ארויסווארפן א בחור פון ישיבה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

ארויסווארפן א בחור פון ישיבה

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב שוין א לענגערע תקופה געטראכט צו שרייבן דערפון, אבער דער אשכול האט מיר געגעבן א גוטן שטופ עס צו טון מכח אל הפועל.

א_געדאנג האט געשריבן:איך האב געהערט פין די פארהערער פון די א.ג. פובליק ישיבות, (אזוי אויך פין פריוואטע ישיבות {הגם סאך ווייניגער} אין פאַל זיי פארשיקן א בחור צוליב מיסביהעווער אין מ'בעט זיך צוריק...) אפי' א בחור האט נישט אזא גוטע היסטאריע, אויב זעט די הנהלה א קאפיראציע פונעם בחור און אויך פין די עלטערן וועט די הנהלה סוף כל סוף אויסדריקלעך אננעמען די בחור! אוודאי, זיי וועלן מאכן שוועריקייטן אין פאראורזאכן אפאר שלאפלאזע נעכט פאר'ן בחור און די עלטערן, כדי זיי זאלן וויסן אז דאס איז נישט קיין מאָנקִי ביזנעס, אבער די בחור וועט סוכ"ס אנגענומען ווערן.

די מנהלים ווילן מ'זאל זיך בעטן, מ'זאל וויינען, מ'זאל ציטערן, ווייל אז נישט איז הפקר וועלט, די גאנצע ישיבה קען גיין אַ גאַנג... אזוי, ווען מ'נעמט למעשה טאקע אָן די בחור זאל ער וויסן, אויב ער וועט נישט בְּ'הֶעוועֶן וועט ער פליען...


וואס איך וויל דא רעדן איז נישט איבער דעם כלליות'דיגן פראבלעם פון נישט אננעמען בחורים (אדער קינדער) אין מוסדות, דער טעמע איז שוין געווארן איבערגעקייעט אין שטיבל גענוג און נאך מאל. איך וויל דא רעדן איבער דעם משוגעת פון אהיימשיקן א בחור ווען ער פירט זיך נישט אויף כראוי וכיאות.

מען זאגט נאך פון כמה גדולים, אז א ישיבה דארף מען בעיקר נישט פאר די מצויינים, נאר פאר די דאזיגע וועלכע מען דארף מאכן פון זיי מצויינים. די גוטע בחורים וואס נפשם חשקה בתורה קענען גיין אין כולל, אדער אין סיי וועלכער ביהמ"ד, און זיי וועלן לערנען מיט חשק מדעת עצמם, אן די פרעשור און דיסציפלין פון די משגיחים און מגידי שיעור. די ישיבות האבן א פליכט – וואס ווערט אנגערופן חינוך – פשוט נעמען קינדער וועלכע האבן קוים בר מצוה געהאט, און מאכן פון זיי מענטשן, צו גאט און צו לייט, כדי מען זאל קענען אויסוואקסן א געזונטער כאראקטער און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

די 5 יארן אין אלגעמיין וואס א בחור דרייעט זיך אין די ישיבה קארידארן זענען נישט קיין גרינגע, פאר קיין איין צד. די בחורים זענען ע"פ רוב ווילדע, "טינעידזשערס" איז א זאך וואס האט אייביג געפלאגט די מחנכים, ובפרט בדורינו זה וואס חוצפה יסגי. בחורים האלטן נישט ביים איינזיצן. עבדא בהפקירא ניחא ליה. זיי ווילן ענדערש טון טראבל, פאררייכערן לולקע'ס און רעדן פאליטיק, הערן מוזיק און מאכן א לעבן. פאר זיי איז די ישיבה כמעט ווי א תפיסה. לעומת זה די מחנכים האבן אויך גאר א שווערע מיסיע, צו מאכן די תורה אינטרעסאנט פאר די בחורים, אויסלערנען געזונטע קאמיוניקאציע, זיי מוזן אפט קענען פארנעמען די חוצפה פון די בחורים, און זיי לערנען ווי אזוי צו רעדן אן קיין חוצפה. מען דארף זיי האלטן אין די ראמען, אויסלערנען סדר, אויסלערנען מענטשליכקייט, נקיות, מדות טובות, און תורה ויר"ש א.א.וו., כדי דער בחור זאל זיך אויסמענטשלען. דאס אלעס קאסט כוחות עצומות. דערפאר זענען מגידי שיעור אנדערש ווי אין חדר וואו דער זעלביגער מלמד קען זיצן אין קלאס מיט די קינדער מן הבוקר ועד הערב; משא"כ אין ישיבה נאך זיצן 3-4 שעה מיט די בחורים מוז מען שוין אהיימגיין און איבערגעבן פארן נעקסטן...

די מחנכים וואס נעמען זיך אונטער דעם דזשאב ווייסן (עכ"פ דארפן וויסן!) אין וואס זיי טרעטן אריין, ואדעתא דהכי נחית. עס איז נישט קיין גרינגער דזשאב. די טאטעס ווייסן דאס אויכעט, און מען צאלט דערפאר טבין ותקילין. א טאטע וואס האט 2-3 בחורים אין ישיבה (מיט א דארמיטארי), קאסט אים געווענליך מער פער חודש ווי די רענט אדער מארגעדזש! און מען דארף צאלן ווי א טאטעלע, נישט נאר אויף די זמנים וואס מען לערנט, נאר אויך די 2 חדשים בין הזמנים, וואס די הנהלה דארף וועידזשעס כאטש וואס זיי האבן OFF די גאנצע צייט. (הלואי אויף מיר געווינטשן 2 חדשים באצאלטע וואקאציע...)

...

מאכט זיך אז א בחור א טראבל מעיקער האט נישט ביהעיווט, און ער איז זיך מתחצף פארן מגי"ש. דער לעצטער ווערט אויפגערעגט, און באשליסט אז מען דארף דעם בחור "ארויסווארפן" פון ישיבה פאר א וואך. ער זאגט פארן בחור, "פאק דיר די פעק און גיי פון דאנעט"! דאס זענען מעשים בכל יום ביי די שענסטע ישיבות... און ביז די עלטערן בעטן זיך נישט צוריק מיט בקשות ותחנונים איז נישטא וואס צו רעדן...

לעצטע זמן האט פאסירט אזא מעשה מיט מיינס א שכן. דער טאטע דארט ארבעט שווער פאר פרנסה, די מאמע האט א שטוב מיט קליינע קינדער און איז פארנומען מיט די שטוב ווירטשאפט, נישטא קיין צייט פאר קיין איבריגע זאכן. מאכט זיך אין א גרינעם דינסטאג, והנה, זייער תכשיט'ל איז אינדערהיים! דער משגיח האט אים ארויסגעווארפן פון ישיבה. שטעל זיך אויפן קאפ.

וואס דאס מיינט, דארף מען נישט מסביר זיין. דער בחור זעלבסט, גייט יעצט "מאכן א לעבן". ער גייט יעדן טאג שלאפן ווי שפעט ער וויל, אן וואס דער משגיח זאל וועקן צו זמן קר"ש, ער גייט זיך יעדן טאג קויפן א פיינעם פרישטאג, ס'טייטש, ער העט עפעס יוצא זיין מיט די מאמע'ס אייער שפייז? ער דארף א תרטימר בשר ולוג יין... ער וועט במשך די וואך נישט עפענען קיין אידיש ספר, ער וועט אין בעסטן פאל הערן זיין MP3 און שטופן די צייט און ביינאכט זיך שלאגן מיט די געשוויסטער, און אין ערגסטן פאל זיך דרייען אין די גאסן אן קיין השגחה און איך וויל נישט ווייטער שרייבן. כ'זאג אייך בנאמנות, אלמלי ווען איך וואלט געווען א בחור וואלט איך זיכער געמאכט לכה"פ איינמאל א חודש צו ווערן ארויסגעווארפן פון ישיבה, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם, באקומען א ברעיק..... מה יעשה הבן שלא יחטא.

דער צער פון די עלטערן אין אזא מצב איז דאך אומבאשרייבליך. מען האט דא נישט באשטראפט דעם בחור, מען האט באשטראפט די עלטערן על לא עוול בכפם. דער טאטע מוז ווייטער ארבעטן, די מאמע מוז טון איר'ס, קיין שפראך צום בחור איז נישט דא, ער טוט דאך וואס ער וויל... און דער גאנצער שטוב דרייעט זיך ארום אים. מיין שכן האט זיך מיר אויסגערעדט און ממש געוויינט פאר צער.

איך האלט עס איז אן עוון פלילי פון די הנהלת הישיבה. מען גיט דיר א בחור ווייל מען דארף אים אויסמענטשלען, פאר דעם צאל איך דיר די הויזן, און אז דו פאלסט אדורך שיקסטו אים אהיים? ביסטו פון זינען אראפגעפאלן? שטעלט אייך פאר אז אין שפיטאל ווערט דער פאציענט זייער קראנק, זאגט אים דער דאקטאר, הער אויס, דו ביסט צו קראנק, גיי זאפארט אהיים. ווען דו וועסט שפירן בעסער קענסטו אפשר צוריקקומען.... איז דאס נישט אבסורד??

לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם פאקט אז במשך די וואך וואס דער בחור'ל איז אינדערהיים דארף דער טאטע ווייטער ערליך צאלן שכר לימוד אין ישיבה פאר די עסן וואס ער עסט נישט, די קווארטיר וואס ער נוצט נישט, און פאר די מגידי שיעור און משגיחים וועלכע זענען מיילן אוועק פונעם בחור. סתם גניבה! מען צאלט דאך פאר זיינע סעודות אינדערהיים, פארוואס דארף דער טאטע צאלן די 150 אדער מער פאר די וואך וואס ער פעלט? לקינו בכפליים!

דער אמת איז, אז אפילו די ישיבות וואס טוען בלויז "קנס'ענען" דעם בחור מיט א הונדערטער צי וויפיל פאר א עוולה, איז ווייטער באשטראפט די עלטערן וואס מוטשען זיך אדורכצולעבן דעם טאג און צאלן די שכר לימוד פאר די ישיבה. דער בחור האט דאך נישט קיין געלט, ער נעמט דאך דאס פון זיינע עלטערן, אים אליינס בארירט עס נישט! אמת, מעגליך אז ער שעמט זיך אביסל פון זיינע עלטערן, אבער דאס לויפט אדורך, און סוכ"ס בלייבט דער בחור אומבאשטראפט, און די עלטערן ליידן פאר די עוולות פון די קינדער. דאס איז א צעדרייטע סיסטעם.

א מער ריכטיגע צוגאנג וואלט געווען "קאנסעקווענצן" אויפן נוסח פון דעם אשכול. בלויז דער תלמיד איז מחוייב צו ליידן די קאסעקווענצן פון זיינע מעשים, הוא ולא אחר. דאס אהיימשיקן פון ישיבה איז א אומדערהערטע עוולה מצד הישיבה, ספעציעל היינטיגע צייטן אין אזא שרעקעדיגע וועלט, וואלט געווען וויכטיג צו מבטל זיין די סארט התנהגות. אסאך גדולים ומחנכים רופן צו מבטל זיין דעם בין הזמנים, איך גראדע האלט אז עס איז צו עקסטרעם צו לאזן א בחור א גאנץ יאר אין ישיבה אן קיין ריוח בין פרשה לפרשה, אבער לכה"פ די נאנ-סענס פון "אהיימשיקן" ווען מ'פירט זיך אויף מיט חוצפה מוז גענצליך אויסגעראטן ווערן, לעקור מן השורש. עס איז א מיטל וואס העלפט ממילא נישט גארנישט (כאטש צומאל יא).

וזאת למודעי איך רעד נישט פון א פארדארבענע בחור וועלכע איז א משחית און מען שיקט אים אהיים "for good", כ'רעד פון די "נארמאלע" מחוצפים... איך בין גרייט צו הערן הערות, סיי אויב שטימט איר מיט, סיי אויב איר האלט פארקערט און איר קענט מסביר זיין די מעלה פון ארויסווארפן א בחור.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר