יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך מאי 04, 2016 3:26 pm

היינט צוטאגס ווערט אפגעצייכנט א גרויסע יארצייט, דער יארצייט פונעם לעצטן גדול וואס קען ווירקליך באצייכנט ווערן אלס 'רבן של ישראל'.

א רבן של ישראל מיינט נישט דווקא איינער וואס האט די מערסטע חסידים, אדער אפילו די גרעסטע צדיק [הגם דאס איז אויך אמת], נאר א רבן של ישראל מיינט איינער וואס האט געהאט אן איבערמונדליכן השפעה אויף גאנץ כלל ישראל. און דער רבי זי"ע איז ווירקליך געווען א רבן של ישראל, און לויט אלע סימנים - די לעצטע רבן של ישראל [כ'דריק זיך דווקא נישט אויס רשכבה"ג וואס מיינט נאר 'של בני הגולה'], עכ"פ ביז משיח וועט קומען.

אין אזא צייט דארף מען אביסל אריינקלערן אינעם גרויסקייט פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע, וואס איז - טראץ אלע פראבלעמען מבית ומבחוץ - געשטאנען על המשמר, גדר גדר ועמד בפרץ, אז לא ירעו ולא ישחיתו בנחלת עם ישראל. הגם ער איז נישט געווען אזוי גרויס, אזוי הייליג, און אזוי אנגענומען ווי זיין פארגייער, רבינו הקוה"ט זי"ע, איז ער פארט געווען א גענעראל פארן כלל, זייענדיג דער געניטער קאפיטאן וואס האט געפירט זיין שיף איבער ברויזנדע ימ'ען.


ווי באקאנט, האבן די זקני הדור - וואס האבן עכט מיטגעהאלטן די הנהגה פונעם פארגייער - רביה"ק זי"ע, געהאט א שטיקל פראבלעם צו אנערקענען אז ס'איז א בחינה פון ובא השמש וזרח השמש, אבער ענדגילטיג האבן אלע אנערקענט אז דאס איז געווען דער איינציגסטער, און פאסיגסטער אויסוואל. ס'איז געווען ממש ווי מיר ווייסן אז 'פני משה כפני חמה, ופני יהושע כפני הלבנה'. נאכדערצו, ווען ס'איז באקאנט זיין צוגאנג צום הנהגת כלל ישראל, אז ער האט עס אנגענומען פשוט ווי א פקדון, כדי נישט צו לאזן פאלן די גרויסע עדה הקדושה וואס רביה"ק זי"ע האט אנגעהויבן גלייך נאכן מלחמה. [און ע"פ קבלה איז באוואוסט אז די לבנה איז 'לית לה מגרמה כלום', און אלעס איז אן אפשפיגלונג פונעם זון, אזוי אויך דא איז אלעס געווען בכוחו של אותו זקן, אפילו אין די אויגן פונעם בעל ההילולא].

כאטש ער איז געווען א מופלג בענוה, אויף א משונה'דיגן פארנעם, ווי יעדער ווייסט זיין התבטלות צום פארגייער רביה"ק זי"ע, און שפעטער אויך זיין פשטות און אבנארמאלע ענווה, דאך האט זיך אנגעזען זיין הייליגע עבודה אויף א מורא'דיגן פארנעם, א זאך וואס האט באנומען גאנץ כלל ישראל. אזוי אויך, כאטש ער האט אנגענומען די גאנצע הנהגה ממש בעל כרחו, האט ער דאך באוויזן אוועקצושטעלן דאס הייפעלע ערליכע אידן אויף א געוואלדיגע פארנעם, בויענדיג מוסדות בנינים און פארשפרייטנדיג דאס חסידות בארבע כנפות הארץ, אזוי אז יעדער האט געזען קלאר אז ער איז געווען דער אויסגעליבענער בהשגחה, כדי צו קענען אוועקשטעלן די מוסדות הקדושים באופן מבוסס.

ליידער זענען געווען מאנכע, מבית ומבחוץ, וואס האבן זיך דערוואגט נישט צו פאלגן דעתו הק', און דער רבי האט געוואוסט אז אזוי קען מען נישט פירן קיין עדה, און טראץ זיין הפלא'דיגע ענווה האט ער געפירט א מלחמת חרמה און אפילו זיך באנוצט מיט גאר שארפע מיטלן אנטקעגן די משחיתים. זיינע חסידים האבן אפילו פארשטיינערט די עזות פנימ'ער, און נאר אזוי האט מען געקענט ווייטער פירן די עדה על מי מנוחות, און יעדער האט איינגעזען אז ער איז געווען גערעכט. אזוי אויך האט ער געדארפט פירן נאך אסאך מלחמות, אבער בעזרת השי"ת האט ער אלעמען באזיגט, וזכות רבוה"ק מסייעתו אז ער האט גאר באוויזן צו פארגרעסערן און פארשטארקערן די עדה, יחד שבטי ישראל.


למותר להאריך איבערן פערזענליכן לעבן פונעם רבי'ן זי"ע, וואס איז געווען א גאון אדיר שכל רז לא אניס ליה, זיין תפילה איז געווען ארויסגערופן און האט אוודאי גע'פועל'ט אויבן אין הימל, און אזוי אויך האט ער נאך פיל מקבל געווען [בפשטות די מערסטע פון אלע אנדערע חשוב'ע תלמידים] פונעם הייליגן מייסד העדה, רבינו הקוה"ט זי"ע, וואס האט סומך געווען אויף אים שתי ידיו אלס צוקונפטיגער מנהיג ישראל, ווי עס זענען דא פילע עדות'ער אויף דעם.

כאטש וואס זיין פארגייער - רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקהילה - איז געווען רבי ומנהיג פאר איבער פערציג יאר!, און ער זעלבסט נישט געווען דער מנהיג אזויפיל יארן נאך אים, איז פארט זיין השפעה אויפן כלל געווען ווייטגרייכנד. אין זיין צייט האט כלל ישראל געהאט גענצליך אן אנדערע פנים, שטייגנדיג סיי ברוחניות און אוודאי בגשמיות. ליידער מיט זיין הסתלקות האט מען קלאר געזען, אז פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה, און כלל ישראל פארמאגט נישט קיין רועה נאמן, נאר איז צוטיילט און מ'זעט קלאר ירידת הדורות און א הסתר פנים אויף א שרעקליכן אופן. פון דעם זעען מיר - נאר מיט א בליק אויף צוריק, ווי שטארק דער השפעה פונעם בעל ההילולא זי"ע איז געווען אויפן דור, וואס איז נאך אין א געוויסע הינזיכט געווען בגדר 'דור דעה'.


---
איך רעד פונעם הייליגן בעל ההילולא, דער רבן של ישראל, יהושע בן נון.
פני משה כפני החמה, ופני יהושע כפני הלבנה...
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15477 מאל

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 04, 2016 3:35 pm

כהאף אז די לייענער וועלן אנקומען ביז דער ענדע. #בלאטאלק

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2779 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » מיטוואך מאי 04, 2016 3:36 pm

פאר סאם ריזען, ליינענדיג דעם ארטיקל האט מיין בלוט געקאכט. ביז דעם פאנטש ליין.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך מאי 04, 2016 3:42 pm

ירח בן יומו האט געשריבן:פאר סאם ריזען, ליינענדיג דעם ארטיקל האט מיין בלוט געקאכט. ביז דעם פאנטש ליין.

ס'גוט צו קוקן קודם אין וועלכע פארום ס'ליגט
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2062
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך מאי 04, 2016 3:49 pm

מיר האט געווינדערט ווען איך האב געזען אין גראסערי דעם קינדליין דעקל ''דער סאטמארער רבי זי''ע'', העכער א בילד פון זיין נעפיו דעם ברך משה ז''ל.
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2062
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך מאי 04, 2016 4:26 pm

קריעטיוו.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3821 מאל

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

הודעהדורך ביליג » מיטוואך מאי 04, 2016 4:36 pm

שש דו האסט אונז נישט פארלאזט, ביסט נאר געווארן concentrate
טאקע ווייניגער אבער אסאך שטערקער
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 431 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מיטוואך מאי 04, 2016 4:37 pm

כאטש רביה"ק איז ווי באוויסט געווען זייער דערקעגן פון נעמען א מדינה פאר די צייט ( מעפילים) האט אבער זיין ממשיך דרכו די רבי זצ"ל געווען געכאפט אינעם רעיון פון שלימות הארץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נהורא נפישא אום מיטוואך מאי 04, 2016 4:50 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך מאי 04, 2016 4:42 pm

שש, אן ארטיקל געבויעט מיט עמודי שש, אריינגע'משזר'ט מבית ומבחוץ!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2671 מאל

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 04, 2016 8:17 pm

און די מופתים פון די שומר הפקדון זענען גארנישט?! והכה ארץ בשבט פיו, אראפגעהאקט ווענט מיט זיין שופר בלאזען אום שבת, מסדר געווען צענדליגער מושלים אינאיינעם, און געפיהרט מיט א געמיינדע פון סרבנים און דרייקעפ.
און גאר א שוואכען הספד געהאט, וואס איז געווארען פארהאקט פון א טומול פון געש עליהם ההר.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

הודעהדורך אהרן » מיטוואך מאי 04, 2016 8:21 pm

דער ארטיקעל האט מיר געמאכט סיריעס קאפוויי, נאך יעדע דריי ווערטער האב איך פרובירט צו טרעפן קאודס, ליינען צוריקצווועגס, א"ת ב"ש... שזירים שזורות.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 04, 2016 10:11 pm

אייזן שטארק! :)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4857
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9469 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך מאי 04, 2016 10:41 pm

דו ביסט נישט נארמאל :lol:
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך מאי 04, 2016 10:58 pm

איינער האט ארויפגעשטעלט דעם ארטיקל אויף אייוועלט
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2062
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך מאי 04, 2016 11:37 pm

שוין פארמעקט דארט
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2062
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך מאי 04, 2016 11:40 pm

IMG_20160504_233908.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2062
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך מאי 04, 2016 11:46 pm

וועלכע ניק האט עס ארויפגעשטעלט?
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך מאי 04, 2016 11:47 pm

ארטסקרול
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2062
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

הודעהדורך פליקער » דאנערשטאג מאי 05, 2016 12:09 am

עינדלעך ווערט פארציילט פון קלויזענבורגער רבי ז"ל וואס איז געווען באוויסט פאר זיין איבריגע ליבע צי דעם סאטמער רבי זצ"ל, האט ער איינמאל נאכגעזאגט א ווארט פונעם הייליגען סאטמערן רב דער קדוש עליון, דער גואל הדור, דער גאון הגאונים אא"וו, דער הייליגער בעל קרן לדוד, און די ברעמען פון אלע אויגנער האבן זיך באריאיגט.

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3614 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דאנערשטאג מאי 05, 2016 1:41 pm

שש זייער גיט, כאטש עס האט מיר וויי געטון למען כבודו פון מו"ר זצ"ל

דרך אגב לויטן בעל הטורים האט יהושע בן נון געפירט די יודן כ"ו שנה,

פונקט אזוי איז געווען ביי רבינו זצ״ל
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2346 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך outspoken » דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:00 pm

(מ'וועט נאך זאגען) רוח הקודש הופיע בבית מדרשו, ווען ער האט געוויינט ביי זיין הכתרה "פני משה כפני חמה פני יהושע כפני לבנה"
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 798 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דאנערשטאג מאי 05, 2016 4:07 pm

outspoken האט געשריבן:(מ'וועט נאך זאגען) רוח הקודש הופיע בבית מדרשו, ווען ער האט געוויינט ביי זיין הכתרה "פני משה כפני חמה פני יהושע כפני לבנה"



אמת, אויף איינעם פון וועם די האלסט וואלסטו עס געזאגט

בד"וו, איך בין אמאל געשטאנען לעבן אים, ער האט עפעס געזען און מיך מיט נאך אפאר מענטשן געפרעגט אויף עפעס פארוואס מ' טוט נישט עפעס דערמיט, צוויי וואכן שפעטער האט מען עס געטון
ולא ארחיב מפני הלצים
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2346 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

Re: יומא דהילולא קדישא של 'רבן של ישראל' זי"ע - כ"ו ניסן

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 05, 2016 5:06 pm

מ'האט שוין ענדליכע מופתים אויף דער ברך משה ווי אויף יהושע בן נון.
קומט'ס אריבער ישמעאל הכהן מיט זר זהב, נאר,,פרייליך און נאך. מ'האט שוין אראפגעקלאפט די ווענט פון יריחו אין מאנרא

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג מאי 06, 2016 7:01 pm

איינמאל מ'האט שוין געליינט און געלאכט א גוטס פונעם ענדע, וויל איך מיך אפשטעלן א רגע.

אוודאי איז די אשכול געווען אויסגעשטעלט אז מ'זאל מלכתחילה מיינען אז מ'רעדט פונעם ברך משה, און צום סוף אנקומען צום סורפרייז - דער מדובר איז גאר יהושע בן נון. אבער מיין קונץ איז געווען, אז טראצדעם וואס די שפראך, אנעקדאטן, סגנון, האט געפאסט אויפן ברך משה, האב איך אבער זיכער געמאכט אז יעדע פרט פונעם 'הספד' זאל ארויפפאסן אויף יהושע בן נון.

כ'גיי דא ציטירן מיינע לשונות ונקודות, און ווייזן בקצרה די מראי מקומות וואו מיר זעען אז דאס שטייט אויף יהושע בן נון:
היינט צוטאגס ווערט אפגעצייכנט א גרויסע יארצייט, דער יארצייט פונעם לעצטן גדול וואס קען ווירקליך באצייכנט ווערן אלס 'רבן של ישראל'.

א רבן של ישראל מיינט נישט דווקא איינער וואס האט די מערסטע חסידים, אדער אפילו די גרעסטע צדיק [הגם דאס איז אויך אמת], נאר א רבן של ישראל מיינט איינער וואס האט געהאט אן איבערמונדליכן השפעה אויף גאנץ כלל ישראל. און דער רבי זי"ע איז ווירקליך געווען א רבן של ישראל, און לויט אלע סימנים - די לעצטע רבן של ישראל [כ'דריק זיך דווקא נישט אויס רשכבה"ג וואס מיינט נאר 'של בני הגולה'], עכ"פ ביז משיח וועט קומען.
יהושע בן נון איז געווען דער לעצטער רבן של ישראל. דהיינו גאנץ כלל ישראל. נאך אים איז די הנהגה צוטיילט געווארן צווישן זקנים, שפעטער נביאים, וכו'.
אזוי אויך איז ער נישט געווען קיין רשכבה"ג, ווייל די אידן זענען געווען אין ארץ ישראל, נישט קיין 'בני הגולה'.
לויט אלע סימנים איז ער טאקע דער לעצטער רבן של ישראל ביז משיח'ס טאג...


אין אזא צייט דארף מען אביסל אריינקלערן אינעם גרויסקייט פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע, וואס איז - טראץ אלע פראבלעמען מבית ומבחוץ - געשטאנען על המשמר, גדר גדר ועמד בפרץ, אז לא ירעו ולא ישחיתו בנחלת עם ישראל. הגם ער איז נישט געווען אזוי גרויס, אזוי הייליג, און אזוי אנגענומען ווי זיין פארגייער, רבינו הקוה"ט זי"ע, איז ער פארט געווען א גענעראל פארן כלל, זייענדיג דער געניטער קאפיטאן וואס האט געפירט זיין שיף איבער ברויזנדע ימ'ען.
רבינו הקוה"ט זי"ע מיינט דאך משה רבינו, וואס 'לא קם כמוהו' - ווי די פסוק איז מעיד, אבער פארט איז ער געווען דער מנהיג ישראל וכו'.


ווי באקאנט, האבן די זקני הדור - וואס האבן עכט מיטגעהאלטן די הנהגה פונעם פארגייער - רביה"ק זי"ע, געהאט א שטיקל פראבלעם צו אנערקענען אז ס'איז א בחינה פון ובא השמש וזרח השמש, אבער ענדגילטיג האבן אלע אנערקענט אז דאס איז געווען דער איינציגסטער, און פאסיגסטער אויסוואל. ס'איז געווען ממש ווי מיר ווייסן אז 'פני משה כפני חמה, ופני יהושע כפני הלבנה'. נאכדערצו, ווען ס'איז באקאנט זיין צוגאנג צום הנהגת כלל ישראל, אז ער האט עס אנגענומען פשוט ווי א פקדון, כדי נישט צו לאזן פאלן די גרויסע עדה הקדושה וואס רביה"ק זי"ע האט אנגעהויבן גלייך נאכן מלחמה. [און ע"פ קבלה איז באוואוסט אז די לבנה איז 'לית לה מגרמה כלום', און אלעס איז אן אפשפיגלונג פונעם זון, אזוי אויך דא איז אלעס געווען בכוחו של אותו זקן, אפילו אין די אויגן פונעם בעל ההילולא].
חז"ל זאגן אז די זקנים שבדור האבן געוויינט, זיי האבן נאך געזען די הנהגה פון משה און האבן געזען די פני משה כפני חמה ופני יהושע כפני הלבנה.
יהושע האט אנגענומען די הנהגה ווי א 'פקדון', ווייל ער האט אויך נישט געוואלט איבערנעמען די הנהגה, זאגנדיג פאר משה אויף אלדד ומידד 'אדני משה כלאם', און ס'האט זיך אויסגעפעלט א גרויסע בעטעריי ער זאל מקבל זיין די הנהגה.
די עדה וואס משה האט אנגעהויבן פירן גלייך נאכן מלחמה, מיינט די מלחמה מיט די מצריים.


כאטש ער איז געווען א מופלג בענוה, אויף א משונה'דיגן פארנעם, ווי יעדער ווייסט זיין התבטלות צום פארגייער רביה"ק זי"ע, און שפעטער אויך זיין פשטות און אבנארמאלע ענווה, דאך האט זיך אנגעזען זיין הייליגע עבודה אויף א מורא'דיגן פארנעם, א זאך וואס האט באנומען גאנץ כלל ישראל. אזוי אויך, כאטש ער האט אנגענומען די גאנצע הנהגה ממש בעל כרחו, האט ער דאך באוויזן אוועקצושטעלן דאס הייפעלע ערליכע אידן אויף א געוואלדיגע פארנעם, בויענדיג מוסדות בנינים און פארשפרייטנדיג דאס חסידות בארבע כנפות הארץ, אזוי אז יעדער האט געזען קלאר אז ער איז געווען דער אויסגעליבענער בהשגחה, כדי צו קענען אוועקשטעלן די מוסדות הקדושים באופן מבוסס.
ער איז געווען א מופלג בענוה, ווי ס'שטייט אין תרגום יונתן פרשת שלח 'כד חמא משה לענוותנותיה דיהושע' וכו'.
אזוי אויך, זיין התבטלות צו משה איז געווען מורא'דיג, נישט וועלנדיג הערן פון אזא געדאנק 'משה מת, יהושע מכניס את ישראל לארץ'. אזוי אויך, ווען זיין רבי איז ארויף אין הימל נעמען די לוחות, איז ער געבליבן שטיין דארט ווארטנדיג אז משה זאל צוריקקומען [אז ער האט ניטאמאל מיטגעהאלטן מיטן גאנצן מעשה העגל].
טראצדעם, האט ער געפירט באופן נפלא, בויענדיג בנינים וכו' פארשפרייטנדיג כלל ישראל 'בארבע כנפות הארץ', דהיינו ארץ ישראל, וואו ער האט מלחמה געהאלטן מיט די ל"א מלכים און איינגענומען דאס לאנד.


ליידער זענען געווען מאנכע, מבית ומבחוץ, וואס האבן זיך דערוואגט נישט צו פאלגן דעתו הק', און דער רבי האט געוואוסט אז אזוי קען מען נישט פירן קיין עדה, און טראץ זיין הפלא'דיגע ענווה האט ער געפירט א מלחמת חרמה און אפילו זיך באנוצט מיט גאר שארפע מיטלן אנטקעגן די משחיתים. זיינע חסידים האבן אפילו פארשטיינערט די עזות פנימ'ער, און נאר אזוי האט מען געקענט ווייטער פירן די עדה על מי מנוחות, און יעדער האט איינגעזען אז ער איז געווען גערעכט. אזוי אויך האט ער געדארפט פירן נאך אסאך מלחמות, אבער בעזרת השי"ת האט ער אלעמען באזיגט, וזכות רבוה"ק מסייעתו אז ער האט גאר באוויזן צו פארגרעסערן און פארשטארקערן די עדה, יחד שבטי ישראל.
די וואס האבן נישט געפאלגט דעתו, האט ער געפירט קעגן זיי א מלחמת חרמה. זיינע חסידים האבן אפילו פארשטיינערט עכן, וואס האט נהנה געווען פון די גע'אסר'טע געלטער פון יריחו. און יעדער האט איינגעזען אז ער איז געווען גערעכט, ווייל אדאנק עכן זענען אידן אומגעקומען אין שלאכט מיטן שטאט עי.
ער האט געפירט נאך אסאך מלחמות מיט די שונאים מבחוץ, דהיינו די פעלקער פון ארץ ישראל, אבער ער האט אלעמען געזיגט בעז"ה, ובזכות רבוה"ק האט ער אפילו פארשטארקערט די עדה, 'יחד שבטי ישראל'.


למותר להאריך איבערן פערזענליכן לעבן פונעם רבי'ן זי"ע, וואס איז געווען א גאון אדיר שכל רז לא אניס ליה, זיין תפילה איז געווען ארויסגערופן און האט אוודאי גע'פועל'ט אויבן אין הימל, און אזוי אויך האט ער נאך פיל מקבל געווען [בפשטות די מערסטע פון אלע אנדערע חשוב'ע תלמידים] פונעם הייליגן מייסד העדה, רבינו הקוה"ט זי"ע, וואס האט סומך געווען אויף אים שתי ידיו אלס צוקונפטיגער מנהיג ישראל, ווי עס זענען דא פילע עדות'ער אויף דעם.
ער איז געווען א גאון אדיר שכל רז לא אניס ליה, זייענדיג דער ארויסגעקליבענער תלמיד פון משה.
זיין תפילה איז געווען ארויסגערופן ווי מ'זעט אין נ"ך.
ער האט פיל מקבל געווען פון משה, בפשטות מער פון די אנדערע, ער איז געווען משרת משה, וואס האט סומך געווען בשתי ידיו אלס מהנגי ישראל, ווי ס'שטייט אין פסוק אפאר מאל.


כאטש וואס זיין פארגייער - רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקהילה - איז געווען רבי ומנהיג פאר איבער פערציג יאר!, און ער זעלבסט נישט געווען דער מנהיג אזויפיל יארן נאך אים, איז פארט זיין השפעה אויפן כלל געווען ווייטגרייכנד. אין זיין צייט האט כלל ישראל געהאט גענצליך אן אנדערע פנים, שטייגנדיג סיי ברוחניות און אוודאי בגשמיות. ליידער מיט זיין הסתלקות האט מען קלאר געזען, אז פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה, און כלל ישראל פארמאגט נישט קיין רועה נאמן, נאר איז צוטיילט און מ'זעט קלאר ירידת הדורות און א הסתר פנים אויף א שרעקליכן אופן. פון דעם זעען מיר - נאר מיט א בליק אויף צוריק, ווי שטארק דער השפעה פונעם בעל ההילולא זי"ע איז געווען אויפן דור, וואס איז נאך אין א געוויסע הינזיכט געווען בגדר 'דור דעה'.
כאטש וואס משה רבינו, מייסד כלל ישראל [ע"פ דברי המהר"ל אז נאך יציאת מצרים האט זיך אנגעהויבן מציאות 'עם ישראל'], איז געווען מנהיג פאר איבער פערציג יאר [פערציג יאר אין מדבר, און ער האט שוין געפירט אין מצרים], איז יהושע געווען מנהיג פאר פיל ווייניגער יארן, אבער פארט איז זיין השפעה געווען ריזיג.
כלל ישראל האט געהאט גענצליך אן אנדערע פנים ברוחניות ובגשמיות. בגשמיות האט ער איינגענומען דאס לאנד, און ברוחניות איז ער געווען דער מנהיג ישראל און זיי האבן געדינט דעם באשעפער.
ליידער מיט זיין הסתלקות האט זיך אנגעהויבן די ירידת הדורות, ווען קיין מנהיג יחיד איז שוין נישט געווען, נאר איז צוטיילט געווארן, און מ'זעט קלאר די ירידת הדורות אין נ"ך, ווען זיי האבן אנגעהויבן דינען ע"ז.
פון דעם זעט מען ווי ווייט זיין השפעה איז געווען אויפן דור, וואס איז נאך געווען בגדר 'דור דעה', ווי חז"ל רופן די דור המדבר, און דא רעדט מען פון זייערע קינדער וואס זענען נאך געווען אין מדבר.


און דא קומט די בליץ:
איך רעד פונעם הייליגן בעל ההילולא, דער רבן של ישראל, יהושע בן נון.
פני משה כפני החמה, ופני יהושע כפני הלבנה...
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15477 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג מאי 09, 2016 12:46 pm

מ'קען זיך נישט באגאנוגען מיט א לייק
מ'דארף זיך שוין דעם הוט געבן א בייג
און דעם של יד אויפ'ן של ראש געבן א לייג
און די ציינערפאר צופרידנהייט ווייזן געבן א צייג
און זיך מיט גאנצן אויבערשטן חומר געבן א נייג
און מאכן די ריכטיגע ברכה אויף אזא געקנעטענעם טייג
און פון די פראסטע שפראך קען מען ווען נאך א ווארט געבן א צולייג.........
און אויסשרייען מיט א גרויסע מייק

@שש משזר דאנקע שעין
ס'איז א הנאה געווען
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט