גיי גרין! (פה-סח 2)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

גיי גרין! (פה-סח 2)

שליחה דורך הוגה »

[justify]ענווייראנמענט באשיצונג איז נישט א באקאנטע נושא אין אונזערע סביבות, אבער אין די וועלט איז עס א גאר הייסע טעמע. מערערע פראיעקטן און פראגראמען זענען אונטערגענומען געווארן דורך די רעגירונגען אין די אנטוויקלטע לענדער צו באהאנדלען די ענווייראנמענט פראבלעמען וואס זענען א דירעקטע תוצאה פון די שטארקע פארשפרייטונג און וואוקס פון אינדוסטריע און די וואקסנדע קאנסומפציע געוואוינהייטן פון דאס מענטשהייט. א חלק פון די פראגראמען זענען ריסייקלינג, אטאמאבילן וואס נוצן ווייניגער ברענשטאף, אינסענטיוון צו נוצן פאבליק טראנספארטאציע, אלטערנאטיווע ענערגיע, paperless billing, וכדומה.

האט איר געוואוסט אז אין די לעצטערע תקופות זענען פארשניטן געווארן נאנט צו זעכציג פראצענט פון די געדיכטע וועלדער איבער די וועלט? די לעצטע ביימער וועלן פארשוואונדן ווערן בערך אין יאר 2050, אויב וועט די פראדוקציע פון די אינדוסטריאלע וועלט ווייטער אנגיין ווי ביז היינט אן קיין חשבונות. איין און א האלב אקער פון וועלדער ווערן פארשניטן א יעדע איינציגסטע סעקונדע צוצושטעלן די באדערפענישן פון די איינוואוינער פון די אינדוסטריאלע לענדער. לויט די EPA טוען אמעריקאנער בירגער נוצן ארום א הונדערט מיליאן טאן פאפיר א יאר. ווען מען וואלט זיך באנוצט מיט ריסייקלד פאפיר וואלט עס איינגעשפארט ארום 1.5 ביליאן ביימער פער יאר און ארום זעקס הונדערט ביליאן גאלאן פרישע וואסער. פינף און זיבעציג פראצענט פון די גארבעדזש וואס מיר פראדוצירן וואלטן געקענט איבערגענוצט ווערן ווען מיר וואלטן געווען פולקאם פארזיכטיג אויף דעם. א יעדע מענטש פראדוצירט דורכשניטליך פיר פונט מיסט א יעדע איינציגסטע טאג, דאס איז בערך א דריי פערטל טאן מיסט פער יאר.

[center]
די לעצטע ביימער וועלן פארשוואונדן ווערן בערך אין יאר 2050
די לעצטע ביימער וועלן פארשוואונדן ווערן בערך אין יאר 2050
[/center]
א יעדע קען סאדע וואס איר טוט ריסייקלען אנשטאט אוועקווארפן אין די מיסט, טוט איינשפארן גענוג ענערגיע צו קענען הערן א גאנצע סידי. ריסייקלען הונדערט קענס סאדע טוט איינשפארן גענוג ענערגיע צו קענען באלייכטן א צימער פאר צוויי גאנצע וואכן. ריסייקלען איין גלאזערנע באטל שפארט איין גענוג ענערגיע צו געבן עלעקטריציטעט פאר אייער קאמפיוטער אויף פינף און צוואנציג מינוט. עקספערטן זאגן אז איין זונטאג עדישאן פון די ניו יארק טיימס קען פארשניידן פינף און זיבעציג טויזנט ביימער. צו מאכן פרישע פאפיר פארלאנגט זיך זיבעציג פראצענט מער ענערגיע ווי צו ריסייקלען אלטע פאפיר.

איך בין נישט קיין עקספערט אין ענווייראנמענט פראבלעמען און אירע לייזונגען. לאמיר אפילו זאגן אז די ציפערן זענען אביסל איבערגעטריבן, לוינט זיך נישט נאכאלץ צו טון וואס מיר קענען איינצושפארן אפילו קלענערע שאדנס צו אונזער וועלטל? זענען מיר נישט מחויב מצד התורה ומצד שכל האנושי צו טון וואס מיר קענען צו מונע זיין בל תשחית און זיין געווארענט נישט מחריב צו זיין די בריאה?

לדוגמא, מיר אלע באקומען כסדר סטעיטמענטס אין די פאסט פון די באנק, קרעדיט קארד קאמפאניס, אינשורענס קאמפאניס וכדומה. די אלע פירמעס אפפערן צו שיקן די סטעיטמענטס דורך אימעיל און אזוי איינשפארן די פאפיר, טינט און אפילו די מאשינס וואס עס פעלט אויס צו דריקן די סטעיטמענטס. טראכט אריין וויפיל ביימער ווערן פארשפארט פון ווערן פארשניטן דורך דעם וואס די קאמפאניס דארפן נישט שיקן אזויפיל סטעיטמענטס. און דאס איז נאר איינס פון די פילע דוגמאות פונעם טאג-טעגליכן לעבן, וואו מיר האבן די געלעגנהייטן צו העלפן באשיצן די סביבה.

[center]
איין זונטאג עדישאן פון די ניו יארק טיימס קען פארשניידן פינף און זיבעציג טויזנט ביימער
איין זונטאג עדישאן פון די ניו יארק טיימס קען פארשניידן פינף און זיבעציג טויזנט ביימער
[/center]
לאמיר דא דן זיין אין די שאלה צי מיר זענען טאקע מחויב על פי תורה צו נעמען שריט צו מונע זיין בל תשחית און באשיצן די ענווייראנמענט אדער נישט. איך וויל קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין פוסק; איך וועל סך הכל אראפשרייבן די שיטות ומקורות וואס זענען מיר באקאנט און די מסקנות וואס זענען קלאר פאר מיר. עס איז מעגליך אז עס זענען דא פארקערטע שיטות וואס זענען מיר נישט באקאנט. אדרבא, מיין כוונה איז ארויפצוברענגען די דיסקוסיע אויפן טיש און זאלן אנדערע לאזן הערן זייערע ידיעות און מיינונגען אין די נושא.

די מקור פון בל תשחית איז אין פרשת שופטים. כי תצור אל עיר ימים רבים להלחם עליה לתפשה, לא תשחית את עצה לנדח עליו גרזן, כי ממנו תאכל ואותו לא תכרת, כי האדם עץ השדה לבא מפניך במצור. רק עץ אשר תדע כי לא עץ מאכל הוא, אותו תשחית וכרת וגו'. כאטש אפילו פון די פשטות אינעם פסוק איז משמע אז בל תשחית איז נאר ביי א פרוכט בוים, משא"כ א בוים וואס גיבט נישט קיין פירות שטייט "אותו תשחית", זענען שוין חז"ל מבאר אז בל תשחית איז אויך ביי ביימער וואס גיבן נישט קיין פרוכט. נאר בשעת מלחמה מעג מען משחית זיין די ביימער וואס געבן נישט קיין פרוכט אויב עס פעלט זיך אויס, און אזוי שרייבט טאקע דער רשב"ם דארט אויפן פסוק.

דער רמב"ם אין הלכות מלכים פרק ו' שרייבט אז אילני סרק מעג מען אפשניידן אפילו שלא לצורך. אבער עס איז משמע אז דער רמב"ם האלט נאר אזוי ווען עס איז נישט גורם קיין שום השחתה בשום אופן. היינטיגע טעג ווען ביימער ווערן פארשניטן אויף אזא גרויסע פארנעם און מיר ווייסן די הזיקות וואס עס איז גורם פאר די בריאה האלט דער רמב"ם זיכער אז מען טאר עס נישט אפשניידן שלא לצורך.

איר קענט אוודאי טענה'ן אז איר שניידט דאך נישט דער בוים אליינס איר נוצט נאר די פאפיר וואס קומט פון די בוים און דאס איז נאר א גרמא. ווער זאגט אז 'גורם' זיין השחתת עצים איז אויך אסור? די רמב"ם דארט שרייבט אבער קלאר אז אפילו בעקיפין, גורם זיין אז דער בוים זאל פארטרוקנט ווערן דורך אפשטעלן די אמת המים וואס באוואסערט דעם בוים איז אויך אסור, און אזוי פסק'נט מען. חז"ל גייען אפילו א טריט ווייטער און זאגן אז אפילו לצורך אכילה הייסט עס בל תשחית ווען מען קען טרעפן א מאכל וואס איז ביליגער. האי מאן דאפשר ליה למיכל נהמא דשערי ואכל דחיטי קעבר משום בל תשחית.

דער ספר החינוך שרייבט גאר שארפע דיבורים ביי די מצוה פון בל תשחית. שורש המצוה ידוע שהוא כדי ללמד נפשנו לאהוב הטוב והתועלת ולהידבק בו, ומתוך כך תדבק בנו הטובה ונרחיק מכל דבר רע ומכל דבר השחתה. וזהו דרך החסידים ואנשי מעשה אוהבים השלום ושמחים בטוב הבריות ומקרבין אותם לתורה ולא איבדו אפילו גרגיר של חרדל בעולם. ויצר עליהם בכל אבדון והשחתה שיראו, ואם יוכלו להציל יצילו כל דבר מהשחית בכל כחם. לא כן הרשעים אחיהם של מזיקין ושמחים בהשחתת העולם וכו'.

די ווערטער פונעם חינוך זענען דאך געוואלדיג. אן ערליכע איד טוט וויי ווען ער זעהט א יעדע מינדעסטע השחתה און ער וועט זוכן וועגן עס צו פארמיידן. ווידעראום א רשע פרייט זיך און לאכט זיך אויס פון דער גאנצע ענין פון השחתת העולם. די מצוה פון בל תשחית איז געגעבן געווארן משריש צו זיין אין אונזער נפש די גוטע מדה און אונז צו דערווייטערן פון א יעדע סארט השחתה.

דער חינוך דערמאנט מיר פון די מעשה וואס ווערט געברענגט אין בבא קמא. מעשה באדם אחד שהיה מסקל מרשותו לרה"ר ומצאו חסיד אחד, אמר לו ריקה מפני מה אתה מסקל מרשות שאינה שלך לרשות שלך, לגלג עליו. לימים נצרך למכור שדהו, והיה מהלך באותו רה"ר ונכשל באותן אבנים. אמר, יפה אמר לי אותו חסיד, מפני מה אתה מסקל מרשות שאינה שלך לרשות שלך. איך קלער אז דער חסיד דא איז דער זעלבער חסיד ווי דער חסיד פון די ספר החינוך. דער חסיד ווייסט און פארשטייט אז די מעשים ופעולות וואס מ'טוט היינט קען האבן ווייטע קאנסעקווענצן. דער חסיד איז שטארק נזהר אז זיינע היינטיגע מעשים זאלן נישט קאליע מאכן די וועלט פאר אים און זיינע קינדער שפעטער.

מיר טרעפן אין חז"ל, ווי אויך פון פריערדיגע צדיקים, אז זיי האבן מקפיד געווען און זיך מרחם געווען אפילו אויף די קלענסטע ברואים. אויף רבינו הקדוש שטייט ההוא עגלא דהוו קא ממטו ליה לשחיטה אזל תליא לרישיה בכנפיה דרבי וקא בכי אמר ליה זיל לכך נוצרת אמרי הואיל ולא קא מרחם ליתו עליה יסורין וע"י מעשה הלכו. יומא חד הוה קא כנשא אמתיה דרבי ביתא הוה שדיא בני כרכושתא וקא כנשא להו אמר לה שבקינהו כתיב ורחמיו על כל מעשיו. אמרי הואיל ומרחם נרחם עליה. טראץ דעם וואס די שרצים זענען אים געשטאנען אין וועג האט ער זיך מרחם געווען אויף זיי. אויף הרה"ק רמ"מ מקאצק זצ"ל זאגט מען אויך אז ער האט זייער שטארק מקפיד געווען נישט צו טשעפען אפילו א דזשוק אדער א קליינע ווארעם.

עס איז באקאנט אז א סאך צדיקים האבן מקפיד געווען נישט אראפצורייסן אפילו איין בלעטל פון א בוים שלא לצורך. וכ"ש אז מען קען מונע זיין פון פארשניידן גאנצע ביימער און וועלדער, בפרט אז מען קען טון די מבוקש אויף אופנים וואס פארלאנגען נישט דאס פארשניידן ביימער, איז אוודאי אז מען דארף טון וואס מען קען. מיר ווייסן אז די תורה מאכט אן עסק דערפון אז יעקב איז צוריקגעגאנגען צוליב פכים קטנים. ערליכע אידן האבן זייער שטארק מקפיד געווען אויף בל תשחית ווייל זיי האבן פארשטאנען אז די המשך קיום העולם איז געוואנדן אין דעם.

[center]
יעקב אבינו איז צוריקגעגאנגען צוליב פכים קטנים
יעקב אבינו איז צוריקגעגאנגען צוליב פכים קטנים
[/center]
ווען דער נושא קומט ארויף אין שמועסן צווישן באקאנטע, קען מען הערן א סאך מאל ווי מענטשן מאכן עס אוועק און לאכן אויס די "נארישקייטן" פון די ענווייראנמענט באשיצער. א טענה וואס ווערט אפט אויפגעברענגט איז אז דער מענטש איז די בחיר היצירה און אפילו דער בעל הבית אויף די וועלט לעשות בו כרצונו, אזויווי דהמע"ה זאגט אין תהלים והארץ נתן לבני אדם. אנדערע ווייסן גלייך צו דערמאנען דעם וירדו בדגת הים אדער דעם פסוק פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה ורדו בדגת הים ובעוף השמים וכל חיה הרמשת על הארץ. מיט דעם ווילן זיי ווייזן אז דער וועלט איז באשאפן געווארן פאר די מענטש צו רודה זיין און געוועלטיגן דערויף, נישט פארקערט אז דער מענטש זאל איר דארפן אפהיטן. אבער דער אמת איז, לו יצוייר איר וועט קענען אויפווייזן אז משחית זיין ביימער און וועלדער וועט נישט גורם זיין א חורבן פאר דער מין האנושי זעלבסט, נאר עס איז סתם משחית די בריאה, דארפט איר נישט קוקן מער ווי אפאר פסוקים ווייטער צו זעהן וואס באמת אונזער תפקיד איז כלפי די איבעריגע נבראים.

ויקח ה' אלקים את האדם ויניחהו בגן עדן לעבדה ולשמרה. לכאורה דארף מען פארשטיין וואס קומט דער פסוק אונז לאזן הערן? עס שטייט דאך שוין פריער אז דער אויבערשטער האט אריינגעשטעלט אדם הראשון אין גן עדן? גיבט א קוק וואס די מדרש זאגט אויף דעם פסוק, בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשובחין הן וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך. מיר מוזן ארייננעמען די ווערטער בתוך חדרי לבנו און געדענקען אז אויב מיר וועלן נישט נזהר זיין נישט צו פארדארבן די וועלט אין מי שיתקן אחרינו!

לויט דעם איז קלאר אז "רדייה" אויף די בריאה וואס מיר זענען באפוילן געווארן, מיינט נישט אז מיר קענען טון דערמיט וואס מיר ווילן, נאר פארקערט, מיר דארפן רודה זיין אויף די בריאה אזוי ווי א שטארקע מנהיג ושולט אויף א מדינה וואס קוקט זיך אים פאר די וואוילזיין פון אלע זיינע סוביעקטן פון גרויס ביז קליין. דער בורא עולם האט אונז געגעבן די כוח און אחריות אפצוהיטן אז מ'זאל נישט מקלקל זיין זיין הערליכע שיינע וועלט. מיר מוזן אפהיטן די וועלט אז די דורות העתידים זאלן ווייטער קענען הנאה האבן דערפון. אויף דעם ציל האט דער אויבערשטער אריינגעלייגט אדם הראשון אין גן עדן לעבדה ולשמרה.

[center]
תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך!
תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך!
[/center]
עס ליגט אויף אונז א חיוב פון הדבק במדותיו. לאמיר געבן א קוק וויאזוי דער אויבערשטער כביכול פירט זיך מיט די בריאה. ער באוואסערט און באגיסט מיט זון שטראלן אלע געוואוקסן בכל פינות העולם אפילו דארט וואו עס זעהט אויס אז קיינער האט נישט דירעקט הנאה דערפון, אזויווי עס שטייט אין איוב, מי פלג לשטף תעלה ודרך לחזיז קלות. להמטיר על ארץ לא איש מדבר לא אדם בו. להשביע שאה ומשאה ולהצמיח מצא דשא. אויב דער באשעפער האט א צורך אין די קיום פון די ביימער און געוואוקסן, פארוואס זאלן מיר נישט טון די זעלבע? ובפרט אז מיר ווייסן היינט אז עס איז לטובתינו ולטובת קיום העולם צו באשיצן די בריאה און פארשפארן די ביימער פון פארשניטן ווערן.

החכם הגדול הרב שמשון רפאל הירש ז"ל מיט זיין גאלדענע פעדער און געשליפענע צונג'ל שרייבט זייער א סאך אויף דער נושא, ומפני חיבת הענין וועל איך מעתיק זיין די גאנצע אריכות ככתבו וכלשונו:

גם באופן אם תצור על עיר להלחם עליה, ככה תבאר לנו התושבע"פ, אם גם בא לידך המקרה, להביא כליון ונזק לאדם ע"י קרב ולחם, ואשר בטח יכולנו לחשוב כי באופן כזה אין עוד כל חובה עליך לתת החשיבות אל הקנין של האדם יותר מאל עצמותו, בעוד הקנין לא יוכל עוד לעמוד גבוה ונשא מעצם האדם, אחרי אשר מאיזה טעם של צדק באת להלחם עמו, ובכל זאת כפי מצות התורה חלילה לך להשחית את הקנין ההוא בלי כל יסוד ותכלית, ובאופן אם נדרש ממך לכרות עצים, עליך החובה לתת עין בקרת ולהבחין באיזה עץ לבחור למפעלך זה. אל תשחית עץ מאכל בגלל השמוש ההוא הנדרש לך בעוד תוכל להמציאו לך מעץ פשוט, יען כי שרשי עץ פרי יכלכלו בתוכם תעודה יותר גבוה מתכלית אלני סרק, ועליך להשתמש לזה רק בעצים שאינם עצי מאכל, אשר תעודת שרשיהם רק לשימוש של עץ בלבד. ומזה תצא לך תורה בעד כל חייך ובעד כל יצור הנתן לך מהאדמה, אשר היא תשא ותסבול את הכל עד חומרי הבגד אשר הכשרת אותם להיות למעטה גופך, בכל אלה הנך שומע את קול ה' ומצוותו אליך, "בל תשחית".

אמנם כן, בל תשחית היא הקריאה הגדולה הראשונה והכללית מה' אליך בן אדם, בעת אשר תחזה את עצמך בתור שליט ומושל על פני תבל ארצהו. הן מסביב לך הנך רואה אדמה צומח ובעל חי, גם כל אלה כבר נושאים המה חותם תכנית אנושי שלך בהיותם משונים וערוכים במעשה אנוש ותחבולותיו, מידך יד אנוש נעבדים המה לתכלית אנושי שלך, להיות לך למעון ומלבוש, למחיה וכלכלה וכלי תשמיש, ואתה רכשת אותם להיות ברשותך בתור קניניך. הנך עומד בקרב חוג ממשלתך על פני הארץ, וכל הנמצאים המה עבדי רצונך שלטונך וכוחך.

והנה פתאום הנך מניף את ידך בגלל עשות שחוק לנפשך או לשפוך חמתך וזעמך, הנך חפץ לבלוע ולהשחית הדבר שעליך להשתמש בו לתועלתך. אתה תאבה לנפץ ולשבר ולכלות דבר שתוכל לעשות בו ועל ידו פעולה ראויה. הנך חפץ תחפוץ יען וביען כי תביט על היצורים שמתחת למדרגתך, כי הנם דברים משוללי כל צדק ומשפט ואת ה' לא תירא שהוא אמנם מגן ומחסה בעדם גם דן את דינם בצדק. ותחת לחשוב אותם בתור אמצעים לפעולות אדם בהשכל ודעת, הנך רוצה בשאט נפש להשליט עליהם את כח ותקיפות רצונך וחפצך לשפוך עליהם את חרונך וזעמך בעצבך וברגזך.

אז ירעם עליך קול הקריאה הגדולה של ה', "בל תשחית". הרף ממנו, היה איש באנשים! כי אמנם רק באופן שתשתמש בהנמצאים אשר מסביב לך, לתכלית אדם בדעת ובתבונה וכפי אשר תיעד ותקדש אותם לתורתי, אז אדם הנך, גם יש לך הכח והזכות עליהם, יען נתתי לך את הכח והזכות מטעם תכנית עליונה. אבל אם תשחית תאביד ותכלה דבר מה, אזי בהשחתתך בהאבידך ובכלות אותו אינך עוד אדם, רק בעל חי או חיה טורפת. ואין לך עוד כל זכות על הנמצאים מסביב לך, יען וביען כי אנכי השאלתי אותם לך רק לשמוש של חכמת אדם. לכן אל תשכח לעולם כי אנכי אנכי המשאיל אותם לך. אולם אם תפעל עולה, אם לא בהשכל ולא בדעת תעשה את מעשיך בדבר קטן וגדול, הנך עודה דבר בליעל, מרד ומעל בתכל ה', הנך נהפך אז לרוצח ושודד קנין ה', חוטא הנך ותמעל מעל בקדושת הקנין. את זאת יקרא לך ה', ובכח הקריאה הזאת יגן ויחסה על כל דבר כקטן כגדול נגדך. הוא יתן באומר סלה זה לקטן לגדל את צדקת משפטו נגד מזמת לבך וחמס ידך.

לכן אומרים חז"ל, הקורע את בגדיו המשבר את כליו והמפזר מעותיו בחמתו, איש הזה יהיה נחשב בעיניך כאילו כבר עבד עבודה זרה. יען כך היא דרכה של התאוה, היא אומרת היום עשה זאת ומחר עשה אחרת, עד כי היא תפעל על האיש אשר לה עבד וסר למשמעותה תמיד, לזנות גם אחרי עבודת אלילים. הן אמנם אין איש אשר כה יהיה קרוב לעבודת אלילים, כמו האיש אשר לא יכיר לדעת בהנמצאים כי המה ברואי ה' וקנינו, ויאמין כי בכח ובתקיפות של האדם יש לו הזכות להשחיתם ולאבדם כרצונו. איש כזה הלא עבד יעבוד את האלילים האדירים שלו בפנימיות נפשו, את חרונו וזעמו, את גאוותו ורוע לבבו, וביחוד את ה"אני" שלו אשר בתאוותו ובתעצומות כחה ועוזה ידמה, כי הוא אדון כל הנמצאים, הוא ולא אחר.

לכן מצות לא תעשה הראשונה של הבריאה הלא היא לבל תשחית כל דבר כקטן כגדול, מעץ מאכל אשר ברבות הימים יוכל להשיב גם את נפש נכדיך, עד הדבר הקל שבקלים אם אך יועיל לאיזה שימוש, גם מחוט עד שרוך נעל אל תשחית לריק. כל דבר המוכשר עוד לאיזה שמוש של תועלת, אל תשחיתהו. אבל השחתה איננה נקראת זאת הפעולה לבדה, בעשותך הדבר בלתי מוכשר עוד אל שמוש התכלית אשר נועד הנהו לזה, כי גם זאת נחשבה להשחתה, להשתמש לאיזה תכלית עם דברים מרובים ויקרי ערך, באופן אם להגיע לתכלית הדרושה יספיקו גם דברים מעטים ופחותי הערך, או אם התכלית איננה שווה בנזק ובמחיר האמצעים. לעומת זאת ההשחתה תחדל מהיות עוד השחתה וכליון, גם נחשבה לפעולה ושמוש בהשכל ודעת, אם ההשחתה בעצמה היא נחוצה אל תכלית גבוהה ומטרה יקרה.

לאמיר זיך אפשטעלן און מתעמק אין די ווערטער פון רשר"ה שארפע דיבורים יורדים אל חדרי בטן. בטבע האבן מיר א צינישע בליק אויף די ענינים פון ענווייראנמענט באשיצונג און מיר האלטן זיך קלוגער ווי די עקספערטן און ספעציאליסטן וואס ווארענען אז די מענטשהייט מאכט חרוב די וועלט. "וואס ווייסן דען די חכמים? וואס פאר א שאדן קען דען נאך אפאר פאפירן גורם זיין?" און נאך ענליכע טענות ותירוצים שונים.

אן ערליכער איד א ירא שמים דארף אבער געדענקען אז די וועלט איז זיין אחריות, עס ליגט אויף אונז א חוב פונעם בורא עולם צו מאכן זיכער אז די וועלט ווערט נישט קאליע, ווייל אויב מיר וועלן מקלקל ומחריב זיין די וועלט איז נישט דא ווער עס זאל עס מתקן זיין. איך זאג נישט אז מיר דארפן זיך יעצט ארויסלאזן אויף א קאמפיין צו אפשטעלן דאס שניידן ביימער אדער צו שטיצן אנדערע פאליטישע ענווייראנמענט צוועקן. אבער עס זענען דא אפאר קלייניגקייטן וואס מיר קענען אלע טון וואס קענען האבן א שטארקע השפעה לטובה.

    • בראש וראשון זאל מען מקפיד זיין אויף ריסייקלינג. די רעגירונג האט צוגעשטעלט די ריסייקלינג אינדוסטריע וואס העלפט ארויס אז מ'זאל קענען איבערנוצן פאפיר, פלעסטיק, אלומינום וכדומה. ס"ה פון אונז פארלאנגט זיך צו מאכן דאס ביסעלע אנשטרענגונג נישט ארויסצואווארפן די באטלעך, קענס, באקסעס וכדומה, נאר זיי האלטן אפגעזונדערט פון די אנדערע מיסט. ווען די גאנצע וועלט וואלט אלעס ריסייקעלד וואלט עס איינגעשפארט אזויפיל אומנויטיגע פראדוקציע, ביליאנען גאלאנען פון ברענשטאף וואס ווערט גענוצט אין פראדוקציע און עס וואלט אויך געהאלפן האלטן די carbon dioxide שטאפלען פון ארויפגיין. דאס איז חוץ פון דעם וואס עס וואלט געהאלטן פראדוקציע ביליגער און אין די זעלבע צייט וואלט עס געהאלטן גאזאלין פרייזן נידעריגער.

    • מען זאל זיך איינשרייבן צו באקומען paperless billing. איך האב געמאכט א חשבון אז פון אלע בילס און סטעיטמענטס וואס איך באקום אין די ביזנעס און פערזענליך (קאר, יוטיליטי, מארטגעזש, אינשורענס, באנק, קרעדיט קארד וכו') איז עס לכה"פ 50-80 געדרוקטע בלעטער פער חודש, נאנט צו א טויזנט געדרוקטע בלעטער פער יאר. יעצט רעכן אויס וויפיל עס קומט אויס פאר גאנץ אמעריקא און פאר די גאנצע וועלט.

    • מען קען זיך אפגעוואוינען פון נוצן פלאסטיק און פאפירענע עסצייג. דאס איז אביסל א שווערע זאך, ספעציעל ווען מען האט א משפחה מיט קינדער. אויב קענט איר נישט אינגאנצן אויפהערן דאן נעמט איין זאך (לדוגמא, גלעזלעך) וואס דאס וועט איר נאר נוצן געהעריגע און נישט פלאסטיק אדער פאום. יארן צוריק האב איך מחליט געווען אז איך וויל אויפהערן צו נוצן פלאסטיק געשיר און טעלער, אבער איך האב נישט געוואלט זיין א צדיק אויף מיין ווייב'ס חשבון, זי איז געווען דער וואס האט געוואשן די געשיר. האב איך איינגעפירט אז נאר איך וועל נישט עסן מיט פלאסטיק עסצייג און איך וועל אליין אויסוואשן מיין טעלער לעפל און גאפל. אויסוואשן איין סעט פון עסצייג איז נישט אזוי שווער. היינט האבן מיר שוין eco friendly dishwashers און מיר באנוצן זיך כמעט נישט מיט דיספאוזעבל. געדענקט, איר מוזט נישט אלעס טון אויף איין מאל, אויב איז עס צו שווער דאן הייבט אן צוביסלעך.

    • פלעסטיק בעגס איז זייער שעדליך פאר די בריאה סיי מצד עס איז שווער צו ריסייקלען און סיי מצד אז אומצאליגע בע"ח שטארבן א יעדע טאג פון זיך דערשטיקן אויף פלאסטיק בעגס וואס ליגן אין די לענדפילס און אין די גארבידזש. געדענקט, ורחמיו על כל מעשיו. עס איז זייער גרינג זיך איינצוהאנדלען אפאר סחורה'נע בעגס וואס מען קען נוצן ווען מען גייט אין געשעפט איינקויפן אדער ווען מען דארף עפעס שיקן צום באבע. אויב גייט איר אין גראסערי איינצוקויפן א גרויסע ארדער דאן נעמט ענדערש אהיים די סחורה אין א באקס ווי איידער א בעג וויבאלד א באקס קען ווערן ריסייקלד.

לויט ספעציאליסטן ווערן ארום א ביליאן פלעסטיק בעגס גענוצט א יאר און נאר איין פראצענט דערפון ווערט ריסייקעלד. עס ווערט געשאצט אז אלץ א דירעקטע רעזולטאט דערפון שטארבן נאנט צו איין ביליאן בעלי חיים א יעדעס יאר.

א יעדע מענטש פאר זיך קען טרעפן וועגן און אופנים וויאזוי זיך צו פארבעסערן אינעם תפקיד פון רדו וכבשו את הארץ, כל אחד כפי תכונות נפשו. דאס מיינט נישט אז מיר מוזן יעצט ארומגיין און מאכן זיכער אז א יעדער איינער טוט ריסייקלען אדער שרייבט זיך איין אין paperless billing. מיר דארפן נישט גיין יעצט פראטעסטירן אין די גאסן און מאכן געוואלדעס. א יעדער פאר זיך קען א סאך אויפטון מיט קליינע פעולות. פארוואס זאלן מיר אידן נישט זיין די עומדים בראש המהפכה און זיין די ערשטע צו טון די פעולות? אדרבא, דאס איז אן ענין פון תורה ויהדות.

[center]
Paperless Billing
Paperless Billing
17.jpg (17.5 KiB) געזען געווארן 7655 מאל
[/center]
לאמיר צוענדיגן מיט נאך א שטיקל פון הגאון רש"ר הירש ז"ל וואו ער שרייבט ווי ווייט די איסור פון בל תשחית גייט און ווי שטארק מען דארף נזהר זיין דערויף:

מדרגה קלה של השחתה אשר נדרש גם כן לחדול ממנה הוא הפיזור. אם תרבה להוציא ולפזר האמצעים אשר יש לך, באופן אשר התכלית הדרושה להשיג על ידם איננה מתאמת עם מכסת ההוצאה. אמנם את זאת נקרא בשם מדרגה קלה בהשחתה, יען אלו הדברים אשר הוציא אותם בפזור ובמדה מרובה, הלא המה בעצמם בלתי נשחתים, יען יבוא לידי שמוש ותועלת ביד אחרים, אבל בכל זאת השחתה היא, יען בנוגע אל עצמך נשחתים המה. הן עם כל קנין כקטן כגדול אשר נתן לך ה' נתנה לך גם החובה להשתמש בו לתכליות טובות ומועילות, ובזה נכללת גם ההוצאה. אבל, אם תוציא אותם לתכליות שלא בדעת ולא בחכמה, או גם לתכליות טובות ומשובחות בפני עצמן, אבל במדה נפרזה יותר מאשר נדרש להוציא בגלל התכלית ההיא, אז בלי כל תועלת הנך משחית את המאצעים שיכולת להשתמש בהם לתכליות של תועלת נכבדות מאלה או לתכליות טובות אחרות. ולו יהא כי אחרים ישתמשו בפזור ההוצאה שלך לתועלת עצמם, אבל אתה לא תוכל לדעת ולערוב בעדם כי המה אמנם ישמשו בזה לתכלית טובה, ולא תוכל לחשוב זאת לך לתכלית של תועלת וכו' ע"כ.

דער נושא וואס מיר שרייבן דא איז בעצם געווען א דבר פשוט פאר חז"ל אזוי ווי מיר טרעפן אין מסכת קדושין, רב הונא קרע שיראי באנפי רבה בריה, אמר איזול איחזי אי רתח אי לא רתח וכו'. והא קעבר משום בל תשחית? דעבד ליה בפומבייני. לכאורה איז שווער, פארוואס פרעגט די גמרא "והא קעבר משום בל תשחית", ער האט דאך עס געטון פאר א צורך, צו זעהן אויב ער וועט זיך אויפרעגן? הייסט עס בל תשחית אויב עס איז דא א צורך? נאר דער תירוץ איז אז ער האט געקענט אויספרובירן רבה דורך אן אנדערע אופן. עס איז פשוט אז אויב מען קען עס טון אויף אן אנדערע וועג הייסט עס השחתה.

לאמיר זיך מקבל זיין פון היינט און ווייטער צו זיין מער באוואוסטזיניג און וואכזאם צו די טובה ותועלת פון די וועלט וואס דער בורא עולם האט באשאפן פאר אונז. לאמיר טרעפן וועגן צו טון אלעס וואס מיר דארפן אבער אויף אן אופן וואס עס שאדט ווייניגער און נוצט אויס ווייניגער פון די בריאה. לאמיר מער נזהר זיין אין בל תשחית און טון א בעסערע דזשאב אין אפהיטן די וועלט און די איכות הסביבה. לאמיר פרובירן און משתדל זיין צו לעבן אויף אן אופן וואס איז מזיק די וועלט וואס ווייניגער און פארזיכערט א בעסערע צוקונפט פאר אונז און אונזערע קינדער.





.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר