפענט אשכולות קעגן עיהם..

מיין באליבטע קעלנער, די ביסט אונזער עכטע עסקן, נישט פרידמאן מיט נידערמאן וואס טוען שיט פאר אונז אין באקומען בילדער אין די צייטונגען ווי זיי פארטראגראיפען זיך מיט וויכטיג מאכערס.
ווען די מאכסט חתונה דארף זיין אין די איד אין די בלאט א דאבל פעידז מיט טיטלען אין פידלען מיט טרויבען, נישט ווען זיי מאכן חתונה, ווען די מאכסט בר מצווה דארפ קומען גרינפעלד מיט הייקינד אין די קישן די אחור אין דערנאך פאוסטען א בילד דערפון אויפ טוויטער, נישט נידערמאן מיט כווייס ווער.
You are my freakin hero.
הריני מודה והתוודה, כשעם זיך פון זיך אליין כהאב די נישט געגעבן די קעדיט סקומט דיר, די ביסט די בעסט בעסט בעסט בעסט.
אבער געדענק, דאס איז א עולם השקר, אויפ יענער וועלט וועט מען די טראגען אויפן אקסלען, מוועט שרייען ככה יעשה לאיש אשר עשה בשביל הציבור בצנעה.

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר