קול מבשר'ס לייטישע פסח פראגראם

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
יושב אהל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

קול מבשר'ס לייטישע פסח פראגראם

שליחה דורך יושב אהל »

קול מבשר האט דאס מאל אויך נישט אנטוישט די טויזנטער צוהערער און צוגעשטעלט א הערליכן פסח פראגראם מיט א סעריע אינטערוויוס און פראיעקטן.
צום ערשט און אלעמען אן אינטערוויו מיט'ן בארימטן בדחן ר' פינקי וועבער, ס'ערשטע מאל פינקי גיט א שלימות'דיגע אינטערוויו און ר' וועלוול מאכט א מאסיווע ארבעט, ער לעכערט אים ממש ווי א זיפ און כמעט וואס לא הניח מקום להתגדר, ער פרעגט אים יעדע זאך וואס דארף נאר געפרעגט ווערן, ולעומתו פירט זיך פינקי אויף ווי א מענטש, גיט נישט קיין עדיטוד און ענטפערט אויף כמעט אלעס אויסער ווי נישט דרייט ער זיך ארויס מיט א ווערטל.
פינקי האט נאך קיינמאל פאר קיינעם נישט געגעבן קיין אינטערוויו אוו איז א שטארקער געווינס פאר קול מבשר, ס'זעלבע פארקערט, פינקי האט גוט געוואוסט אז מיט קול מבשר וועט זיין אינטערוויו קריגן פאסיגע דעקונג און פראמינענטע אטענציע.
דערנאך האבן זיי אן אטעמפארכאפנדע פראיעקט איבער פ' שרי פעלדמאן, וועלכע איז פארלוירן געגאנגען מיט איבער צוואנציג יאר צוריק. הייבט זיך אן מיט א שמועס מיט'ן מאן וואס פארציילט דער געשיכטע ביז פרטי פרטים. דער מאן הרב ישראל הערצאג איז געבענטשט מיט א לשון לימודים, יעדעס ווארט איז א ברכה צו מאכן און דורכאויס די איבער שעה צייט וואס ער פארציילט ווערט מען אריינגעשלעפט תוך תוכו פון דער היסטארישער און דראמאטישער געשיכטע, דערנאך קומט אן א אינטערוויו מיט'ן טאטן ר' יאנקל פעלדמאן און נאך עסקנים וועמען רי''ש דרעזנער האט באוויזן צאמשלעפן מיט זיין ווייטגרייכנדע ארעם וואס איך בין נאכנישט אנגעקומען צו הערן.
אסאך יארן זענען שוין פארלאפן זינט דער געשיכטע, איך פערזענליך בין געווען א קליין יונגעלע און איך געדענק דאס אביסל ווי אין ווייטן חלום. די געשיכטע איז נאך קיינמאל נישט פארציילט געווארן עכ''פ אין די לעצטערע יארן און איז דערפאר א העכסט שפאנענדע פראיעקט זיך צום דערקוויקן.
אן אנדערע פראיעקט איז הצלה שרייט הצלה מיט פארשידענע הצלה יונגעלייט וואס זענען אליין אמאל געווען אנגעוויזן אויף הילף, כהאב געהערט נאר אנהויב און סהערט זיך מוראדיג אינטערסאנט.
דערנאך איז דא אן אינטערוויו מיט יואלי הורוויץ פון שירה וואס כהאב נאכנישט עספיעט צו הערן.
שטייצעך אז יאסי געשטעטנער גייט דערווייל אן מיט זיינע רענטס אויף זיין טולק שוי 115 צום לאכן צום וויינען.
אלזא, ווען איר זיצט אין פארק אוו גייט אויס פאר לאנגווייליגקייט רופט קול מבשר, ס'איז דא סחורה זיך צום באלעקן.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר