מיין קאווע שטיבל קאריערע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8364 מאל

מיין קאווע שטיבל קאריערע

שליחה דורך יאיר »

איך געדענק נישט גענוי וועלכע גוגל סוירטש האט מיר אהערגעפירט, אבער מיט אומגעפער דריי און א האלב יאר צוריק האב איך אריינגעוואנדערט דא אין שטיבל. איך האב באמערקט אז עס דא א שמועס אין היימישער אידיש איבער הגאון ר' משה פיינשטיין, און איך האב זיך רעגיסטרירט און געשריבן מיינע צוויי צענט אויף דער אייגנארטיגער מהלך הלימוד פון ר' משה'ן.
די נאכפאלגנדע תגובות זענען מיר שטארק געפאלן, און איך האב זיך קובע מקום געווען דא. איך האב רעאגירט, געפרעגט, געענטפערט, און אנגעהויבן זיך צו באקענען מיט די חברים דא אין שטיבל. די נושאים זענען געלאפן פון עוואלוציע ביז גאט ביז קבלה ביז היסטאריע. איך האב געטראפן א ווינקל וואו איך האב ענדליך געקענט דורכשמועסן אלערליי ענינים וועלכע איך האב זיך נישט געוואגט ארויפצוברענגען אין פאבליק.
אין קאווע שטיבל האב איך געפינען אן ארט וואו מיינע מיינונגען זענען געווארן רעספעקטירט און גענומען מיט'ן פולסטן ערנסטקייט אפגעזען אויב עס האט געשטימט מיט דער גייסט פון מיינע ארומיגע אדער נישט. איך האב דא געפינען אן ארט וואו איך האב כסדר געלערנט נייע זאכן אין נושאים וועלכע זענען אומעקזיסטירנד ביים חרדי'שן ציבור, און איך האב געפינען א ווינקל אויסצוגעבן מיינע טאלאנטן און אויסלופטערן מיינע געדאנקען וועלכע האבן געבוזשעוועט אין מיר.
עס קומט מיר ארויף זיסע זכרונות פון יענע טעג, ווען מיין סאציאלע צירקל אין וועלכן איך האב זיך געשפירט גענצליך באקוועם איז געווען באגרעניצט צו די ווענט פון קאווע שטיבל. מיין טאג האט זיך געדרייט ארום לעיקוואוד און געפילטע פיש, יאנקל און יידל, קופערניקוס און יואליש. במשך א שיינע שטיק צייט איז דאס געווען מיין לעבנסקראפט אין א ים פון צעמישעניש און איינזאמקייט.
נייע האריזאנטן אין מחשבה און קונסט זענען געעפנט געווארן פאר מיר א דאנק די שמועסן אין דעם שטיבל, און היינט צוטאגס צייל איך א שיינע פאר קאווע שטיבל מיטגלידער צווישן מיינע נאנטסטע חברים. דער איינפלוס וואס קאווע שטיבל האט געלאזט אויף מיר, דירעקט און אומדירעקט, וועט לאנג איבערלעבן איר עקזיסטענץ. איך קען נישט גענוג דאנקבאר זיין פאר די גרינדער פון דעם שטיבל און די מיטגלידער פון דעם וועבזייטל, בכל שם וחניכא דאית להו, וועלכע האבן געטוישט מיין לעבן אויף אייביג.
[center]*[/center]
ביי דער היימישער עולם איז קאווע שטיבל סינאנים מיט קריטיק אויף דער חרדי'שער לעבנסשטייגער. צוליב די שוועריקייט פון אויסדרוקן קריטיק אויף אונזער קולטור אן דארפן ליידן די קאנסעקווענצן, איז דער ווירטואלער פארום וואו מען קען אנטפלעקן די מסתורי לב אונטער א שלייער פון אנאנימיטעט פארוואנדלט געווארן אין א שופר צו פארדאמען אלס וואס איז הייליג און טייער ביי חרדישע אידן.
ביי מיר איז אבער קאווע שטיבל ענדערש געווען א ווינקל זיך אויסצוגעבן די טאלאנטן און אנטוויקלען מיין שרייב קראפט. אייגנטליך, איז דאס געווען מיין אייגענע פארעם פון רעוואלטירן קעגן דעם 'סיסטעם'. דער געטליכער שטימע פון מאראל און קונסט האט געבוזשעוועט אין מיר, און קאווע שטיבל איז געווען דער איינציגער פלאץ וואו איך האב געפינען אן ארט אויסצודרוקן מיינע טיפסטע און ערהאבנסטע געפילן.
דא האב איך געפינען חברים וואס האבן פארשטאנען מיין איינזאמקייט, געשפירט מיין ענטוזיאזם, און געדינט דעם זעלבן גאט וואס איך דין; דער גאט פון אברהם יצחק און יעקב; דער גאט וואס באהאלט זיך אין א ברענענדיגער דארן וועלכע בלייבט הארט און שפיזיג טראץ די מאכטפולע פייער צינגען וואס נעמען איר ארום; דער גאט וועלכער אנטפלעקט זיך אין רוישיגע ים כוואליעס, אין דאס ליבע צווישן א געליבטער און זיין געליבטע, און אין עלעגאנטע מאטעמאטישע טעאראמען.
צו דעם גאט האב איך זיך אויסגעגאסן דאס הארץ צווישן די ווענט פון דעם שטיבל. איך האב פילאזאפירט איבער זיין מהות, אויסגעדרוקט מיינע געבעטן צו אים, איבערגעגעבן זיינע געטליכע נבואות, און געזינגען שירה צו זיין אלמעכטיגן עקזיסטענץ.
אזוי ווי איך וויל פאראייביגן די כוחות וואס איך האב אריינגעלייגט אין דעם וועבזייטל, האב איך צוזאמגענומען א הויפן פון מיינע שירים, מאמרים און נבואות וואס זענען נתגלה געווארן צו מיר. איך וועל עס בקרוב ארויפשטעלן אלס א פי די עף, און דורך די וואונדערליכע טעכנאלאגיע וועט עס פארשפרייט איבער די ארבע כנפות הארץ און צוריקברענגען פארבלאנזשעטע נשמות צום כסא הכבוד, וואו זיי וועלן זיך איינהילן אין די ווייסע פליגלען פון דעם געטליכן אוניווערס.

ומנקודות מחשבותי
שיקבצו לעדרים
אקח אותיותי
והיו למאמרים

והמאמרים בחוברת
יהיו לספרים
והספרים בכל קרת
יהיו נפזרים

ואליהם יתלקטו
מעמי שרידים
שמאד מעטו
והנם יחידים

שדעי יבינו
ויתאוו לרשפי
ועלות יהינו
לשכן בין כתפי

והשואפים למטרתי
ירבו מיום ליום
אז תבא שאלתי
העמוקה מתהום

כי יחידי הסגולות
יהיו לעדרים
ובמחשכים במצולות
יאירו לעברים

- מרן הרב קוק זצ"ל
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר