רבי שמעון בר יוחאי - 'סניגורן' של ישראל אדער נישט?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

רבי שמעון בר יוחאי - 'סניגורן' של ישראל אדער נישט?!

שליחה דורך אדנירם »

א.
אין דעם אשכול, האט זיך [tag]יידל[/tag] באצויגן צום נקודה אז רשב"י איז געווען א שטרענגע מענטש, און גארנישט אזא פאלקס מענטש ווי מיר מאלן אים אראפ אלס דער 'כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו'. למעשה ווען מיר גריבלן אביסל אין זיין היסטאריע, זעען מיר לכאורה אז דאס איז אמת ויציב. וכמו ששמעתי מחכ"א אז ווען מ'קוקט נאך די היסטאריע פון ר' שמעון אין תלמוד [נישט פון זוהר], זעט מען גאר א שרעקעדיגע שארפע דמות, און בכלל נישט דער 'גוטער איד'...

למשל, זיין שארפע ארויסטריט קעגן די רומיים אפילו ס'האט געשמעקט מיט טויט שטראף, זיין שארפע ארויסטריט קעגן די וואס ארבעטן בכלל - 'מניחין חיי עולם ועוסקין בחיי שעה?!' וואס לכבוד דעם האט ער פארברענט אלעס וואס מ'האט איינגעפלאנצט [און כעי"ז זיין עקסטרעמע שיטה בנוגע ארבעט בכלל, כבגמ' ברכות דף ל"ה ע"ב, אז מ'דארף זיצן אין לערנען און דער באשעפער וועט שוין צושיקן וואס מען דארף], זיין שארפע עונש צום לויזן צונג - יהודה בן גרים - 'נתן בו עיניו ונעשה גל של עצמות', און דער זעלבער עונש צום זקן אחד שהיה מלגלג עליו ביים מטהר זיין טבריה (וכולהו איתנהו בגמ' שבת דף ל"ג ע"ב-ל"ד ע"א). אזוי אויך האט ער מעניש געווען איינער וואס האט מלקט געווען ספיחי שביעית, ווען ער האט זיך אויסגעדריקט 'פורץ גדר ישכנו נחש', וכך הוה, כדאיתא בירושלמי ברכות פ"א ה"ו.

און אפילו אן דעם, געפינען מיר בשמו דעם שארפן צוגאנג אין גמ' ברכות דף ל"א ע"א, ווי ער איז דער בעל המימרא "אסור לאדם שימלא שחוק פיו בעוה"ז". דאס אלעס ווייזט אויף א ר' ברוך'ל מעזיבוזער ענדערש ווי אויף א גוטער איד פון ניישטאט...


ב.
אבער נישט נאר ביי די סארט אידן - וואס סוכ"ס האבן געטון עפעס שלא כהוגן לפי דעתו, האט ער אזוי שארף מגיב געווען. נאר אפילו ביי תנאים אליין! לאמיר לערנען צוזאמען א קליין שטיקל גמ' (מעילה ט"ז ע"ב-י"ז ע"א):
אמרו מי ילך ויבטל הגזרות, ילך ר' שמעון בן יוחאי שהוא מלומד בנסים. ואחריו מי ילך, ר"א בר ר' יוסי. אמר להם רבי יוסי: ואילו היה אבא חלפתא קיים יכולין אתם לומר לו תן בנך להריגה?! אמר להם ר' שמעון: אילו היה יוחאי אבא קיים יכולין אתם לומר לו תן בנך להריגה?! אמר להו רבי יוסי: אנא אזלין דלמא עניש ליה ר' שמעון, דקא מסתפינא. קביל עליה דלא ליענשיה, אפילו הכי ענשיה, כשהיו מהלכין בדרך נשאלה שאלה זו בפניהם מנין לדם השרץ שהוא טמא, עקם פיו ר' אלעזר בר רבי יוסי, ואמר (ויקרא יא, כט): וזה לכם הטמא, אמר ליה ר' שמעון: מעקימת שפתיך אתה ניכר שתלמיד חכם אתה, אל יחזור הבן אצל אביו.

און רש"י איז מסביר:
יכולין אתם לומר תן בנך להריגה - בתמיה, כך אין אתם יכולין לומר לי שאתן בני להריגה:
אמר להו ר' יוסי - מסתפינא דלמא עניש ליה ר' שמעון בן יוחאי לבני, ובדבר זה אני מתיירא יותר מפחד האויבים, שמתיירא אני שמא יכעוס עליו בשביל שום דבר ויענישנו:
קיבל עליו - רבי שמעון בן יוחאי דלא עניש ליה, ואף על פי כן ענשיה כדאמרינן לקמן דאמר ליה אל יחזור הבן כו':
עיקם פיו - ר' אלעזר בר רבי יוסי, שלא אמר קול רם כמנהגו אלא עיקם פיו מכמות שהיה רגיל לדבר ואמר בלחישה, שלא ירגיש רבי שמעון בן יוחאי שיהא כמורה הלכה לפניו, ואף על פי כן הרגיש בו רבי שמעון בן יוחאי, ואמר לו מעקימת שפתיך אתה ניכר ראיתי שהשבת תשובה וניכר שחכם אתה שידעת להשיב, אבל הואיל והורית לפני אל יחזור כו' דענשו. ואידך מפרש באגדתא היכי הוה עובדא, דנטה נפשו למות עד שנזכר רבי שמעון בן יוחאי שאמר לאביו שיהא מחזירו לשלום, ובקש עליו רחמים, והיאך נתרפא מפרש התם:

פשט אין קורצן: רשב"י איז געווען מפורסם מיט זיין שארפקייט עד כדי כך, אז ר' יוסי האט מער חושש געווען אז זיין זון וועט זיין אין א סכנה זיך דרייענדיג לעבן ר' שמעון, ווי דאס עצם גיין אין לייבן גרוב - בבית המלכות - צו אפשאפן גזירות אויף כלל ישראל. נישט נאר איז ר' יוסי געווען גערעכט מיט זיין חשש, נאר אפילו נאכדעם וואס ר' שמעון האט שוין מקבל געווען אויף זיך נישט צו מקפיד זיין אויף ר' יוסי'ס זון, האט ער נאכאלס מקפיד געווען אויף אים עד שנטה למות! און אויף וועלכן עבירה? אויף דעם וואס עיקם את שפתיו און האט לוחש געווען א דבר הלכה!


ג.
זיין שארפקייט באגלייט אים אפילו בנוגע זיין רבי, דער ארוך בדורו ובדורות הבאים, רבי עקיבא. אזויווי עס ווערט געברענגט אין גמ' פסחים דף קי"ב ע"א: 'חמשה דברים צוה ר"ע את רבי שמעון בן יוחי כשהיה חבוש בבית האסורין, אמר לו רבי למדני תורה, אמר איני מלמדך, אמר לו אם אין אתה מלמדני אני אומר ליוחי אבא ומוסרך למלכות'. דהיינו, ר' עקיבא האט מורא געהאט צו לערנען מיט אים, וויבאלד ער איז געגאנגען אין תפיסה נאר פארן לערנען ברבים. האט אים ר' שמעון כביכול געסטראשעט אז אויב גייט ער נישט לערנען מיט אים, גייט ער אים איבערגעבן צו זיין טאטן יוחאי, וואס איז געווען א מקורב למלכות, און ער וועט אים שוין מעניש זיין כדבעי... פארשטייט זיך אז ער האט געמיינט לשם שמים, צו לערנען נאך פון זיין רבי'ן [און ער האט טאקע געפועל'ט, עיעו"ש בגמ'], אבער דער קו זעט זיך קלאר איינמאל און נאכאמאל, אז ער איז געווען זייער א שארפע מענטש.


ד.
דער גרויסער צדיק און עובד ה', רבי לוי יצחק מבארדיטשוב, איז אריין אין היסטאריע באוואוסט אלס דער "סניגורן של ישראל". דער אלטוועלטליכער בליק אויף אים איז, אז ער האט געהאט א הארץ פון פוטער, א מויל פון האניג, און ס'האט זיך געגאסן פון אים נאר שבחים אויף כלל ישראל א גאנצן טאג. און מיר האבן טאקע אן אוצר בלום פון מעשיות וויאזוי דער בארדיטשובער האט ממליץ טוב געווען אויף אידישע קינדער אפילו בשעת'ן טון עפעס אומריכטיג [ווי דער בעל עגלה וואס האט געשמירט רעדער ביים דאווענען, אדער דער וואס האט געדאווענט בלא-בלא-בלא (קרעדיט: מיכאל שניצלער)].

למעשה, פוק חזי, נעם ארויס א ספר און זע. דער בארדיטשובער האט איבערגעלאזט זיין ספר 'קדושת לוי', וואס איז - חוץ פון א רעגולערע חסיד'ישע ספר מיט חסיד'ישע גאדאנקען - אויך א ספר מלא תוכחת מוסר. בפרט ביי זיינע דרשות זעט מען קלאר אז ער רעדט ווי א מוכיח בשער. און ס'איז גראדע פארשטענדליך: דער בארדיטשובער איז געווען דער שטאטס רב, און מתוקף תפקידו האט ער געדארפט מוסר'ן דעם עולם ווען ס'זענען געווען דברים הצריכים תיקון. דער איינציגסטע פראבלעם איז נאר, אז דער 'מליצה ישרה' זעט מען נישט דארטן נאר א שארפע מגיד וואס האט אריינגעפליקט דעם עולם, און דאס לייגט זיך עפעס נישט אויפן געדאנק אלס דער זעלבער איידעלער 'סניגורן של ישראל', מיט וואס ער איז אזוי בארימט געווארן.

וקיבלתי ממו"ז דער הסבר דערויף, אז ווען דער בארדיטשובער האט געזען דעם בעל עגלה שמירן די רעדער פונעם וואגן ביים דאווענען, וואס יעדער ווייסט זיין טיפישע צוגאנג דערצו, אז ער האט געזאגט: קוק באשעפער אויף דיינע קינדערלעך, אז אפילו ביים שמירן די רעדער דאווענען זיי... מיינען מענטשן אז דאס, און נאר דאס, האט דאן פאסירט. אבער דער אמת איז, אז ווען ער האט געזען דעם בעל עגלה מזלזל זיין אינעם דאווענען, האט ער אנגעשייגעצט דעם בעל עגלה כהוגן, אויסגע'מוסר'ט אויף דעם וואס ער טוט מלאכות בשעת'ן דאווענען, נאר נאכדעם האט ער זיך אויך אויסגעדרייט מיט א מליצה ישרה כלפי מעלה, לומר אז 'אפילו ביים שמירן די רעדער דאווענט ער'...

ונקודת הדברים בזה, אז איינער וואס איז נאר א סניגור ווען ער זעט שקאצעריי, איז קיין סניגור אויך נישט. דער איז א שוטה שאין דבריו מתקבלים. אבער איינער וואס קען זען דער מטבע פון צוויי זייטן, און קען זיין א מליץ יושר א רגע נאכן געבן יענעם א 'פסק' - דער איז א מושלם, און דאס מיינט א 'מליץ יושר'.


ה.
רשב"י איז טאקע געווען זייער א שארפע מענטש, וכנ"ל. ער איז געווען משכמו ולמעלה אפילו כלפי די גדולי הדור. ער איז געזעצן אין א מערה אין אבנארמאלע אומשטענדן, ארויסגעקומען א צובלוטיגטער פארוואונדעטער מענטש, און געלעבט אויף באקסער [פרובירט נאר פאר צוויי טעג...] די גאנצע דרייצן יאר. שוין אין מערה איז ער געווען פאררעכנט אלס דער גדול הדור, אזש מ'האט געדארפט צוקומען צו זיינע תשובות אין הלכה, כמבואר בגמ' שבת הנ"ל. און אוודאי ווען ער איז ארויס איז ער געווארן אנערקענט אלס הגאון - בה"א הידועה, און אזוי אויך - 'הקדוש'.

זיין הפלא'דיגן און סודות'פולן לעבן זעט מען אויך פון זיין רבי'ס התייחסות צו אים, ווי עס ווערט געברענגט אין גמ' ירושלמי סנהדרין פ"א ה"ב, אז ווען ר' עקיבא האט מסמיך געווען ר"מ און רשב"י, האט ער געזאגט: 'ישב ר"מ תחלה. נתכרכמו פניו של ר"ש, א"ל ר"ע דייך שאני ובוראך מכירין כוחך'. און אזוי האט רשב"י מעיד געווען אויף זיך אליין, ווי ס'שטייט אין גמ' גיטין דף ס"ז ע"א אז ער האט געזאגט: 'בניי שנו מדותי, שמדותי תרומות מתרומות מדותיו של ר״ע'.

אוודאי איז זיין בליק אויפן לעבן געווען אינגאנצן אנדערש ווי זיינע חברים, ווייל ער איז געווען אינגאנצן אנדערש ווי זיינע חברים. און כאטש פארן טובת הכלל האט מען געדארפט זיינע חברים, וואס זענען געווען עומדים על גבי הקרקע, אבער פון ר' שמעון האט מען געזען א ציל. א בחינה פון 'מתי יבוא לידי ואקיימנה', א שטילע האפענונג אז כ'זאל אויך קענען זיין פון די וואס לערנען טאג און נאכט וכדברי רשב"י אז אין אזא פאל - זכה מלאכתו נעשית ע"י אחרים. און דער טעם פארוואס 'הרבה עשו כרשב"י ולא עלתה בידן', איז ווייל ס'געווען - און ס'איז אייביג אזוי במציאות - ווייניג מענטשן וואס קענען זיך באמת מקריב זיין צו לערנען יומם ולילה ממש. אזויווי די הבנה פונעם מהרש"א דארטן אויפן פלאץ, ועיי"ש בדבריו המתוקים.

אבער דווקא פון דעם שטארט ארויס דאס ספעציעלקייט פון ר' שמעון, אז ער איז נישט געווען מנותק מן המציאות. און כאטש אין זיין פריוואטן לעבן איז ער געווען דער שפיץ שארפקייט און אזויגערופענער קיצוניות, דאך איז זיין הנהגה כלפי שמיא - אזויווי דער בארדיטשובער בשעתו - געווען א הויכפונקט פון גוטסקייט, ליבליכקייט, און חסד. און אזוי אויך איז זיין בליק אויף כלל ישראל געווען זייער פאזיטיוו, ווי מיר וועלן אראפברענגען כמה דוגמאות.


ו.
זיין פאזיטיווע בליק בכלל, זעט מען פון דעם גאר בארימטן מאמר זיינע [וואס הלואי אויף אונזערע רבנים געזאגט...], אין משניות אבות פ"ד מי"ב: 'ג' כתרים הן, כתר תורה כתר כהונה וכתר מלכות, וכתר שם טוב עולה על גביהן'. און אפילו לענין מלאכה אליין זאגט ר' שמעון 'גדולה מלאכה שמכבדת את בעליה', און כדי ממחיש צו זיין ווי שטארק ער האלט אזוי, דערציילט די גמ' אין מסכת נדרים דף מ"ט ע"ב 'ר' שמעון שקיל צנא על כתפיה, ואמר גדולה מלאכה שמכבדת את בעליה', והדברים נפלאים!

איבער כלל ישראל האט ער סיי דעם אפטעמיסטישן בליק, זיך דינגענדיג אויף 'רבותינו שביבנה' וואס האבן געזאגט אין מסכת שבת דף קל"ח ע"ב 'עתידה תורה שתשתשכח מישראל', וואס ער האט געזאגט 'חס ושלום שתשתכח תורה מישראל, שנאמר (דברים לא, כא): כי לא תשכח מפי זרעו [וכאן רמזו המרמזים על הסופי תיבות שהם אותיות 'יוחאי', והכונה שבזכות זרעו של יוחאי, רבי שמעון, לא תשתכח תורה מישראל], און סיי א כלליות'דיגן פאזיטיוון בליק, זאגנדיג אין מסכת מגילה דף כ"ט ע"א 'בא וראה כמה חביבין ישראל לפני הקב"ה, שכל מקום שגלו שכינה עמהם', און נאכמער דריקט ער זיך אויס אויף כלל ישראל, אין משניות שבת פי"ד מ"ד 'כל ישראל בני מלכים הן'.

און כמובן, קומט מען צו צום סוף, צום נקודה וואס מ'זעט אסאך מאל אין זוהר, אבער איינמאל אין ש"ס, ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אין גמ' סוכה דף מ"ה ע"ב 'יכול אני לפטור את כל העולם מן הדין מיום שנבראתי עד עתה, ואלולי אלעזר בני - מיום שנברא העולם ועד עכשיו'. וואס איז חלק פון זיין מסי"נ להגן על הכלל, ווי די מעשיות גייען פון די מלאך וואס האט געוואלט פארלענדן די וועלט ביז די רעגן בויגן וואס איז נישט געזען געווארן בחייו.


ז.
דאס איז א דוגמא פון א מליץ יושר אבער א שארפער קפדן, א סניגוריון של ישראל צוזאמען מיט קיצוניות לש"ש, א הימל מענטש אין זיין פריוואטן לעבן אבער א רועה נאמן לעדתו. און דערפאר קען רבי שמעון פארדייען סיי די בעלי מקובלים, שרפים עומדים ממעל לו, דער אריה"ק און רמ"ק, דער אוהחה"ק און דער רש"ש, דער בעשטה"ק און דער גר"א, צוזאמען מיט תמימות'דיגע - אפילו פארגרעבטע - אידן. ס'איז דער יכול אני לפטור את 'כל' העולם, ס'איז דער 'כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק' וואס מ'נוצט אלס מליצה ארויסצוברענגען דעם שייכות פון יעדן איד באשר הוא, מיטן שארפן קיצוניות'דיגן - רבי שמעון.

דער הייליגער באשעפער איז דאך (דברים ד, כד): 'אש אוכלה הוא', דאס מיינט אבער נישט אז א פשוטער איד קען נישט געפונען קיין קירבת אלקים. נאר דאס מיינט אז אפילו צום צדיק איז ער אויך אן אש אוכלה, והקב"ה מדקדק עם צדיקיו כחוט השערה ווי ס'שטייט אין גמ' יבמות דף קכ"א ע"ב. אזוי אויך רשב"י האט געקענט זיין א שארפער אפילו צו גדולים וטובים בדורו, אבער זיין אוניווערסאלן בליק איז געבליבן ריין, איידל, אין גלאנצנדיג. און דערפאר קען יעדער האבן דעם שייכות מיטן צדיק וואס איז מעיד 'חביבין ישראל' און 'כל ישראל בני מלכים הן', מיטן צדיק וואס זיין קול דערהערט זיך דור אחר דור: 'יכול אני לפטור את כל העולם מן הדין'.

און מיט דעם דערהערט זיך אויף א נייעם אופן, דער טיפקייט פון די ווערטער פונעם בית אהרן פון קארלין: "כשם שהקב"ה לכל, כך רשב"י לכל, אפילו לפחות שבפחותים". דאס איז נישט סתם א מימרא, דאס איז תמצית חייו פונעם הייליגן תנא האלקי, רבי שמעון בר יוחאי, אש אוכלה הוא, אבער יעדער קען זיך דערנענטערן צו אים און זיך מתחמם זיין לאורו.


[center]תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו, הוא 'ימליץ טוב' בעדינו, אדונינו - בר יוחאי.[/center]

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר