שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

שליחה דורך כוכב »

מיט פרייד און לויב צו השי"ת טו איך עפענען די טויערן פון די רעדאקציע צו "פה-סח 2" מיט כבוד, אונטער אונזער סלאגאן: דאס פרייהייט פון ווארט! כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', די קאווע שטיבל אויסגאבע וואס וועט אי"ה ערשיינען צום יום טוב פסח תשע"ו.
פאלגנד זענען די פלענער פאר'ן סוקסעס פונעם קאמפיין:

1. די רעדאקציע נעמט אן ארטיקלען פון דער מינוט, ביז זונטאג שבוע שחל בו. אן ארטיקל וואס וועט אנקומען נאכ'ן דעדליין קענען מיר נישט גאראנטירן אז עס וועט אנגענומען ווערן. אן קיין ארטיקלען איז נישטא קיין אויסגאבע, ביטע נעמט דאס נישט פאר לייכט און מיר קוקן ארויס פאר די מיטארבעט פון אלע אונזערע חברים זיך צוצושטעלן און אריינשיקן ארטיקלען.

2. ווי פריער אלס בעסער, שטופט נישט אפ פאר די לעצטע מינוט, שיקט שוין אריין אייער ארטיקל, וועלן מיר עס קענען שיין אויסשטעלן און מגיה זיין.

3. די אויסגאבע וועט ערשיינען אי"ה מיטוואך שבוע שחל בו, אין א ווירטואלן פארמאט גרייט פאר א דאנולאוד, פאר גענצליך אומזיסט.

4. אן ארטיקל וואס נויטיגט זיך אין הגה וועט איבערגעגעבן ווערן פאר איינער פון אונזערע געטרייע חברי המערכת צו מגיה זיין, איר קענט פארלאנגען צו זען אייער ארטיקל נאכ'ן הגה.

5. מיר טוען זיך באדאנקען פאר'ן אנאנימער גראפיקער וואס האט אונטערגענומען די מלאכה הכבידה צו טוען די גראפיקס, מיר בעטן אבער אלעמען צו פארשטיין די סענסיטיווקייט פון די צייט, און אריינשיקן אלע ארטיקלען ווי פריער.

6. ארטיקלען מיט בילדער אדער דאקומענטן וועלן שיין און פראמינענט אויסגעשטעלט ווערן, אבער ווי ערווענט, ווי פריער עס ווערט ערהאלטן דורך די רעדאקציע, אלץ מער ערפאלגרייך קענען מיר זיין.

7. די רעדאקציע האט מינימאלע קאסטן, מיר בעטן די פאריעריגע דאנארס און סיי ווער ס'האט די מעגליכקייט זאל זיך אנרופן ווארעם און אנטיילנעמען אין די הוצאות.

8. אלע נדבות קען מען שיקן דורך פעי-פאל אויף kaveshtiebel@gmail.com

9. אריינצושיקן ארטיקלען קען מען צו מיר אין אימעיל אויף shternks עט גמעיל. ביטע נישט שיקן ארטיקלען אין אישי נאר אין פאל פון בדיעבד.

10. פאר אלע אנגעלגענהייטן בנוגע דעם אויסגאבע קען מען זיך ווענדן צו מיר אדער צו [tag]געוואלדיג[/tag] וועלכער איז א געטרייע שותף אין די ארבעט.
געוואלדיג וועט זיך פארבינדן מיט אלע שרייבערס פון פאריאר צו בעטן ארטיקלען, אזוי אויך מיט די נדבנים, ביטע אים אויפנעמען בסבר פנים יפות.

11. וויכטיגע נקודה: מיר צילן אהערצושטעלן אן ערשטקלאסיגע און רייכע אויסגאבע און מיר פארלאזן זיך אויף אונזערע מיטגלידער צו פארשטיין וועלכע ארטיקלען פאסן אריין אין אזא אויסגאבע. ביטע זיך האלטן צו טעמעס פון יהדות, השקפה, טעכנאלאגיע, וויסנשאפט, מוזיק, קורת ימי הדורות, הומאר, היסטאריע און אנשי שם, און נאך, אבער נישט קאנטראווערסיע, אדער סיסטעם באקלאגענישן א.ד.ג.

12. אן ארטיקל וואס וועט ערשיינען אויף קאווע שטיבל פאר'ן גיין צום דרוק, וועט אויטאמאטיש דיסקוואליפיצירט ווערן.

13. אלע ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען אין פה-סח 2 וועלן מיט די צייט ארויפגעשטעלט ווערן אויף קאווע שטיבל.

14. איך וויל נאכאמאל באמערקן, איך דארף יעדנס הילף, לויט וויאזוי די ציבור וועט זיך צושטעלן אזא אויסגאבע וועט זיין. טאמער קענט איר העלפן מיט סיי וואס רופט אייך אן.

15. טאמער רעכנט איר צו שרייבן אן ארטיקל, רופט אייך אן הויך, משום קנאת סופרים תרבה חכמה. אבער די טעמע מוזט איר נישט פארציילן צו פארבלייבן א סורפרייז.

16. אנשי שם ארטיקלען אויף אן איש מפורסם א.ד.ג., וועלן אי"ה באקומען א פראמינענטע פלאץ אויפ'ן קאווער.

איך בין גרייט צו ווידמען מיין צייט, כח און עקספערטיז פון מיינע פה סח, אראומע, שושנים און ספר האישים פראיעקטן, פאר די פולקאמע און מערסטע הצלחה פון פה-סח 2. יעצט איז אין הדבר תלוי אלא בכם. זאל די שכינה רוען אין אונזערע ווערק און פה-סח 2 זאל איבערשטייגן די פאריאריגע,

אייער פריינט,
כוכב
הויפט רעדאקטאר

דער אשכול פארמאגט 210 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר