יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

שליחה דורך אדנירם »

היינט צוטאגס ווערט אפגעצייכנט א גרויסע יארצייט, דער יארצייט פונעם לעצטן גדול וואס קען ווירקליך באצייכנט ווערן אלס 'רבן של ישראל'.

א רבן של ישראל מיינט נישט דווקא איינער וואס האט די מערסטע חסידים, אדער אפילו די גרעסטע צדיק [הגם דאס איז אויך אמת], נאר א רבן של ישראל מיינט איינער וואס האט געהאט אן איבערמונדליכן השפעה אויף גאנץ כלל ישראל. און דער רבי זי"ע איז ווירקליך געווען א רבן של ישראל, און לויט אלע סימנים - די לעצטע רבן של ישראל [כ'דריק זיך דווקא נישט אויס רשכבה"ג וואס מיינט נאר 'של בני הגולה'], עכ"פ ביז משיח וועט קומען.

אין אזא צייט דארף מען אביסל אריינקלערן אינעם גרויסקייט פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע, וואס איז - טראץ אלע פראבלעמען מבית ומבחוץ - געשטאנען על המשמר, גדר גדר ועמד בפרץ, אז לא ירעו ולא ישחיתו בנחלת עם ישראל. הגם ער איז נישט געווען אזוי גרויס, אזוי הייליג, און אזוי אנגענומען ווי זיין פארגייער, רבינו הקוה"ט זי"ע, איז ער פארט געווען א גענעראל פארן כלל, זייענדיג דער געניטער קאפיטאן וואס האט געפירט זיין שיף איבער ברויזנדע ימ'ען.


ווי באקאנט, האבן די זקני הדור - וואס האבן עכט מיטגעהאלטן די הנהגה פונעם פארגייער - רביה"ק זי"ע, געהאט א שטיקל פראבלעם צו אנערקענען אז ס'איז א בחינה פון ובא השמש וזרח השמש, אבער ענדגילטיג האבן אלע אנערקענט אז דאס איז געווען דער איינציגסטער, און פאסיגסטער אויסוואל. ס'איז געווען ממש ווי מיר ווייסן אז 'פני משה כפני חמה, ופני יהושע כפני הלבנה'. נאכדערצו, ווען ס'איז באקאנט זיין צוגאנג צום הנהגת כלל ישראל, אז ער האט עס אנגענומען פשוט ווי א פקדון, כדי נישט צו לאזן פאלן די גרויסע עדה הקדושה וואס רביה"ק זי"ע האט אנגעהויבן גלייך נאכן מלחמה. [און ע"פ קבלה איז באוואוסט אז די לבנה איז 'לית לה מגרמה כלום', און אלעס איז אן אפשפיגלונג פונעם זון, אזוי אויך דא איז אלעס געווען בכוחו של אותו זקן, אפילו אין די אויגן פונעם בעל ההילולא].

כאטש ער איז געווען א מופלג בענוה, אויף א משונה'דיגן פארנעם, ווי יעדער ווייסט זיין התבטלות צום פארגייער רביה"ק זי"ע, און שפעטער אויך זיין פשטות און אבנארמאלע ענווה, דאך האט זיך אנגעזען זיין הייליגע עבודה אויף א מורא'דיגן פארנעם, א זאך וואס האט באנומען גאנץ כלל ישראל. אזוי אויך, כאטש ער האט אנגענומען די גאנצע הנהגה ממש בעל כרחו, האט ער דאך באוויזן אוועקצושטעלן דאס הייפעלע ערליכע אידן אויף א געוואלדיגע פארנעם, בויענדיג מוסדות בנינים און פארשפרייטנדיג דאס חסידות בארבע כנפות הארץ, אזוי אז יעדער האט געזען קלאר אז ער איז געווען דער אויסגעליבענער בהשגחה, כדי צו קענען אוועקשטעלן די מוסדות הקדושים באופן מבוסס.

ליידער זענען געווען מאנכע, מבית ומבחוץ, וואס האבן זיך דערוואגט נישט צו פאלגן דעתו הק', און דער רבי האט געוואוסט אז אזוי קען מען נישט פירן קיין עדה, און טראץ זיין הפלא'דיגע ענווה האט ער געפירט א מלחמת חרמה און אפילו זיך באנוצט מיט גאר שארפע מיטלן אנטקעגן די משחיתים. זיינע חסידים האבן אפילו פארשטיינערט די עזות פנימ'ער, און נאר אזוי האט מען געקענט ווייטער פירן די עדה על מי מנוחות, און יעדער האט איינגעזען אז ער איז געווען גערעכט. אזוי אויך האט ער געדארפט פירן נאך אסאך מלחמות, אבער בעזרת השי"ת האט ער אלעמען באזיגט, וזכות רבוה"ק מסייעתו אז ער האט גאר באוויזן צו פארגרעסערן און פארשטארקערן די עדה, יחד שבטי ישראל.


למותר להאריך איבערן פערזענליכן לעבן פונעם רבי'ן זי"ע, וואס איז געווען א גאון אדיר שכל רז לא אניס ליה, זיין תפילה איז געווען ארויסגערופן און האט אוודאי גע'פועל'ט אויבן אין הימל, און אזוי אויך האט ער נאך פיל מקבל געווען [בפשטות די מערסטע פון אלע אנדערע חשוב'ע תלמידים] פונעם הייליגן מייסד העדה, רבינו הקוה"ט זי"ע, וואס האט סומך געווען אויף אים שתי ידיו אלס צוקונפטיגער מנהיג ישראל, ווי עס זענען דא פילע עדות'ער אויף דעם.

כאטש וואס זיין פארגייער - רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקהילה - איז געווען רבי ומנהיג פאר איבער פערציג יאר!, און ער זעלבסט נישט געווען דער מנהיג אזויפיל יארן נאך אים, איז פארט זיין השפעה אויפן כלל געווען ווייטגרייכנד. אין זיין צייט האט כלל ישראל געהאט גענצליך אן אנדערע פנים, שטייגנדיג סיי ברוחניות און אוודאי בגשמיות. ליידער מיט זיין הסתלקות האט מען קלאר געזען, אז פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה, און כלל ישראל פארמאגט נישט קיין רועה נאמן, נאר איז צוטיילט און מ'זעט קלאר ירידת הדורות און א הסתר פנים אויף א שרעקליכן אופן. פון דעם זעען מיר - נאר מיט א בליק אויף צוריק, ווי שטארק דער השפעה פונעם בעל ההילולא זי"ע איז געווען אויפן דור, וואס איז נאך אין א געוויסע הינזיכט געווען בגדר 'דור דעה'.


---
איך רעד פונעם הייליגן בעל ההילולא, דער רבן של ישראל, יהושע בן נון.
פני משה כפני החמה, ופני יהושע כפני הלבנה...

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר