קאצקע ציקער האט געשריבן:והא ראיה די זעלבע פאסט וועסטו טרעפן אויף א צעטל וועט קיינער נישט זיין אינטערסירט עס אנצוקיקן איינמאל ס'קימט אן אויף וואטס עפפ ווערט עס הייסע נייעס.
וכדומה.. האט געשריבן:אמת.
אבער סאיז זיכער דא א חלק אין וואס מקען ווערן אריינגעצויגן מער ווי מ'וויל, און פארברענען צייט וואס מהאט נישט, ווי למשל עקסעסיוו סאשעל מידיע, וואס דאס איז א זאך וואס א סמארטפאון קען אנברענגען.
נאר די קונץ איז עס צו קענען באלאנסירן ריכטיג, און נישט שפרינגען אויף יעדע לינק אדער פאוסט, וואס דאן איז אוודאי די טעלעפאון בלויז א גרויסע תועלת וואס מאכט גרינגער דאס לעבן.
וכדומה.. האט געשריבן:@אחד העם איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט
אויב איינער האט א עדיקשען צו א פאקס מאשין נו זאל ער עס גיין טריטן.
עס זענען דא מליאנע מענטשן וואס זענען אבסעסד מיט זייער סמארטפאונס אויף א עקסטרעמע אופן, און ס'האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די נוצליכע פונקציעס וואס די פאון שטעלט זיי צו. דו נעמסט פון זיי אוועק די טעלעפאון פאר צוויי שעה זענען זיי אומרואיג, אויס מענטש און קענען נישט ווייטער אנגיין ווי אטעמען צום לעבן. און דאס איז א געוויסע סארט עדיקשען וואס מהאט צום טעלעפאון.
א סטאדי צייגט אז איינס פון דריי מענטשן וואלטן ענדערש אויפגעגעבן אויף סעקס ווי איידער אויף זייער טעלעפאון.
פארשטייט זיך נישט יעדער מיט א טעלעפאון איז אין דעם גדר.
קאצקע ציקער האט געשריבן:נישט יעדער איז אזוי אבער ס'דא מענטשן וואס די רגע ס'קימט מוצאי וועט מען כאפן דעם פאן צו זעהן צו ס' דא עפעס פרישע סחורה אפילו מען האט נאך נישט געענדיגט ליינען די צייטונגען פון שבת.. וואס דארט קען אפילו זיין בעסערס אבער וואטס עפפ איז יעצט אינטערסאנטער
איך טראכט יעצט אז אויב וואלט מען געמעיגט ניצן דעם פאן שבת וואלטן זיך אלע היימישע צייטינגען געקענט פארמאכן... קיינער וואלט נישט געווען אינטערסירט דערין
ירא שמים האט געשריבן:נאך א מעלה פון סמארטפון, אז ביי א חתונה צי שבע ברכות׳ן צו אנדערע לאנגווייליגע מצבים קען מען אנשטאט קלאצן און רעדן נארישע שמועסן קען מען עפעס אויפטוען אויפן פאון!
אחד העם האט געשריבן:איך קען מענטשען וואס די רגע וואס זיי זעהן פאטעטע קוגל, לאזען זיי אלעס איבער אין טעלער, און לויפן צו די פאטעטע קוגל, אפילו ווען אין טעללער איז דא בעסער'ס.
אין איין ווארט, עדיקשעין, אבסעשין, איז נישט קיין פראבלעם מיט די חפצא, ס'איז א פראבלעם מיט די גברא.
קל וחומר האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט פון א קלוג איד'ל, אז א סמארטפאון שפארט טאקע אסאך צייט, אבער בו בזמן גיבט ער וואס צו טוהן מיט די געשפארטע צייט. ודפח"ח.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט