טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

טוט "טשערעדי" ארום שפילן מיט אונז?!

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]יעדער האט מסתמא שוין געהערט פון די פראיעקט "טשערעדי". א סייט וואס איז אויסגעשטעלט צו אויפטרייבן א באשטומטע סכום געלט אין קארגע פיהר אין צוואנציג שעה.

געווענליך ארבעט עס אז ס'איז דא דריי 'מעטשערס' וואס מעטשן די סכום וואס קומט אריין. דהיינו, אייער דאלער ווערט גערעכנט אלטץ פיהר דאלער. אזא פראיעקט האט א סך מעלות, ערשטענס, ס'דא מעטשערס וואס קומט אויס ס'פריפלט זיך אייער נדבה'לע. נאך א מעלה האט דאס, אז ס'קאסט נישט קיין אדווערטייזמענט כמעט. אמאל פלעגט מען פאר א טיי אווענט אין פאפא קידוש זאל, אריין באכענען צען טויזענט דאלער אדווערטייזמענט, זאל, עסן וכו. און די רווח האט זיך געציילט צווישן אכט און דרייצן טויזענט... איז אדער האט מען דערלייגט צוויי טויזענט אדער געמאכט דריי טויזענט אין בעסטן פאל.

נאך א מעלה איז פארהאן, אז דער סייט ארבעט מיט all or nothing. אויב דערגרייכט מען דער ציהל הרי טוב, טאמער נישט באקומט יעדער צוריק זיין נתינה. דאס געבט א שטארקע שטופ פאר א מענטש צו געבן, געבענדיג די געפיהל אז זיין נתינה איז א שטארקע פאקטאר אין די צדקה צוועק.

א שעה צוריק האט זיך געענדיגט אזא פראיעקט פאר ביקור חולים דראקלענט קאונטי. (גראדע קומט יעצט פאר אזא פראיעקט אויף צו טרייבן א מיליון דאלער! פאר טעד קרוז, דורך אידן). ביקור חולים האט געוואלט אויפטרייבן א האלב מיליון דאלער דורך די פיהר אין צוואנציג שעה, און זיי האבן עס געפעסט.

נו, סא וואס איז מיין פראבלעם?

איך קוק דא אויף אייוועלט א סקרין שאט פון די סייט, ס'האט נאך געהאט קארגע 52 מינוט צו גיין פון די 1440 מינוט אין א מעת לעת, און זיי האבן געהאלטן ביי בלויז $181,852 א צירקע פון בלויז 35%!

ביקור חולים.jpg
ביקור חולים.jpg (18.89 KiB) געזען געווארן 3491 מאל


עטוואס שפעטער נאך פינעוו מינוט צו גיין, און ס'האלט ביי $328,852 דהיינו, 68%!

ביקור חולים 2.jpg
ביקור חולים 2.jpg (42.18 KiB) געזען געווארן 3491 מאל


עס פעלט נאך 32% צום ציהל! אין בלויז פיהר מינוט איז עס געשפרינגן א קאנגערו שפרינג... מיט 32% צו פינעוו הינדערט טויזענט דאלער.

ביקור חולים 3.png
ביקור חולים 3.png (19.78 KiB) געזען געווארן 3491 מאל


דער לעצטער אנאנימעס פערזאן האט בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סכום פון הינדערט ניין אין זעכטציג טויזענט דאלער!

ביקור חולים 4.png
ביקור חולים 4.png (79.18 KiB) געזען געווארן 3491 מאל


קורצליך דערנאך איז דער מיסטריעזער 'אנאנימעס' שנעל געטוישט געווארן צו א נאמען "אייזיק גאלדבערג".

ביקור חולים 5.PNG
ביקור חולים 5.PNG (91.8 KiB) געזען געווארן 3491 מאל


-------

איך פארשטיי אז צדקה איז וויכטיג, רופא חולים איז וויכטיג. אבער דער דיעל ארבעט מיט א "יא אבער ניין" סלאגאן. דהיינו, אויב דערגרייכט מען נישט די ליניע וואס מען האט ארויסגעשטעלט געבט מען צוריק ס'גאנצע געלט.

אז מען האלט פינעוו מינוט איידער די דעדליין און ס'פעלט איבער דרייסיג פראצענט פון ס'געלט, און פלוצים ווערט דער חלל נתמלא, נאכדערציה, דורך אן 'אנאנימעס פארשוין' הייבט דאס ברעמען וואס פרעגן: "וואס גייט דא פאר?!"

טשערעדי אדער ביקור חולים ווער ס'איז ממונה אויף די פראיעקט, אויב פארציילן זיי נישט פונקטליך 'מה קרה שם' פארלירן זיי זייער גאנצער נאמנות. דאס איז א פגיעה אינעם ציבור המשתתפים. די דאנערס זענען גלייכע שותפים אינעם פראיעקט און אזא פאסירונג דארף אן ערקלערונג.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דער געוואגטער יונגעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר