תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך יידל » מיטוואך מערץ 28, 2012 8:49 am

אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער די באקאנטע תורה קאודס מיסודם של הרב ווייסמאנדעל זצ"ל. בעיני, זענען די תורה קאודס בבחינת רמז. גאר שיינע רמזים, פיל מאל ברענגן זיי צו זיסע זאכן, ולא גרע משאר מיני רמזי תורה. אבער פון שיינע רמזים ביז צו די "באווייז" אין וואס מען האט עס פארוואנדעלט? גאר א ווייטע מהלך. פאר די וואס לייענען המודיע - פאריגע וואך איז געווען אן ארטיקל אין די ענין אפטיילונג וועלכע האט גערעדט מיט א מאטעמאטישאן איבער די זיכערקייט און שטארקייט פון די תורה קאודס. מער ווי איין מענטש איז צו מיר צוגעקומען מיר פארציילען דערוועגן, זאגנדיג מיט התפעלות ווי אפילו אין אזא הסתר פנים האבן מיר ממש אפענע באווייזן אז תורה מן השמים הוא.
אבער... אין הצר שוה בנזק המלך. מען דארף דעם ארטיקל דעמאסקירן און ארונטערייסען וויפיל מען קען נאר. די סיבה פארוואס מען דארף ארונטערייסען אזא ארטיקל איז ווייל דאס קען צוברענגן צו א אפשוואכונג אין אמונה ח"ו. וויאזוי קען דאס זיין אזא פאראדאקס, וועט איר דאך אודאי פרעגן? גאר פשוט. א מענטש ליינט עס, און דרייט זיך דערנאך ארום מיט מחשבות אז "עכ"פ איין מעכטיגע באווייז אז משה אמת ותורתו אמת האב איך". דערנאך ווערט ער צומאל געוואויר אז דאס איז ווייט פון זיין א באווייז, מעכטיג זיכער נישט. און דאן ווערט ל"ע זיין אמונה אפגעשוואכט. איך האב אביסעלע אנגעהויבן שרייבן א מאמר אויף דעם, אבער דערנאך האב איך באמערקט אז נעכטן האט הרב יצחק אדלערשטיין שוין געשריבן וועגן דעם, און הרב דוד קאמינעצקי און הרב ישעי' קארלינסקי האבן אויך מצרף געווען חתימתם. בלייבט מיר נישט איבער נאר צו לינקען צו זיינע (זייערע) רייד, וישמע חכם ויוסיף לקח. Bible Codes: Response To a Misleading Hamodia Article
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך קול גדול » מיטוואך מערץ 28, 2012 3:43 pm

מ'קען אויך ארויסלערנען פון תורה קאודס ווערטער וואס זענען קעגן די תורה אליינס:
www.hofesh.org.il/religion_merchants/diloogim/skips.html
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך קופערניקוס » מיטוואך מערץ 28, 2012 3:47 pm

עס איז ליידער אן אפטע ערשיינונג אז אין די גרויס געיעג צו מאכזיר ביטשיווע זיין פארקויפט מען די חברה לאקשן, מען זאגט זיי אז די זוהר האט געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג (אנשטאט זאגן אז דאס איז אביסל אומבאטעם'ט פאר אונז, ווייל עס געט וואפן פאר רבי יעקב עמדין און פאר די פריערדיגע גדולי דורו פון רבי משה דילאון וואס האבן געהאלטן אז רבי משה דילאון איז דער מחבר פון זוהר), מען זאגט זיי אז די חז"ל האבן געהאט די בעסטע מאטעמאטישע פארמולעס (מאכנדיג א שווייג פון די "הודו חכמי ישראל לחכמי אומות העולם וכו') און די מורא'דיגע חכמה פון "דבש היוצא מדבורים טהור" און דאס איז ממש נפלא ווייל עפעס א פראפאסער האט טאקע געשריבן ענדליך........... און אזוי ווייטער, און די תורה קאודס איז איינער פון די זאכן.
משה אמת ותורתו אמת, און לאמיר נישט אריינמישן קיין שקר עס צו פרואוון.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4217 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך קופערניקוס » מיטוואך מערץ 28, 2012 3:50 pm

הודעהדורך שמואל הלוי » מיטוואך מערץ 28, 2012 3:50 pm

ס'איז דא דריי תנאים אין די מהלך פון ר' מיכאל בער זצ"ל.

1) עס מוז זיין די זעלבע מאס אותיות צווישן איין דילוג און די אנדערע.

2) די נומבער דארף עפעס האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.

3) די פלאץ ווי מען טרעפט די ווארט, דארף האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1472 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:46 am

שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז דא דריי תנאים אין די מהלך פון ר' מיכאל בער זצ"ל.

1) עס מוז זיין די זעלבע מאס אותיות צווישן איין דילוג און די אנדערע.

2) די נומבער דארף עפעס האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.

3) די פלאץ ווי מען טרעפט די ווארט, דארף האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.

דוכט זיך מיר אז ר' מיכאל בער האט קיינמאל פון דעם נישט געמאכט א "הוכחה" אז די תורה איז מסיני. דאס איז געווען פאר אים אזא פרפראות לחכמה, פונקט ווי ראשי תיבות אין גימטריאות. צו קען מען דען נישט טרעפן גימטריאות פארקערט ווי תורה אין די תורה גופא. אודאי יא. צו מיינט דאס אז די תורה איז חלילה...? אודאי נישט! אויף דעם איז געזאגט געווארן צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם. און וועגן דעם בין איך בכלל נישט נתפעל פון וואס קול גדול האט אויבן געברענגט פון א פרייען סייט אז מקען אויך "טרעפען" כופרישע קאודס אין די תורה. מ'קען אויך טרעפן (ליין: מאכן) כופרישע ראשי תיבות אין די תורה. דאס איז אלעס סך הכל פרפראות לחכמה, און אוזי דארפן מיר זיך צו איר מתייחס זיין.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך אךשמח » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:17 pm

ווען די נושא פון תורה קאודס שפרינגט ארויף, קען איך נישט פארגעסן פון א חשובן איד וואס האט מיט א פופצן יאר צוריק, אום שבת צופרי ביי די קאווע ארומגערעדט איבער די קאודס מיט אזא מין אייפער און עקסטאז, אז ס'האט אויסגעזען אז מ'האט געכאפט דעם ריכטיגן מיטל איבערצוצייגן די גאנצע וועלט אז אונזער תורה איז תורת אמת און מן השמים. ער האט טאקע צוגעגעבן אז מען האלט עס נאך אינמיטן שטודירן און אז ס'קען גאר זיין אז אין זייער ניו טעסטאמענט איז אויך דא אזא זאך ווי קאודס, אבער אין יענע מינוטן איז ער געווען מלא התפעלות.

יארן האבן זיך גערוקט מיט א שנעלקייט, און היינט איז דער איד אן אפענער אפיקורוס, און איז באוואוסט מיט זיין אפלאכן פון די גאנצע אידישע רעליגיע רח"ל.

נישט אז די תורה קאודס האבן אים געברענגט אז זיין אמונה און אידישער פונק איז אים פארלאשן געווארן, אבער זעט נישט אויס אז ס'האט צוגעהאלפן...
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

הודעהדורך yisroelotd » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:05 am

די תורה קאודס האבען א מוראדיגע פראבלעם ווען מען וויל דאס ניצען אלס הוכחה צח תורה משמים, נעמליך, אז להבדיל די מוסלמענער טענה'ן די זעלבע אינעם קוראן, אין די קריסטען און די ברית החדשה.
שמעתי, אז רבי מיכאל בער, האט דאס דירעקט נאר גענוצט אלס פרפראות לחכמה נישט אלס הוכחה צו תורה משמים, אויף וואס ער האט געזאגט מען דארף נישט קיין הוכחות.
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך yisroelotd » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:16 am

איך האב א לינק צו קוראן קאודס איך ווייס נאר נישט צו די רוח המקום דא איז נוחה דערפון, וועל איך עס נישט ארויפלייגען, מען קען מאכען א גוגל סירטש, אזוי אויך אויף יוטוב
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:02 am

איך מיין עס וואלט געווען מער כדאי מען זאל אנהייבן רעדן מער בפרטיות אנשטאט זיך ארומצואמפערן אויב דאס קען יא אדער נישט אפשוואכן די אמונה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8133 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 4:27 am

דא האט איר בשם הרב זמיר כהן:

"כל מאורע שקורה מוצפן בתורה בדילוגי אותיות. כך ניתן למצוא צפנים בקשת רחבה של נושאים - החל מ-26 צמחים המוצפנים כולם בסיפור גן עדן, המשך במחלות כמו איידס, סכרת ואינסולין, וכלה באירועים היסטוריים - השואה, מלחמת המפרץ ורצח רבין, ואישים בעם ישראל, דוגמת דוד המלך, אסתר המלכה, הרמב"ם, רש"י ועוד".

מבחינה הסתברותית זה יכול לקרות בכל ספר, לא?
"פרופ' ריפס מהמחלקה למתמטיקה באוניברסיטה העברית מציין שאף על פי שבכל ספר המכיל מספר רב של אותיות ניתן למצוא ממצאים שונים, אין ספר שהממצאים שבו עונים למבחנים המדעיים המובהקים מלבד התנ"ך".
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8133 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:11 am

שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז דא דריי תנאים אין די מהלך פון ר' מיכאל בער זצ"ל.

1) עס מוז זיין די זעלבע מאס אותיות צווישן איין דילוג און די אנדערע.

2) די נומבער דארף עפעס האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.

3) די פלאץ ווי מען טרעפט די ווארט, דארף האבן א שייכות מיט די ווארט וואס מען טרעפט.

1) געבויט אויף וואס? אויב איז אן אייניגע דילוג אן הוכחה, פארוואס נישט אן אומאייניגע? וואס איז די לאגיק אונטער דעם?

2) דאס איז זייער פארנעפעלט. ווער מאכט אפ וואס ס'מיינט שייכות?

3) וואס דעפינירט "די פלאץ"? וויפיל ארום דעם? און נאכאמאל, וואס קוואליפיצירט פאר שייכות?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3911 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:31 am

קראנטע נביאות אז אבאמא גייט זיין פרעזידענט. כ'ווינדער מיך אויב דער מענטש זעלבסט גלייבט יא דערין.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3911 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:18 am

קראנטע נביאות אז ראמני גייט זיין פרעזידענט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4423 מאל

הודעהדורך אוהב דעת » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:14 am

דא רעדט מען אויך דערפון  http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=5&t=16548
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 1:25 am

קען איינער זאגן וואס זענען די בווייזן אויף יא און וואס אויף נישט.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מיטוואך יולי 29, 2015 2:09 pm

ירא שמים האט געשריבן:קען איינער זאגן וואס זענען די בווייזן אויף יא און וואס אויף נישט.

איך האב שוין עטליכע מאל געהאט בדעה, צו צונעמען דעם ענין פון א ריין מאטעמאטישע סטאטיסטיקעל קוק-ווינקל, אבער לא עלתה בידי מחמת חוסר הפנאי, אויב איז דא אן אינטערעסע דערין, וועל איך זיך אפשר מאכן צייט.
אבער אין קורצן, עס איז דא פארשידענע שיטות, עטליכע פון זיי זענען זייער נאריש און קינדעריש, וואס מיט אביסל מאטעמאטיק זעהט מען אז עס איז גארנישט מוכיח, אבער עס איז פארהאן מער א מאטעמאטיש באזירטע מעטאד, וואס פאדערט אביסל א גרעסערע אריכות, אבער די עקסייטמענט איז דארטן אסאך שוואכער, און די נבואות זענען היבש קלענער.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1795 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יולי 29, 2015 2:20 pm

עס ווענד זיך אויך אסך וואס דו ריפסט תורה קאודס
טייל קריטעקירער ניצען זייער א ברייטע דעפעניציע - דאס געט זיי די מעגליכקייט צו צו ווארפען א סנא-מען

און דו ריסערטש וואס @פארוואס? האט געברענגט ניצן זיי די אויסגעברייטע דעפעניציע און דאך קימען זיי אן צו די מסקנה:
We conclude that the proximity of ELS with related meanings in the book of Geneses is NOT due to chance.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך יולי 29, 2015 2:41 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך יולי 29, 2015 2:30 pm

אויף די קוראַן און אויף יעדע ביכעל קען מען פונקט אזוי מאכן קאודס פון נבואה.
א זייטיגע שאלה האב איך אייביג געהאט צו די מענטשען וואס גלייבן דערינען אויב איז עס אמת פארוואס רעדט קיינער נישט פון דעם פאר קאמפיוטער צייטן? נישט די חז״ל נישט די זוהר נישט די ראשונים נישט רש׳״י נישט דער רמב״ם נישט דער אוחה״ק נישט דער אבן עזרא נישט דער חתם סופר נישט ר׳ שמשון רפאל הירש, קיינער נישט!,
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6257
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יולי 29, 2015 2:40 pm

איך האב געוויסט אז ר' מיכל בער ווייסמאנדעל האט געהאט א קאמפיאטער וואס ארבעט מיט וואסער
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מיטוואך יולי 29, 2015 3:07 pm

הקטן האט געשריבן:עס ווענד זיך אויך אסך וואס דו ריפסט תורה קאודס
טייל קריטעקירער ניצען זייער א ברייטע דעפעניציע - דאס געט זיי די מעגליכקייט צו צו ווארפען א סנא-מען

און דו ריסערטש וואס @פארוואס? האט געברענגט ניצן זיי די אויסגעברייטע דעפעניציע און דאך קימען זיי אן צו די מסקנה:
We conclude that the proximity of ELS with related meanings in the book of Geneses is NOT due to chance.

נו, זייער ווארט איז נישט דאס לעצטע, אולי בבוא הזמן, וועלן מיר האבן צייט עס צונעמען צו קליינע פיצלעך, און פראבירן זעהן אויב זייער מסקנא איז טאקע ריכטיג.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1795 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך chaims » מיטוואך יולי 29, 2015 3:39 pm

דער בחור האט א שיינע שיעור ווי ער צולייגט די נושא
ער איז היבש א געלערענטער אבער דוכט זיך אז ער איז נישט א מאמין.

[url]m.youtube.com/?app=m&persist_app=1#/watch?v=8fd9TWhN_SM[/url]

I can't believe I just said that...
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מיטוואך יולי 29, 2015 4:47 pm

chaims האט געשריבן:דער בחור האט א שיינע שיעור ווי ער צולייגט די נושא
ער איז היבש א געלערענטער אבער דוכט זיך אז ער איז נישט א מאמין.

אט אזוי...

I can't believe I just said that...

דוכט זיך מיר אז דער רעדנער (משה שנפלד) איז א באקאנטער אקטיוויסט צווישן די יוצאים בשאלה אין ארץ ישראל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 914
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1795 מאל

Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?

הודעהדורך יהושע חיים » מיטוואך יולי 29, 2015 5:10 pm

שבת אחים האט געשריבן:א זייטיגע שאלה האב איך אייביג געהאט צו די מענטשען וואס גלייבן דערינען אויב איז עס אמת פארוואס רעדט קיינער נישט פון דעם פאר קאמפיוטער צייטן? נישט די חז״ל נישט די זוהר נישט די ראשונים נישט רש׳״י נישט דער רמב״ם נישט דער אוחה״ק נישט דער אבן עזרא נישט דער חתם סופר נישט ר׳ שמשון רפאל הירש, קיינער נישט!,

ר מיכאל בער זצ"ל האט דאס ערפינדען נאך פאר די קאמפיוטער (נאך פאר די קריג)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 479 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יולי 29, 2015 6:07 pm

יהושע חיים האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:א זייטיגע שאלה האב איך אייביג געהאט צו די מענטשען וואס גלייבן דערינען אויב איז עס אמת פארוואס רעדט קיינער נישט פון דעם פאר קאמפיוטער צייטן? נישט די חז״ל נישט די זוהר נישט די ראשונים נישט רש׳״י נישט דער רמב״ם נישט דער אוחה״ק נישט דער אבן עזרא נישט דער חתם סופר נישט ר׳ שמשון רפאל הירש, קיינער נישט!,

ר מיכאל בער זצ"ל האט דאס ערפינדען נאך פאר די קאמפיוטער (נאך פאר די קריג)

@שבת אחים דיין שאלה וואס דו האסט אייביג געהאט אויף דעם (און אויף אסך אנדערע זאכן) נעמט זיך פשוט פין נישט וויסען - אדער פין מיינען אז דו ווייסט
"ידיעת סודות תורתינו הקדושה הוא על ידי הצירופים, והגימטריאות, והתמורות, וראשי תיבות, וסופי תיבות, ותוכי תיבות, וראשי פסוקים, וסופי פסוקים, ודילוג אותיות וצרוף אותיות"

רמ"ק - פרדס רמונים

ויש לך לדעת כי יש בידינו קבלה בפסוק זה של 'בראשית' שממנו יוצא שם בן מ"ב המיוחס למדה"ד עד ל-ב' של "בהו" אך ע"י צרופים רבים, ואם תאיר עיני הלב תמצא בו המנין של בהר"ד שזכרתי למעלה... והוא רשום בפרשה ואותיותיו ארבעתם בין כל אות ואות מ"ב אותיות.
והמשכיל יבין ויוכל להבחין כי אין זה דרך מקרה אבל הוא מופת גמור וכו'...

רבינו בחיי בפרשת בראשית
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט