שלום עליכם קאווע שטיבל

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 993
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך mevakesh »

כוכב זיי אויך מודיע פאר בן תמליון יאיר ביבער...
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 982 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך ירא שמים »

קאפיטאן, פאר לעיקוואדס וועגן אפשר? ער גיבט אונז נאך א טשענס! אלע ווייסן גאנץ גוט אז מיר דארפן אים האבן, און אז אהן אים שטייט דאס פלאץ אויף אסאך א נידרעגרן ניווא.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 801 מאל

שליחה דורך אחד העם »

די אלע צדיקים ומוותרים וכולי, וואס ווילן נישט וויסען איבער קאפיטאן, זאלן מיר נאר זיין קלאר, אז ס'איז נישט פשט זיי זאגן אז ס'קומט אז קאפיטאן זאל נישט זאגן מער איבער זיך, ובפרט וועלכע ניק ער איז. ניין, נאר זיי זענען מוותר אויף א געוויסע רעכטן וואס זיי האבן. זיי פארלאנגן נישט וואס עס קומט זיך זיי. אבער נארמאל און שכל'דיג און מענטשליך איז ווי געשמועסט. ויתכן זיי זענען דאס אויך מודה.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

די טענה קען איך פארשטיין.
וואס איז מיט די טענה אויב קריגט ער א געהאלט, צו וואס איז דאס נוגע ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 801 מאל

שליחה דורך אחד העם »

נהורא נפישא האט געשריבן:די טענה קען איך פארשטיין.
וואס איז מיט די טענה אויב קריגט ער א געהאלט, צו וואס איז דאס נוגע ?

איך בין טאקע זיך נישט מרכז אויף דעם.
אבער סאיז דא א שכל, אז אויב לייגט מען זיך אריין ביי יענעם אין די הענט, איז א לעגעטימער רצון צו וויסען וואס איז זיין אגענדע און וואס איז זיין פאזיציע.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ער נעמט דאך נישט קיין געלט פונעם עולם, אז איר ווייסט אז ער קריגט געלט פון א נדבן, וואלט איר ווען געהאט ספיקות אויב איר וואלט געשריבן דא ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

פארוואס איז געלט דא מער נוגע צו אגענדע ווי דאס אז ער דארף צו מפרש זיין אויב ער איז געי אדער אנדערע סארט זאכן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1060 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך גר ותושב »

אחד העם האט געשריבן:די אלע צדיקים ומוותרים וכולי, וואס ווילן נישט וויסען איבער קאפיטאן, זאלן מיר נאר זיין קלאר, אז ס'איז נישט פשט זיי זאגן אז ס'קומט אז קאפיטאן זאל נישט זאגן מער איבער זיך, ובפרט וועלכע ניק ער איז. ניין, נאר זיי זענען מוותר אויף א געוויסע רעכטן וואס זיי האבן. זיי פארלאנגן נישט וואס עס קומט זיך זיי. אבער נארמאל און שכל'דיג און מענטשליך איז ווי געשמועסט. ויתכן זיי זענען דאס אויך מודה.

במחילת כבודו איר זענט נישט גערעכט איך וויל דייקא נישט וויסן ווער דער קאפיטאן איז און לדעתי לטובת השטיבל זאל ער נישט מגלה זיין ווער ער איז.
הער קאפיטאן האט באקומען יעצט א נייע תפקיד מיר אלע דארפן עים אן נעמען מיטן גרעסטן כבוד און זיך פארלאזן אז ער גייט טוהן אלעס וואס עס פעלט זיך אויס לטובת כולנו אן קיין איין זאטיגקייט לטובת א ניק אדער לטובת א שיטה איז צו גיין גראבן אין זיין פארגאנגען הייט צו ארויס האבן וואס ער פלעיגט האלטן האט נישט קיין פשט ווייל אפילו ער פלעיגט האלטן איין מהלך האט ער יעצט א אנדערע ציהל און דאס איז צו האלטן די שטיבל אויפן בעסטן אויפן.
און לטובת השטיבל איז בעסער אז ער זאל נישט זיין יומם ולילה אונטער א פארגרעסער גלאז מיר אלע דארפן זיך פארלאזן אויף עים ואסיים בברכת צלח ורכב על דבר אמת וכו'
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1776 מאל

שליחה דורך ליפא »

אויב איז ער געי קען מען פארגעסן פון מאחורי ;)
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 814
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 727 מאל

שליחה דורך יתרו »

איך הער די טענה פון פארשוויגן וחבריו, אבער פון די אנדערע זייט לו יצויר אז עס איז אדנירם אדער א צווייטער, קען זיין אז ער האט נישט אפגעהיטן זיין אנאנימעטי ווי עס ברויך צו זיין, און עס אי דא וואס ווייסן ווער ער איז אין פערזענליכע לעבן וואס דאס איז נישט געפערליך ווען מען רעדט פון אן אלגעמיינער ניק, אבער איז יא געפערליך ווען מען רעדט פון זיין א מנהל פון א סייט וואס איז אויסגעשפארט פון רוב חרדישע פילטערס.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

שליחה דורך אדנירם »

כיתרו ועוד לקרא.

כ'האב נאך א טענה: נניח ס'איז איינער וואס האט שטארק אריינגעארבעט ביז יעצט, צו אדנירם, צו שמעקעדיג, צו רויטע וואנצעס, צו ראשעקאל, צו סיי ווער. יעצט ווערט יענער מנהל און דארף זיך צושטעלן צו בקשת המיעוט ארויסצוגעבן ווער זיין ניק איז, דאן איז אייגנטליך זיין האראוואניע ביז יעצט אין די ערד. ער דארף אנהייבן פון פריש. ס'איז זייער אן אומבא'טעמ'טער מושג, פאר דער וואס האט שוין אמאל אויפגעבויט א שטיקל 'אימעדזש' אויף זיין ניק.

חוץ מזה, זענען דא אנדערע אומבאקוועמליכקייטן. למשל, אויב איינער ווער אויפגערעגט אויף אים, קען ער זיך נעמען דינגען און סתם זוכן צו אוועקמאכן די מנהל'ס ווערטער בתורת הניק הישן שלו. און אזוי זענען דא אנדערע פראבלעמען.

מצד שני, זע איך נישט די גרויסע מציאה אין וויסן וואס זיין פאריגע ניק איז געווען. חוץ אביסל יאכנע'שקייט, קען מען נישט ציען צו גרויסע מסקנות איבער וויאזוי יענער וועט למעשה פירן די קהילה ווייטער. מ'קען אים ווייטער נישט האלטן ריספאנסיבל אויף גארנישט. ער קען ווייטער עני טיים אנהייבן צו שרייבן מיט א פרישע ניק, און לאזן די אלטע הענגען. און ער קען ווייטער צומאכן דאס שטיבל אין 'נאו טיים' אויב ס'שמעקט אים אן. עכ"פ יעדע זאך האט צוויי זייטן צום מטבע, און כ'זע נישט פארוואס לעיקוואד'ס צד זאל מוזן מכריע זיין.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שלום וברכה הער קאפיטאן זאלט איר פירן דעם שיף על מי מניחות לאורך ימים ושנים. וויסן זאלט איר אז איר האט גענומען אויף אייך א שווערע אויפגאבע, נישט אזוי ווייט צוליב די ברויזענדע כוואליעס וואס קומען צומאל אינעם שטורמישען ים נאר צוליב די קאלירפולע און אפטע שווערע מיט-רייזענדע. זאל אייך הקב"ה שענקן חמה בינה ודעת ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אלע רייזענדע אז יעדער זאל שפירן ווי לא הפליג הספינה אלא בשבילו.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 982 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך ירא שמים »

פארוואס איז די ארבעט פון די אנדערע ניק לריק? ער קען טרענספערן זיין אימעדזש צו די נייע ניק און פארטיג.
סאיז אסאך היימליכער צו ווערן געפירט דורך א היימישער וואס מווייסט וואו אזוי צו רעדן צו אים זיין שפראך ווי איידער א מיסטריעזע מנהל וואס שפראצט ארויס פלוצלינג און ווערט תיכף פארשוואונדען, סאיז דיקטאטאריש.
אויב האט יענער א פראבלעם מיט זיין אידענטיטעיטוואס קען מען טוען אבער אז נישט פארוואס נישט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אויב איז די געהאלט נישט קיין נפקא מינה פארוואס האלט מען עס א סוד?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אויב האט דער מנהל פאראנוישע חששות אז ווער ווייסט וואס וועט געשעהן אז מען ווייסט ווער ער איז, איז וויפיל ער איז ראוי און מוכשר און רוצה בכך, ליידער קען ער נישט נעמען אויף זיך די הנהלה. יעדער פאזיציע פון שליטה האט מיט זיך זיין פרייז וואס מען דארף צאלן לטובת הציבור. אז איינער וויל שטארק זיין א רבי אבער ער האט עפעס א פראבלעם וואס איז עם מונע פון טוהן די יסודותדיגע פליכט פון א רבי, מוז ער אפאזאגען די אמט. מען קען נישט נעמן אויף זיך די שליטה און כוח איבער א ציבור און דערנאך זיך ארויסדרייען פון די פשוטסע חיובים צו זיי ווייל מען האט עפעס א פרעזענליכע אינטערעס.
I have a dream
Martin Luther King ~
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

שליחה דורך אדנירם »

קדם אקדם את פניו של אלופינו וראשנו

אברך בברכת הדיוט למחמד עינינו

פעל תפעל כראוי ויאה לקהל עדתנו

ידיך יהיו באמונה ותהי' אהוב על כולנו

טוב לבך בהצילך ק"ש תחקק בזכרונינו

אשריך וטוב לך בב' עולמות אמרנו וענינו

ן-נחה כצאן עמך ביד קאפיטאנ'ינו...




[justify]בהאי שעתא ערפאנג איך אונזער נייעם [tag]קאפיטאן[/tag], וואס האט באוויליגט צו נעמען אויף זיך דעם עול השעבוד, וואס זייענדיג אן אלטער ניק פארשטייט ער מסתמא די שוועריגקייט דערפון. אויב כלל ישראל איז אן עם קשה עורף, און קאווע שטיבל איז דאך שפיץ כלל ישראל, דאן איז דאס אויך שפיץ 'קשה עורף'... מיטן נעמען אויף זיך דעם 'שררה אני נותן לכם? עבדות אני נותן לכם!' קומט זיך דיר א באזונדערע דאנק.


איך האף אז חפץ ה' בידך יצליח, אז דו וועסט קענען זיין א מהלך נגד רוחו של כל אחד ואחד, אלע זאלן הנאה האבן פון דיר, און דו זאלסט נישט האבן קיין גרויסע קאפ וויי פון אונז [אקעי, 'אין סומכין על הנס'...], און אונטער דיין פירערשאפט זאל ק"ש בליען באיכות ובכמות, ויפוצו מעיינות החכמה החוצה, אמן.[/justify]
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

שליחה דורך דעת תורה »

ס'איז נישטא קיין שום חיובים צו קיינעם. דער שטיבל האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן, און א איד האט זיך אנגעטראגן צו נעמען דעם עול אויף זיינע פלייצעס. אשרי לו ולנו. ווער עס וויל נישט דא שרייבן אן האבן א פראפיל אויפן מנהל, איז וועלקאם זיך אנצוטראגן פארן אמט - אינאיינעם מיט זיין בייא. אדער ווארטן ביז אזא מנהל קומט אפיר.

ביז דערווייל, זענען מיר (איך) זייער דאנקבאר פאר סיי וועמען וואס שטייט אונטער דעם ניק @קאפיטאן, און איך זארג זיך מער פאר זיין אויסהאלט (קראפט) ווי פאר זיין געהאלט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ס' קען זיין אז ער קען באשטיין מ'זאל מיינען אז ער ארבעט לשם מצוה , פאר וואס איז ער מחוייב מער ווי א צווייטער, ארויסצוגעבן פערזענליכע זאכן, ווען מ'קען נישט אויפווייזן אז ס'טוט אפעקטירן איינע פון די שרייבער, אז איינער שפירט אז ס'אפעקטירט אים מוז ער נישט שרייבן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לעיקוואד האט געשריבן:אויב האט דער מנהל פאראנוישע חששות אז ווער ווייסט וואס וועט געשעהן אז מען ווייסט ווער ער איז, איז וויפיל ער איז ראוי און מוכשר און רוצה בכך, ליידער קען ער נישט נעמען אויף זיך די הנהלה. יעדער פאזיציע פון שליטה האט מיט זיך זיין פרייז וואס מען דארף צאלן לטובת הציבור. אז איינער וויל שטארק זיין א רבי אבער ער האט עפעס א פראבלעם וואס איז עם מונע פון טוהן די יסודותדיגע פליכט פון א רבי, מוז ער אפאזאגען די אמט. מען קען נישט נעמן אויף זיך די שליטה און כוח איבער א ציבור און דערנאך זיך ארויסדרייען פון די פשוטסע חיובים צו זיי ווייל מען האט עפעס א פרעזענליכע אינטערעס.

וואו שטייט געשריבן די "פרייז וואס מ'דארף צאלן" און וואס דאס נעמט אריין? ווער דיקטירט וואס גייט יא אדער נישט אריין אינעם פרייז? ווער מאכט אפ וועלכע הינזיכט איז מונע פון טוהן די "יסודותגידע פליכט" פון ראנען שאפ דא? סך הכל א יחיד וואס האט נישט געוואלט אז די פלאץ זאל זיך צומאכן האט ער געטון וואס רוב פון אונז האבן נישט געהאלטן דערביי און גענומען די עול אויף זיך. ער האט זיך נישט אונטערגענומען פול דיסקלאוזשור פאר קיינעם, און ער צווינגט נישט קיינעם עם צו טראסטן. יא יא, נישט נישט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

זייער גוט, הייסט עס איז אין דער מנהל'ס אינטערעס מען זאל נישט וויסען ער ארבעט בשכר, זאל מען מיינען ער טוהט לשם מצווה. דאס גיט עם די כלומרשטע רעכט זיך נישט פירען מענטשליך מיטן ציבור ווייל ער איז דאך אזא צדיק ער טוהט שלא על מנת לקבל פרס. גיב נאר א קוק וויפיל מאל מען האט דאס געשריבען די לעצטע טעג. ווען יעדער ווייסט ווען דא טוהט קיינער גארנישט לשם מצווה ער איז פשוט אן איינגעשטעלטע ביים סייט (ווי עס איז ווייזט אויס די אמת ) וואלט דער יחס געווען גאר אנדערש.

דאס איז נישט קיין פריוואטע זאך דאס איז דער זאך וואס שטיייט ביסוד דער רילעישינשיפ פון דער ציבור מיט די באלעבאטים. אמת זיי קענען טוהן וואס זיי ווילען, זיי פארשטיין אבער אויך אז זיי דארפן דער עולם'ס טראסט. א פריוואטע זאך איז אפשר וויפיל דער געהאלט איז, אדער וואס זייערע אנדערע דזשאבס זענען. אבער זיך צו מאכען ווי כאילו דער פאקט אז מען ארבעט בשכר טוישט נישט די גאנצע דינאמיק הערט זיך עפעס שרעקליך תמימותדיג (בשוגג אדער במזיד ) ביי מיר.
I have a dream
Martin Luther King ~
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ס'מאכט נישט אויס לגבי זיין אויפפירונג, ווייל סוכ"ס נעמט ער נישט קיין געלט פון די שרייבער וואס ער קען זיי מכלומרשט בעוולהן
אדרבה אס ער בעוולה'ט איינעם קען מען דאך אים מוסר זאגן, ויראה הקהל וישפוט
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

עס שטייט אין ערגעץ גארנישט געשריבען, ביי מיר איז פשוא אז א שליט על הציבור איז שולדיג דאס מידענסטע טראנספאריסי פאר'ן ציבור ער זאל זיין אפן צו קריטיק, א מנהיג וואס ערלויבט נישט אויף זיך קיין שום קריטיק פירט מען זיך רופן א געוויסע נישט שיינע נאמען. און טאמער קען איינער מאיזה סיבה מוצדקת שהוא נישט פירען נאר אזוי זאל ער מוחל זיין טרעפן א צווייטער.

אמת, דא איז נישט קיין מדינה, עס איז בלויז א שאלה פון טראסט. טאמער איז ענק ניחא צו טראסטען אן איש בלי שם וואס א צווייטער איש בלי שם האט געדינגען צו פירען א סייט בלי מטרה ובלי תכלית, און אריינלייגען דארט אייער ארבעט און צייט, זאל ענק דער וואויל באקומען, איך וואלט זיך געזוכט א סייט ווי עס דרייען זיך קלוגערע לייט פון דעם.
I have a dream
Martin Luther King ~
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

רובא דרובא זעען דא נישט קיין שום אישו פון טראסט, קלערסט טאקע אז דער עולם דא איז טאקע אזוי נאריש פארדעם, אדער קלערסטו איינער וויל זיך דא שלאגן מיט אייך אומזינסט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
רעאגיר