10,000סטע לייק פאר אדנירם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

10,000סטע לייק פאר אדנירם

שליחה דורך כוכב »

[tag]אדנירם[/tag] שטייט געציילטע טריט אוועק פון עררייכן צען טויזנט לייקס וואס איז בעצם נאך א רינגעלע אין זיין לאנגע היסטאריע פון ברעכן היסטאריע אויף קאווע שטיבל, ווייל אדנירם איז דער גרעסטער לייק היסטאריע ברעכער פון קאווע שטיבל, וואס שמעקעדיג האט באוויזן אין פיר יאר, האט ער געמאכט אין א קארגע יאר. איך מיט מיינע אלע פראיעקטן הגם איך נעם אויף א שיינע פאר זיצן אויף די אויבן אן פון די לייקס ראנגען ליסטע, קום איך נאך אלץ נישט צו צו האלב פון זיינע לייקס.

די גורמים זענען פילע, אבער איך וויל נישט דא רעדן פון אדנירם'ס פענע וואס גיסט גאלד נישט טינט, וואס דערפאר איז פשוט אז אויטאמאטיש איז ער ווי א מאגנעט צו לייקס, ווייל דער עולם וויל ארויסווייזן הכרת הטוב. איך וויל בעיקר רעדן פון א פארבארגענעם טייל פון אדנירם, אלס א חד בדרא אלס מארקעטער און פראמאוטער, זינט טראמפ מיין איך קען מען זאגן מיט א קלארקייט, איז נאכנישט אראפגעקומען אויף דער וועלט און קיין מוטער-טעמבוך האט נאכנישט געטראגן אזא שארפן און און געלונגענעם פראמאוטער ווי אדנירם.
איך בין זיכער אז אין צענדליגער יארן ארום וועט מען אין די גאנצע ביזנעס וועלט און אין אלע עקאנאמישע שולעס שטודירן די ביזנעס-מאדעל וואס אדנירם האט אויפגעבויעט, וויאזוי צו גרייכן אטענשאן פאר זיינע ארטיקלען און לייקס פאר זיין נאמען. בקיצור די ערשטע וואס האט מיר אביסל געטשעלנזשט וויאזוי צו הייבן אויגן ברעמען, זיצן אויפ'ן אויבערשטן שטייסל, שלעפן אינטערעסע וכו' וכו'ף איז געווען אדנירם.

1. קודם איז ער דער מחדש פון צוטיילן זיינע תגובות, וואס איז אן ערשטקלאסיגער מארקעטינג טאקטיק וואס איז אפילו "מיר" נישט איינגעפאלן. סאיז א קלייניגקייט, אבער ווייטגרייכנד, ווייל איינמאל ניינציג לייקס איז נאך אלץ ווייניגער ווי פיר מאל פערציג, און דאס האט אדנירם עומד געווען בדעתו הרחבה והמלאה באלד פונעם ערשטן טאג.

2. דערנאך איז ער דער מחדש פון בויען סענזאציע און ערווארטונג, ער וועט עפענען א גאנצן אשכול בלויז צו מעלדן אז אן אשכול קומט, ווער געדענקט נאך אדנירם'ס ערשטע אשכול ראה את הברכה אשר אני נותן מיט א ליסטע פון ארטיקלען וואס ער קען שרייבן און ער גייט שרייבן און ער וויל שרייבן בתנאי אז דער ציבור וועט לייקן מיט א פעסטקייט, אזוי ציעט ער אינטערעסע צו זיינע זאכן, און דערנאך פארדינט ער אינאיינוועגס נאך א דרייסיג לייקס.

3. נאך א קונסט פון אדנירם, אז ער איז א גאון מיט מיט זיינע פראמאושענס אין פנינים שזורים וואס די חכמה דערפון איז פארשידנערליי ואכמ"ל נאר אויפ'ן שפיץ גאפל: אזוי נעמט ער זיך עטליכע מאל די געלעגנהייט צו "דערמאנען" דעם עולם איבער זיין נייעם אשכול; אזוי מאכט ער זיכער זיין נאמען פיגורירט כאטש פיר פינף מאל ביי אקטיווע אשכולות צו יעדער צייט; און געוויס קומט זיך אים נאך א לייק פאר'ן נעמען די "טירחא" פון דערמאנען און אנצייגן דעם עולם צו זיין נייעם אשכול בבחינת הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו. אזוי וואקסן און יערן זיך די לייקס ווי זויער טייג אלס העכער און העכער.

4. אדנירם האט אויך אויסגעראטן, צענישט געמאכט, צעווארפן, אויסגעריסן, אור-אלטע סטיגמעס איינגעגעסן, איינגעווארצלט, איינגעפרעגעלט, מימים ימימה אין קאווע שטיבל. געווען צייטן וואס מ'האט נעבעך געמיינט אז מ'טאר נישט זיין קיין תובע בפה, אלס חשש פון בני ט' מדות. מאנכע האבן דאס אנגענומען אזוי הארב ווי טרינקען בלויע מילך, אדער אריינגיין איןן בעט מיט שיך ביי מיין מאמען. אנדערע אבער האבן זיך פרובירט מורה היתר זיין, הרבה עשו כאדנירם אבער ולא עלתה בידם. איך געדענק נאך אין מיינע ערשטע צייטן ווי מיט א פאררויטלט געזיכט פרובירט אפצומאנען א לייק, אבער ס'האט געארבעט ווי טויטע באנקעס און ווי גיסן בליי.

אבער עס איז אנדערע צייטן, אדנירם ווינטן בלאזן אין דער לופטן, עס איז די אדנירם עפאכע, און בעטן א לייק אין אישי איז העכסט נארמאל עטיש און מאראליש, ווער עס זאגט אנדערש דער איז פון די צוריקגעשטאנענע וואס האבן נאך א פראבלעם מיט גענדער מעריזשעס. דערוואגן זאל זיך איינער נישט לייקן א אדנירם אשכול, וועט ער איינשפאנען גאנץ אישי און מיט א פנים ווי א תם און א שטויס ווי א מועד, מיט א באבובער איידעלער חן וואס נישטאמאל חסיד45 פון צימעס קען אהערשטעלן, וועט ער איינמאנען זיין לייק, און ווען די שטייער מאנער שטייען ביים טיר צאלט מען עיסקא, די איי.ער.עס. נעמט פראצענט, און דעמאלט וועט מען שוין דארפן צאלן מיט א שמוץ אריבער.

5. נאך אזאך וואס אדנירם שטעלט מיר אין שאטן איז אין פראדאקטיוויטי, דער עולם ווייסטאך אז כוכב איז זייער געשיקט און דעטוירמענט, און קען ערלעדיגן מיליאנען זאכן אויף איינמאל און אלץ עפשיענט און שנעל, אומר ושותה מדבר ומקיים,(לאמיך שוין אריינכאפן נאך אפאר זעלבסט שבחים אין מיין ריכטונג אזוי בדרך אגב), כוכב איז אן עקשן עצום, וועט קיינמאל נישט אפטרעטן, וועט אלעמאל אויספירן וואס ער וויל, וועט מיט יעדן טרעפן א שפראך אים צו מאכן זינגען דעם ניגון וואס ער וויל, איז אבסעסירט מיט זיינע זאכן און טרעפט אלעמאל דעם וועג צו דעליווערן, אבער דאס אלעס קומט ביז אדנירם. איינמאל מ'זאגט דאס ווארט אדנירם ווער איז צענישט, כחלום יעוף, איך צעגיי ווי א זייפן בלאז, ווייל פאר אדנירם פאק איך אייך (מלשון פאקן פעקלעך, נישט די אנדערע אן די פינטל).
אדנירם קען זאגן אזוי א האלבע ווארט אז אן אשכול קומט, און ביז מ'געט זיך איין קראץ אהער און אהין, האלט ער שוין ביי פופציג קאפיטלען בלי גוזמא! און אלעס שיין מסודר און מוגה, מיט בילדער און דאקומענטן, קעפלעך און קאפיטלען, פארשידענע מיני פאנטס און סייזעס, באלד און אייטאליק, אן אריינפיר אן ארויספיר, בקיצור, א תורה מפוארה בכלי מפואר!
(ליגעל דיסקלעימער: תמב"מ איז א רעזשיסטערד טרעידמארק פון "עוז והדר", כוכב איז אויף קיין פאל נישט אפיליאירט מיט עו"ה, אדאנק).

דאס ברענגט מיר צום אויספיר אז געבן א לייק פאר אדנירם איז בעצם א פריוויליגיע. ווען א פרוי לייקט אדנירם איז עס א שאלה פון קידושין, אין א בחינה פון בההוא הנאה דמקבל מיני', און בעסער מ'זאל ארויסזאגן מיט די מויל "לשם סבלונות ולא לשם קידושין", ווייל ווען דו לייקסט אדנירם, אנדערש ווי ביי אנדערע ניקים וואס ס'איז אמאל א מתנת חנם און א חסד של אמת וד"ל, איז ביי אדנירם אלעמאל דאס פארקערטע, ניטאמאל א מקצת מן המקצת פון א באצאלונג פאר וויפיל האסט הנאה געהאט פון זיינע ווערטער.

אז אדנירם גרייט זיך צו ערהאלטן זיין צען טויזנטסטע לייק, איז עס נישט קיין קלייניגקייט, און מ'דארף באמת אינאכט נעמען ווערט גייט זיין די לאקי וואן אפצוגעבן די צען טויזנטסטע לייק, איך וואלט געזאגט מ'זאל פארקויפן די זכות, (דער עולם ווייסטעך שוין, פארשוויגען האט מגלה געווען אז דער עולם דא איז אויף וועיזשעס, קאווע שטיבל איז א מאני מעקינג מאשין, די מנהלים באדן זיך אין געלט און יעדער גבאי אחראי איז אויף א פעסטן סיקס דיזשיט פעי ראל, ואני אנו אני בא, איך בין זשעלעס פונעם עולם וואס ווערט דא עשירים אזוי אונטער מיינע נאז לעכער, טריי איך אויך צו לייזן אן איזי באק, פליז אנדערסטענד) איז דעריבער שריי איך אויס ביים באלעמער מיט א סקוויקי קול פון אן אומגעלונגענעם שמש, מיט די טלית אויפ'ן פלייצע און מיט די אויגן געוואנדן צום עושר אין שול וואס קויפט און צאלט נישט: "צען טויזנט די מצות!"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר