עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג יוני 06, 2016 10:32 pm

די זון שיקט אירע ערשטע שטראלן. דער געדרענג ווערט שטערקער און שטערקער מיט יעדער פארבייגייענדער מינוט. דער עולם רייסט זיך אריין צו גיין אין געריכט זאל, מיטצוהאלטן פון דער נאנט דעם שפאנענדן ספעקטאקל. און פלוצלינג, דער רבי אליינס איז דא! דער רבי אין באגלייטונג פון א מאסע חסידים, ווענדט זיינע טריט צום געריכט אריינגאנג. עס ווערט א געדרענג, אבער די פאליציאנטן שטייען פעלזן פעסט. בלויז דער וואס פארמאגט אן איינטריט- קארטל, וואס די גאר טיכטיגע האבן זיך פארשאפט פאר גרויס געלט, זענען ערלויבט אריין צו גיין אינעם געריכט-זאל.

דער זייגער קלאפט נאנט פאר צען. דער געריכט גייט שוין אנהויבן די ערשטע סעסיע.

עס שפאנט אריין א פרוי אויסגעפיצט פון קאפ ביז פיס. זי איז איינגעהילט אין א טייערן מאנטל, געקליידעט אין עלעגאנטע קליידער, טייערע שטיקער צירונגען, מיט אמעריקאנער ברילן אויפן פנים, און א היטל אויפן קאפ. דער רייכער פרוי - א רעבעצין גאר - איז דא פאר עפעס דרינגענד. אזש זי קען זיך נישט צוריק קערן צום טאג טעגליכן לעבנסשטייגער, און איז דערפאר געקומען צו פארן דעם שווערן וועג מעבר לים, פונעם ווייטן אמעריקע.

דער טאג איז פעברואר 1927 ,28. דער לופט פון ראדימנא צו פשעמישל איז אויף א הויכע דרוק. היינט הייבט זיך אן א געריכט, וואס מאכט זיך גאר זעלטן - אויב בכלל. אין געריכט וועט אנטשידן ווערן די קלאגעס פונעם געערטן ראדימנער רבי'ן - וואס דינט אין צוגלייך אויך אלס שטאט'ס רב אין ראדימנא, אנטקעגן א פרוי פון אמעריקא, וואס שאנטאזשירט אים. פון דארט און ווייטער, וועט זיך ציען די געריכט קלאגעס אנטקעגן דעם גרויסן "וואונדער ראבינער", וואס האט אנגעבליך געפאטשקעט א בלאטע אינעם ווייטן אמעריקע.

דער געריכט אנטשפרעכט צו זיין העכסט אינטערעסאנט.

דאס שטעטל ראדימנא

דאס שטעטל ראדימנא, אין פוילן, איז פלאצירט אויפן מאפע אונטער די יארעסלאווער גיבערניע, ביי די סוב-קארפאטן פראווינץ. ס'געפונט זיך א שפאן אריבער פון די גרויסע שטעט פשעמישל און יארעסלאוו, און נאנט צום טייך סאן. דאס שטעטל ראדימנא איז שוין באוואוינט פאר צענדליגער צו הונדערטער יארן, און איז פאר יארן געווען א צענטער פאר סוחרים צו טון מסחר, האנדל וואנדל.

רעדים (ווי דער שטאט הייסט אין אידיש) איז אפט געווען פארמישט אין שלאכטן, און צוליב איר טעריטאריאלער סטאטוס זייענדיג אויפן גרעניץ מיט אוקריינא, איז זי אפט געווען א צענטער פונקט פאר קריג, געפונענדיג זיך נישט ווייט פונעם שטאט פשעמישל. ווען עס איז פארגעקומען ביטערע שלאכטן ביים ערשטן קריג איבער פשעמישל, איז איר שכן ראדימנו נישט פארשוינט געווארן.

אום מאי דעם 23'סטן אויפדערנאכט, האט אויסגעבראכן אין שטאט די באקאנטע "בעטל אוו ראדימנא". א קאמפ צווישן די רוסישע בריגאדע געפירט דורך גענעראל 'אלעקסי בראסילאוו', און דער דייטשער אכטער בריגאדע געפירט דורך גענעראל 'אוגוסט וואן מאקענסאן'. די רוסן האבן טאקע געזיגט אין פשעמישל, אבער דא אין ראדימנו זענען זיי געכאפט געווארן אין סורפרייז אטאקע. די עסטרייך-אונגארישע מיליטער האט העפטיג באמבאדירט די רוסן, וואס האבן באין ברירה געמאכט א ריקצוג, דערביי אפשניידענדיג דער קריטיש וויכטיגער בריק אריבער די טייך סאן.

Radymno 3.jpg
Radymno 3.jpg (16.03 KiB) געזען געווארן 4320 מאל
דער שטאט אין חרבנות


די שלאכטן איבער דעם קליינטשיג שטאט, איז געווען טעריטאריאליש א קריטישע. דער שלאכט אין ראדימנו האט אריינגענומען אין זיך אזויפיל ווי: זיבעציג אפיצירן, ניין טויזענט קעמפער, צוויי אין פופציג קאנאנען - צען דערפון שווערע ארטילעריע. ווי פארשטענדליך, האט אזא שלאכט מער ווייניגער צוגרינד געלייגט דאס שטעטל, און איר געלאזט אין א הויפן ברוכווארג.

דער שטעטעל פארמאגט היינט צוטאגס עטליכע טויזענט נפשות. 5,501 צו זיין מער פונקטליך. היינט וואוינען דארט כמעט נישט קיין אידן. אבער אין די יארן פון וואס מיר רעדן, איז דער שטאט געווען באוואוינט מיט א ריזיגער אידישער קהילה, אייגענטליך - 1,250 אין צאל, כמעט האלב פון די שטאט'ס פאפולאציע. די צווייט גרעסטע געמיינדע נאך די רוימישע-קריסטן זענען געווען די אידן.

רוב אידן זענען געווען פרומע אידן. הגם אסאך אידן זענען געווען ציוני'סטן, איז אבער די שטימונג אין שטאט אין מערסטנסטייל געווען א פרומע.

דער רב אין שטאט איז געווען הגה"צ רבי שמואל שפירא. רבי שמואל האט דינענדיג אלץ רב גלייכצייטיג געדינט אלץ רבי פאר פולע חסידים, ידידים, און ראדימנער לאנדסלייט. דער רב איז
געווען גאר רעספעקטירט אין שטאט, זייענדיג באקאנט אלץ אן ערליכער און גאט'ס פארכטיגער מאן.

Radymno 2.jpg
א ראדימנער אידל אין צענטער פונעם הויף פארנט פון שול


רבי שמואל שפירא איז א רעכטער בן אחר בן, און ממשיך, פונעם הייליגן בני יששכר פון דינוב זי"ע. צוגלייך איז זיין עלטער-עלטער-שווער געווען דער הייליגער קאזשניצער מגיד זי"ע.

רבי שמואל איז געווען א זון פון דער לאנצוטער רב רבי מנחם מענדיל פנחס זצ"ל, וואס נאך די פטירה פון זיין טאטן דער "יודעי בינה" מלאנצוט, האט ער געדינט אלץ לאנצוטער רב צוזאמען מיט זיין ברודער רבי שמחה (הקובעת
פרשה לעצמה). דער יודעי בינה זעלבסט, איז געווען א זון פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע.

אין יונגן עלטער פון 16 יאר, האט רבי שמואל חתונה געהאט מיט הרבנית רחל דער טאכטער פונעם גלאגוב'ער רב. צוערשט האט ער געוואוינט אויף קעסט ביי זיין שווער אין גלאגוב, וואו ער איז געווען א רב דארט אין שטאט. נאך עטליכע יאר האט ער זיך געצויגן קיין ראדימנו, ווי ער האט אנגעפירט מיט די רבנות פאר אריבער דרייסיג יאר אין דעם גרויסן קהילה אין שטאט.

ווי עס פאסט פאר אזא יחסן, האט ער טאקע געטון גאר לייטישע שידוכים מיט זיינע זיבן קינדער.
צווישן זיי: זיין איידעם רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, א זון פון רבי משה'לע שיניאווער. זיין איידעם דער גארליצער רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם (פון אמעריקא). זיין איידעם רבי מנחם מענדיל קלינגבערג, דער זאלאזשיצער רבי'ס א קינד.
זיין זון רבי יעקב יוסף, מיטן טאכטער פון ראדלובער רב אין טורנא. געוואוינט אין לאנדאן. און צוויי טעכטער אין די רייע: מינדל, און יהודית'ל שפירא.

דער ראדימנער רבי'ן איז נפטר געווארן י"ט שבט תרצ"ח. צוענדיגענדיג זיינע לעצטע יארן אין א ביטערע פארפאלגעניש.


וואס טראכט דעם רבי'נס טאכטער, ווען
זי עפנט א פאסט בריוול, און זעהט דערין סם
פילעכלעך וואס די טאטע ברויך געבן פארן מאמען?


וואספארא טונקעלע געשעפט מאכט דער
ראדימנער רב אין א געריכט הויז אין די בראנקס?


המשך יבוא אי"ה
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1368
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3633 מאל

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

הודעהדורך ירא שמים » מאנטאג יוני 06, 2016 10:34 pm

יעצט וועל איך דארפן ווארטן א חודש בוזן המשך?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 996 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג יוני 06, 2016 10:36 pm

זייער אינטרעסאנט געווען צו לייענען. כ'ווארט קוים מיט געדולד אויף די המשך. כ'האב פרובירט צו זוכן שפורן פון דער מעשה, רדימנו, רעדעם און וואס נישט. חוץ אפאר רעפרענצן צו דער שטאט אין קול לובלין האב איך נישט געקענט טרעפן. אפשר זאגסטו דער מקור?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך טאמבל סאס אום מאנטאג יוני 06, 2016 11:21 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"הֲלֹ֞א אֵ֣ת אֲשֶׁ֧ר יוֹרִֽישְׁךָ֛ כְּמ֥וֹשׁ אֱלֹקיךָ אוֹת֥וֹ תִירָ֑שׁ וְאֵת֩ כָּל־אֲשֶׁ֨ר הוֹרִ֜ישׁ השם אֱלֹקינוּ מִפָּנֵ֖ינוּ אוֹת֥וֹ נִירָֽשׁ" (הפטרה פרשת חקת)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2635 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג יוני 06, 2016 10:37 pm

Radymno1.jpg
א זעלטן קלארער בילד פונעם ראדימנער רבי'ן


Radymno Synagogue.jpg
דער שוהל אין ראדימנא
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1368
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3633 מאל

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

הודעהדורך יעלה ויבא » דינסטאג יוני 07, 2016 11:19 am

דער געוואגטער איז שוין איינמאל געוואגט.
ס'זעהט אויס אז ס׳קימט א מעסיוו ארטיקל.
I sure hope אז מען וואט נישט דארפען ווארטען לאנג אויף די המשך Keep them coming

lead, follow, or get out of the way
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 277 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 07, 2016 12:12 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט געווען צו לייענען. כ'ווארט קוים מיט געדולד אויף די המשך. כ'האב פרובירט צו זוכן שפורן פון דער מעשה, רדימנו, רעדעם און וואס נישט. חוץ אפאר רעפרענצן צו דער שטאט אין קול לובלין האב איך נישט געקענט טרעפן. אפשר זאגסטו דער מקור?

טאמבל סאס: נעה...ווען ער זאגט אויס איז ער דאך אויס קאפעליטש מאכער. וועט שוין קיינער נישט זיין אינטרעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן. מ'קען עס דאך אליינס אפ-ליינען...אזוי פייגער'ט דער עולם פאר נייגעריגקייט. וגם אני בתוכם. ב"ה אויפגעטון. נאר איין בקשה האביך. ער זאלל אונז נישט פיהרן קטנ'ען אזוי ווי דער "חקרן" מיט זיינע ריזשינ'ער מעשה'לעך. וואס א גרויסער טייל דערפון איז זיכער געווען פריש-געבאקענע, אבער געשמאקע סחורה. אבער האט אויפגעהערט פראדוצירן אינ דער מיט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13020 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג יוני 07, 2016 6:04 pm

זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, און כ'קוק ארויס אויף דעם המשך.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1622 מאל

הודעהדורך כ'ניאק » דינסטאג יוני 07, 2016 9:42 pm

זייער אינטערעסאנט, אבער האסט אונז אלע געלאזט הענגען מיט נייגער
כ'ניאק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 07, 2016 8:00 am

איך פארשטיי נישט. אויב איז זי זלאטע אזא משוגענע געווען און דאס איז געווען די צוועק פון איר קומען צו ראדימנו, פארוואס האט דער רב אריינגענומען איר צו זיך אהיים? און וואס האבן זיי געשמועסט אין האטעל פריוואט יענעם צופרי? פארוואס גיט זי זיך אהן ווי דער רעבעצינס קרובה ענדישער ווי דער רב'ס? איז זי באמת געווען? האט נישט דער רב'ס פרוי געקענט איר אייגענע משפחה? א מין קוריאזע מעשה.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
"הֲלֹ֞א אֵ֣ת אֲשֶׁ֧ר יוֹרִֽישְׁךָ֛ כְּמ֥וֹשׁ אֱלֹקיךָ אוֹת֥וֹ תִירָ֑שׁ וְאֵת֩ כָּל־אֲשֶׁ֨ר הוֹרִ֜ישׁ השם אֱלֹקינוּ מִפָּנֵ֖ינוּ אוֹת֥וֹ נִירָֽשׁ" (הפטרה פרשת חקת)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2635 מאל

"דער ראדימנער פראצעס" (וועקער #2)

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דינסטאג יולי 12, 2016 8:45 pm

דער גרויסער שול אין ראדימנא איז איבערגעפולט. דער עולם איינגעוויקלט אין ווייסן, גרייט זיך צום שופר בלאזן. ס'טוט זיך א מורמלעריי, איינער מיט א תחינה, א צווייטער מיט א ספר'ל איינגעבויגן, א דריטער מיט א תהילים'ל פארוויינט די אויגן. ווען פלוצלינג...

עס יאגט אריין צווישן די מענער א פארסאפעטע פרוי, מיט א קוויטש: "אידן ראטעוועט!!! איך וויל נישט שמאכטן אין טורמע". הינטער איר יאגט נאך א פאליציאנט און פירט איר שטורמיש ארויס פון שול.

דער סצענע האט געמאכט א מהפיכה אין שול. אין א זייט, צווישן די גרויסע טומל, האט זיך בליציג פארמירט א קופקע'לע, עטליכע פלינקע אידן האבן זיך שנעל אריענטירט, און געמאכט א שנעלע באראטונג. די עסקנים האבן פרובירט צו כאפן וואס עס האט דא אקארשט פאסירט, און וואס טוט מען ווייטער. בליץ שנעל זענען זיי געקומען צום החלטה: מען וועט ווארטן מיטן שופר בלאזן! און א דעלעגאציע לאזט זיך אין וועג צום דערנעבנדיגן שטאט פשעמישל, צום פרעזידענט פונעם קהילה ד"ר לייב לאנדוי אז ער זאל אינטעווענירן ביי זיינע פריינט צווישן די הויכע פענסטער, אז מען זאל באפרייען דעם אידישן פרוי אנקומענדיג צו ד"ר לייב לאנדוי אינדערהיים, האבן זיי פארצווייפלטערהייט פארגעלייגט די שרעקעדיגע פאסירונג וואס האט אנומעלט צושטערט די שופר בלאזן אין שול.

"געערטע ברודער" - ווענדט זיך צו זיי ד"ר לאנדוי אין קורצע דיבורים. "איר ווייסט אז איך בין אויסגעשפראכן סיי ווען, נישט צו לאזן ארעסטירן א אידישער פרוי אין טורמע, ווער רעדט נאך אין סאמען יו"ט ר"ה. אבער דא, איז זי ארעסטירט געווארן אויף מיין אינציאטיוו אליינס! זייטס מצליח".

***

דער שיף האט נארוואס געאנקערט ביים פארט. זלאטע רובין שטייגט אראפ אויפן באדן, און פארט תיכף צו צום שטעטל ראדימנו. אנקומענדיג אין די שפעטע נאכט שעות, איז זי תיכף פארפארן צו אייזענבערג'ס האטעל וואס געפונט זיך צופיסנס פונעם באן שטאנציאן. די פרוי האט זיך אנגעגעבן אלץ א רעבעצין פון יאסי, רומעניע.

radymno train station street clear.jpg

דעם באן סטאנציע אין ראדימנו


נאך א קורצע איינקוואטירונג, בעט זלאטע פונעם האטעל אייגענטומער מר. אייזענבערג, אריבערצורופן דעם רב פון שטאט צו זיך אין האטעל צימער. מר. אייזענבערג האט קלארגעשטעלט פאר פרוי רובין, אז ס'איז נישט שייך צו גיין אין די קליינע נאכט שעות וועקן א מענטש. ווי נאר ס'וועט ווערן לעכטיג וועל איך אים גיין רופן דא אהער. זלאטע האט אן אומגעדולדיגער מסכים געווען דערצו.

בעפאר אכט אזייגער אינדערפרי, איז דער רב - רבי שמואל שאפירא אריבערגעגאנגען צום האטעל. נאך א קורצע שמועס מיט פרוי רובין, איז דער רב אוועק צו זיך אהיים מיט א טיפן קנייטש אויפן שטערן.

radymno train station street.jpg

דעם גאס פון אייזענבערג'ס האטעל


ס'איז נישט לאנג פארביי, און פרוי רובין קלאפט אן ביים רב אין שטוב. זלאטע האט זיך אנגעגעבן אלץ א קרובה צום רב'ס משפחה(-נעמליך, דער ראדימנער רב'ס שווער האט געהייסן רובין. מיין מיינונג.) זי איז תיכף געלאדענט געווארן זיך היימיש צו מאכן. מען האט איר אויפגענומען מיט אפענע ארעמס, און איר איינקוואטירט אין א באזונדערע שלאף צימער ביים רב אינדערהיים.

דער ראדימנער רעביצין רחל שפירא, האט איר פארבעטן אויף מיטאג. זיי האבן געגעסן געשמאק און פארברענגט איינגענעם, שמועסנדיג פון אלעמען און אלץ. די טעכטער זענען ארויס פארברענגען אין גארטן וואס איז געווען אין די בעק פונעם הויז, און די צוויי פרויען זענען געבליבן אינעווייניג פארליבט אין א שמועס.

- "איר ווייסט?" - רופט מיסיס רובין זיך אן צום רב'ס פרוי. "איך האב געבוירן א קינד פון דיין מאן".

- "ו-ו-ו-א-א-א-ס-ס-ס... וואס רעדט איר נארישקייטן?..." - האט רעביצין שפירא געפרעגט א צוטרייסלטער.

רעביצין שפירא זיצט שאקירט ביז גאר און אטעמט שווערליך, ביז זי שרייט א צושוידערטער: "וואס הייסט, ווי איז דאס מעגליך? ער קען שוין יארן נישט האבן קיין קינדער... שוין גאנצע אכט יאר, וואס ער איז שלאַף! מיר האבן קיין נאנטע שייכות שוין אזויפיל יאר. וואס פלאפלסטו נארישקייטן?".

- "יא יא, איך האב מיך שוין מיינע וועגן, און ער האט מיט מיר געהאט א לעכטיג קינד" - זאגט פרוי רובין געלאסן.

רעביצין שפירא איז שוין אין אירע מיטעלע זעכציגער יארן. דרייט זיך אלץ מיט א לוסטיג פנים, מיט א שטעמפל פון פארצייטיש רבי'שע יחוס, פרישע קינדערישע אויגן, פול מיט תמימות. טראגט א ווייסע זיידן געבלימטע טוך וואס פארשלייפט זיך אונטערן האלז, און אויף די נאטורלעך רויטע ליפן, איז אלץ א לייכטקייט איבערגעצויגן.

- "אבער איר זאגט נישט קיין אמת, קוזין מיינע! מיין מאן איז נישט בכח פאר אזאנע זאכן, איך בין גרייט דאס צו שווערן ביי א ספר תורה אין שול! קום נאר אין שול אריין".

די מיטאג האט זיך געענדיגט מיט א זויערקייט, און זלאטע איז זיך צוריק אריין אין איר צימער.

זלאטע רובין האט זיך אויפגעהאלטן ביים רבי'ן אין שטוב פאר די קומענדיגע 15 טעג. במשך די צייט האט זי מיטגעהאלטן אלעס ביים רבי'ן, די זמירות, שלום עליכם, די סעודות שבת, די טישן, אא"וו. זי איז דעם גאנצער צייט געווארן סערווירט ווי עס פאסט פאר א קרובה פון דערווייטנס. מען האט איר אפילו גערופן "רעביצין" אויף איר מאדנער קאפריז.

במשך די פופצן טעג, האט זי זיך מערערע מאל איינגעהאנקערט מיטן רב אין א טענה'ריי, פארלאנגענדיג א גט פונעם רב. זלאטע האט געסטראשעט אומ'צוויידייטיג: איך דארף א גט פון דיר כדת של תורה, אז נישט פארצייל איך פארן גאנצן שטאט וואס די האסט געטון..." דער רב האט פרובירט ס'זאל זיין אויף א שטילן טאן, די טעכטער זיינע זאלן נאר נישט געוואויר ווערן וואס דא קאכט זיך אפ.

ס'האט אבער נישט לאנג געדויערט, און די טעכטער פונעם רב האבן דערשמעקט ווער ס'איז זייער אנגעגעבענער קרוב זלאטע רובין.

ראצעלע און איידי, די טעכטער פונעם רב, האבן זיך דערמאנט פון די מאדנע בריוון וואס זיי האבן געליינט אין די פאסט. ווארשיינליך איז זי דער יעניגער וואנזיניגער, וואס האט געדראעט מיט דאס ארגסטע. איר יחוס אהער שטאמט שוין גארנישט אלץ קרוב.

מיט עטליכע וואכן פריער, האבן די רב'ס טעכטער געעפענט די פאסט בריוון, און זיך אנגעשטויסן אין א מאדנע בריוו. דער שיקער שרייבט צו זייער טאטן: "טו איר אריין די פיגולקעס (-פילן) אין טיי אדער קאווע, וועט זי שוין שלאפן".

עטליכע טעג שפעטער שרייבט זי ווידער: "די פילן זענען פאר איר, נישט פאר דיר. איר קענט איר שוין שטעלן א מציבה", אונטערגעשריבן: "זלאטע רובין".

די טעכטער דערשראקענע און צומישטע, האבן שנעל צוריק פארקלעבט די בריוון, דער טאטע זאל נאר נישט זען אז נאך איינער האט געליינט די בריוון.

אין איינע פון די טעג, ווען זלאטע האט זיך גע'פלפל'ט מיטן רב איבער באקומען א גט, האט זי זיך גע'טענה'ט אן אויפהער: "איך וויל א גט! איך וויל א גט!".

דער רב טענה'ט: "איך קום דיר גארנישט".

- "אבער דו האסט מיט מיר חתונה געהאט" אייסערט זי זיך ווייטער.

- "יא יא, דו האסט מיר געצווינגען מיט א רעוואלווער אויף מיין קאפ, א ברירה האביך דען געהאט?".

די טענער זענען געווען אזוי הויך אז דער רב'ס טאכטער מינדי האט מיטגעהאלטן די גאנצער וויכוח צווישן איר טאטע אין זלאטע. דער רב צוזעענדיג דאס, האט געמיינט אז ער שטרעקט זיך אויס אין חלשות, די בושה איזגעווען אין לשער.

***

ווער איז דער מאדנער פארשוין'טע "זלאטע רובין"?

סאלאטע (ווי זי פלעגט זיך אפט אידענטיפיצירן) רובין, איז געבוירן צו חסיד'ישע עלטערן אין שטאט ניי-סאנז. איר טאטע איז געווען א גבאי ביי איינע פון די רוזשינע אייניקלעך אין הויף. זלאטע אליינס איז אבער געווארן אויפגעצויגן גאר פרימיטיוו. זי האט נישט געקענט שרייבן גארנישט, ניטאמאל פליסיג ליינען, און אין קורצן: אן אנפאלבעט'קע. מיט אזא געלונגענקייט האט זי טאקע זוכה געווען צו ווערן א כלה צו איר אויסגעוועלטן מאן, שמואל קראפף - דער וואסער טרעגער פון ניי-סאנז.

נישט פארביי קיין ירח ימים און דער פופצן יעריגער זלאטע'לע איז שוין געווען 'חוזרת לבית אביה' מיט א צוועלווער אין האנט...

נאכן זיין זיבן יאר א גרושה, האט זי פריש חתונה געהאט צו שאול אדלער. שאול איז געווען א רייכער יונגאטש, ווי זלאטע פלעגט אלץ דערציילן איבער זיינע אכט קארעטעס איינגעשפאנט צו זעכצן ריטערישע פערד!

Radymno Rebbetzin.jpg
Radymno Rebbetzin.jpg (25.6 KiB) געזען געווארן 3871 מאל

די 'רעבעצין' זלאטא


זלאטע פון ניי-סאנז און שאול פון סיטשאווע (בוקאווינא), האבן נאך א שטיק צייט באשלאסן צו פארווירקליכן די טרוים פון מיליאנען אייראפעאישע אידן. נעמליך, צו עמיגרירן קיין אמעריקע. דער ארט וואו פון די מיסט טרעקלעך טראפט ארויס גאלד אנשטאט מיסט, און גליק קויפט מען פאר פעני'ס.

זיי האבן עמיגרירט קיין אמעריקא, דא אין אמעריקא האבן זיי געלעבט עטליכע יאר צוזאמען, אבער עלנד אנע קינדער. זלאטע האט אים אפגע'גט, טענה'נדיג אז ער קען נישט האבן קיין קינדער, און אין אזא לעבן איז נישט ווערד אויפצושטיין.

זלאטע מיט פיר טויזענט דאלער אין האנט, האלב פון איר געוועזענער מאנ'ס פארמעגן, איז אריין אין וועג צו זוכן א דריטן מאן... זי האט זיך אנגעשטויסן אין א אידל בצלאל שמאיע. זלאטע אין איר מאן האבן שיין מצליח געווען אין ביזנעס, וואו זיי האבן אנגעפירט אן אנצוג געשעפט. עד כדי כך, אז זיי האבן פארמאגט עטליכע הייזער אין באסטאן-מאס', וואו זיי האבן דאן געוואוינט. נאך עטליכע יאר, האט זיך דאס רעדל א קליינער דריי געטון, און זיי האבן פארקויפט דאס געשעפט. אין יארע 1923 האט משפחת רובין )(בצלאל שמאיע האט זיך געטוישט זיין נאמען צו רובין) מיט זייערע דריי קינדער - וואס בצלאל האט מיטגעברענגט צום חתונה - זיך אריבער געצויגן קיין ניו יארק.

דא איז איר מאן געשטארבן נאך זיך מוטשענען מיט א קראנקהייט רח"ל. פרייטאג אויפדערנאכט ליגענדיג אין בעט האט ער אויסגעהויכט די נשמה, במעמד זיין פרוי זלאטע, און דער ראדימנער רב וואס האט זיך דאן געפונען אינעם דירה.

פון איר מאן'ס פטירה און ווייטער, האט זיך ארויסגעצייגט גאר שטארק א קראנקהייט פון וואס זלאטע האט געליטן. זי האט פארמאגט א אדנער "פעטיש", נעמליך, צו זיין א "רעביצין". זי פלעגט זיך דרייען ביי רבנים, רבי'ס, בנש"ק'לעך- "גוטע אידן" ווי מ'האט זיי גערופן - אונטער דיפיס.

וואו זי האט נאר געקענט, האט זי פרובירט אנצוקניפן באציאונגען אין רבי'שע הויפן, און מדור 'חדשות אני מגיד' תמוז תשע"ו 25 זי איז געווען גרייט צו צאלן גרויס געלט וואו ס'פעלט אויס, אולי וועט איר געלונגען חתונה צו האבן גאר מיט א רבי אליינס.

איין ביישפיל:
טאקע יעצט וויילנדיג ביים ראדימנער רב אינדערהיים, האט זי געצווינגען דעם רעביצין רחל שפירא, צו שרייבן א בריוו צום רעביצינ'ס
ברודער אלעזר (-הלוא הוא דער סאסובער רבי ר' אלעזר רובין, חדב"ן הרה"ק רבי שלמה מ'סאסוב זי"ע,) באפעלנדיג צו שרייבן אקוראט אזויווי זי דיקטירט, כדלהלן:

- "ליבער ברודער! מיין מאן איז געפערליך קראנק, מען האט צו אים ארויסגערופן א פראפעסאר פון קראקא, ער דארף האבן גרויס רחמים. בעט פאר אים, ער זאל בלייבן א טאטע צו זיינע קינדער. זלאטע רובין וויל מיט דיר חתונה האבן, זי וועט דיר געבן 10,000 דאלאר נדן, און וועסט קענען טון מיטן געלט וואס נאר דו וועסט וועלן".

sosov.JPG


sosov visit.JPG

די מעלדונגען איבער סאסובער רבינ'ס באזיך אין ניו יארק

***

זלאטע זיצט שוין איבער א וואך ביים רב אין דירה. די מצב איז גיהינום. יא! וויפיל מען פרובירט זיך נאר צו האלטן אין א רואיגע אטמאספער אין זלאטע'ס געגנווארט, מאכט זיך נאך און נאך קאמפליקאציעס מיט איר. "איך האב פונקט אזויפיל רעכט צום רב ווי דיר" - שרייט זלאטע איין פארנאכטס צו רעביצין שפירא וואס פארבייסט שטייף אירע ליפן. אזא מין אנשיקעניש האט זיך אריינגעפארקט ביי זיי אין שטוב, אן א פלאן ארויס צו גיין פון דארט.

ביים רב אין הויף איז מען זיך צוזאם געקומען אויף א געהיימע מיטינג. א געקליבענע צאל משפחה מיטגלידער האבן אנטיילגענומען, זען צו טרעפן א לעזונג וויאזוי זיך אפצושאקלן פון דעם אנשיקעניש "זלאטע רובין". אט איז איינער אויפגעקומען מיט א געניאלן געדאנק, איר צו לאזן לופטערן פון ראדימנער רב'ס דירה.

וואס פאסירט ווייטער?

ליינט ווייטער אינעם המשך ווען [אויב] ס'וועט נאכפאלגן.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1368
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3633 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג יולי 12, 2016 9:32 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
ליינט ווייטער אינעם המשך ווען [אויב] ס'וועט נאכפאלגן.


העי, וואס דארף די 'אויב' צו מיינען?!
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4840 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 13, 2016 12:26 am

געוואלדיג האט געשריבן:
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
ליינט ווייטער אינעם המשך ווען [אויב] ס'וועט נאכפאלגן.


העי, וואס דארף די 'אויב' צו מיינען?!

געוואלדיג: מפני מעשה שהיה (אדער גאר לא היה ולא נברא). ס'דא א חשוב'ער ניק (וואס דער עולם דינגט זיך נאך איבער דעם ערשטן אות פון זיין נאמען). ער האט אנגעהויבן צו פארציילן זייער א זיסע מעשה באזירט אויף א אמת'ע היסטארישע געשעעניש וועלכע איז זיך פארלאפן אין איינע פון די גרעסטע און בארימטסטע רבי'שע הויפן. נאר אינמיטן האט מען אנגעהויבן חושש צו זיין אז דאס איז פריש געבאקענע סחורה. אבער דער בעל מספר האט ווייטער געבאקן און געצויגן די פעדימער לויט זיין רייכע פאנטאזיע. ווען ער איז אנגעקומען צו א קול-דע-סאק. א בלינד געסל פון ווי ס'נישט דא קיין מוצא האט ער פשוט אויפגעהערט צו שרייבן. דערווייל איז אבער די עולם שוין געווען שטארק אנגעצויגן. (כמעט) א יעדער האט שוין זייער שטארק געוואלט הערן די שפעטער'דיגע אנטוויקלונגען. מ'האט זיך ממש געבעטן צו איהם ער זאלל ממשיך זיין די מעשה. ר'האט אבער נישט געקענט. האט ער פשוט אויפגעהערט צו שרייבן. משא"כ דער מספר פון די זייער אינטרעסאנטע געשיכט איז אן אמת'ער חוקר. אבער דאך וויל ער זיך באווארענען. ווייל מ'קען דאך נישט וויסן...נאר ער, דער בעל מספר (און אונז. די עולם-גולם) האפן אז ער וועט אי"ה ממשיך זיין די מעשה ביז'ן סוף...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13020 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

הודעהדורך מפוזרי » מיטוואך יולי 13, 2016 9:29 am

געוואגטער, א גרויסער ייש״כ.
כ'האב עס געליינט מיט דורשט, און נאכן ענדיגן בין געבליבן דורשטיגער.

לענ״ד באלאנגט יעדער פּרק אין א באזונדער אשכול.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 751 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג יולי 15, 2016 11:07 am

זייער א שפאנענדע מעשה, רייך געשריבן. איז דאס פיקציע אדער אן אמת'ע מעשה?

אגב וואס איז פשט אין דער פאראגראף? פשוט א ט"ס?

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:וואו זי האט נאר געקענט, האט זי פרובירט אנצוקניפן באציאונגען אין רבי'שע הויפן, און מדור 'חדשות אני מגיד' תמוז תשע"ו 25 זי איז געווען גרייט צו צאלן גרויס געלט וואו ס'פעלט אויס, אולי וועט איר געלונגען חתונה צו האבן גאר מיט א רבי אליינס.



.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2705
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6100 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » פרייטאג יולי 15, 2016 12:25 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. א. אויב איז זי זלאטע אזא משוגענע געווען און דאס איז געווען די צוועק פון איר קומען צו ראדימנו, פארוואס האט דער רב אריינגענומען איר צו זיך אהיים? ב. און וואס האבן זיי געשמועסט אין האטעל פריוואט יענעם צופרי? ג. פארוואס גיט זי זיך אהן ווי דער רעבעצינס קרובה ענדישער ווי דער רב'ס? ד. איז זי באמת געווען? ה. האט נישט דער רב'ס פרוי געקענט איר אייגענע משפחה? ו. א מין קוריאזע מעשה.


א. זי האט געסטראשעט אז זי גייט פארציילן אין ביהמ"ד פונקטליך וואס ער האט געטון מיט איר.
ב. זי האט דארט פארלאנגט א כשר'ע גט כדת וכדין.
ג. כ בין נישט זיכער צו דווקא פון איר זייט. כ'מיין זי האט זיך מער אנגעגעבן אלץ קרובה צו די 'משפחה'. גראדע ביידע די רב און זיין פרוי האבן פארמאגט קרובים מיט די נאמען רובין.
ד. כ'ווייס נישט.
ה. זאג די קענסט דיין עלטער פעטער'ס שניר'ס איידעם? -איך נישט. פארגעס נישט, מען רעדט דא פארן קריג, ווען אפי' ביי חתונות איז ביי א סך חתונות נישט געווען מער ווי 10 ביז 20 מענטשן, און זיכער נישט די קרובים פון ווייטערע שטעט. ממילא די מציאות איז געווען אז מ'האט געוואוסט פון קרובים צו זאגן פי כמה ווייניגער.
ו. און נאך ווי...

____
@געוואלדיג די 'אויב' איז אן אריכות הדברים. אויף איין פרט האב איך זיך גע'אימיילט א לאנגע צייט מיט שש'ן (אגב, דער רוקן ביין פון אלץ) ווי מיר זענען געקומען צו אן עמק השוה אבער ס'איז מער דערפון ואכמ"ל (אוטש. בשכל"ע ודו"ק וק"ל פסת"ם פספסי"ם וטשעטרע)

____
שכח בערל פאר די קאמפלימענט.
____
@מפוזרי א דאנק. אויב איינע פון די אחראים האלט אז ס'זאל גיין אלץ א באזונדערע אשכול -זאל ער עס אריבער רוקן.

____
@הוגה, ס'איז אן אמת'ער מעשה! מיט שווערע כוחות דאס צו דעשיפרירן לעלות על שולחן מלכים.
די אריינגעפאלענע ווערטער זענען א טהור ספרדי.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1368
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3633 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דינסטאג יולי 19, 2016 1:05 pm

יוי יוי יוי, איך האב נישט קיין ווערטער,

שוין אפאר וואכן וואס איך זעה דא אין קאווע שטיבל וועגן עפעס א וועקער. יא יא, וועקער, שוין גענוג געהאט פונעם וועקער אין ישיבה, איך גיי מיך נישט ביי די יארן נעמען א נייעם וועקער אויפן קאפ. אבער יעצט זעה עס איז שוין דא א צווייטער וועקער, נו, דאס זעהט שוין עפעס עפעס אינטערעסאנט, יעדן חודש א נייעם וועקער, אקעי, עמער געבן א קוק.

איך לאדן מיר אראפ ביידע וועקערס און מען נעמט זיך קוקן.

איך ווער נתפעל, פיינע נייעס, ארטיקלען איינס נאך איינס, איינס בעסער פונעם צווייטען, מען בליקט אזוי דא אהער און דא אהין, און פון אלע ארטיקלען האט מיך עפעס דאס מערסטע געצויגן דער ראדימנער פראצעס. פרעג מיך נישט פונקטליך פארוואס, עפעס האט דער שרייבער מצליח געווען מיך צו פאנגען נאר פון מיין בליקן אויף דעם ארטיקל.

איך לייען עס אפ, און איך זאג אייך זוי פיל, איך האב טויזענט מאל חרטה אז איך האב עס געליינט. ניין... פארשטייט מיך גוט, נישט אז איך האב חרטה אז איך האב עס געליינט. איך האב אבער חרטה אז איך האב עס געליינט יעצט און נישט געווארט ביז ער ענדיגט דעם פארזעצונג. ווייל ווען איך האב געענדיגט ווי ער האלט האב איך געשפירט ווי מיין מוח פליעט מיר ארויס פון מיין קאפ.

איך האב פלעין נישט קיין ווערטער, איך ווייס נישט וואס, אבער עפעס אזאן מעשה האב איך נאך נישט געליינט, און עס שפילט מיר מיט די נערוון אז איך פלאץ פון נייגעריגקייט.

איך ווייס נישט צו עס איז דער מעשה אליינס צו וויאזוי דער שרייבער לייגט עס אראפ, עס איז לכאורה ביידע, דער געוואגטער איז שוין גארנישט אזא אינגל, ער איז א געוואגטער שרייבער, און א געוואגטער פארשער, ווייל ווי איינער האט שוין אנגעמערקט האב איך אויך געזוכט אינעם גוגל הדור און נישט געפונען, און דאס אז ער האט מצליח געווען אויפצוגראבן אזא מעשה איז שוין אליינס א געוואגטע אקציע, און דער וועג וויאזוי ער שרייבט עס.

בקיצור, ער האט מיך גוט צוגעפיקסט, און איך פייגער יעצט צו וויסן דעם סוף.

העי, געוואגטער, הער מיך גוט אויס, "אויב" גייסטו ענדיגן דעם ארטיקל, הרי טוב, און "אויב" חלילה נישט...
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1465
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1105 מאל

הודעהדורך בן נריהו » דינסטאג יולי 19, 2016 1:51 pm

ביידע, די בילדער, שיינען דאס פון איין בילד זיי זענען. קוק - אליינס - דא. צו דען קען מען - מיט רעכט - אויספירן דאס זיי זיינען - אין די ענדע - פארהייראט געוויזן?
בן נריהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דינסטאג יולי 19, 2016 7:07 pm

הדד, אזא אויפרייס wow! אזא קאמפלימענט באקום איך איינס אין א שמיטה. דאס איז כ'קאווע חמה על גוף קרה ,ווי א געזאלצענע מאטיאש מוצאי תוניס.

____
@בן נריהו פילייכט ווערטער איר זאגט. דיזען בילד -יענער אהין- פון זיי צוויי איז. אוקעי, מיין קאפ ספינט איך זעה שוין שטערנ'ס. גענוג גראד גערעדט.

דער אמת איז, דער בילד פארנעמט א פראמינעט ארט אינעם סענזאציאנאלער פראצעס. נעמליך, זלאטע האט אט דעם בילד געצייגט פאר די גאנצער גאס און אין געריכט, קוקט'ס: דא איז פאר אייך א בילד ווי דער רב האט זיך מיט מיר - נישט טראכטענדיג פון די קאנסעקווענצן - פאטאגראפירט אזוי ליבליך.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1368
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1908 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3633 מאל

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

הודעהדורך מפוזרי » דינסטאג יולי 19, 2016 7:29 pm

הדד,
דא האט איינער מרמז געווען דערוועגן: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 84#p542784

ס'דרייען זיך בינינו אייניקלעך פון דעם ר' שמואל רעדימער.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 751 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 19, 2016 8:13 pm

דער געוואגטער יונגל: ס'איז נאך ווארשיינליך אין יענע צייטן נישט געווען אזא קאנצעפט ווי פאטא-שאפ. ווייל אויב יא וואלט זלאטע נישט געדארפט אנקומען צו אירע טריקערייען און אינטריגעס...ניין. כ'וויס נישט דעם המשך פון די מעשה. און כ'ווארט שוין בכליון עיניים. נאר איך האב גאנץ א גוטע אימעדזשינעישן...אזוי זאגט דער עולם... :lol:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג יולי 21, 2016 3:53 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13020 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 21, 2016 2:53 am

מפוזרי האט געשריבן:הדד,
דא האט איינער מרמז געווען דערוועגן: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 84#p542784

ס'דרייען זיך בינינו אייניקלעך פון דעם ר' שמואל רעדימער.


מפוזרי דו ביסט גוט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1465
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1105 מאל

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג יולי 21, 2016 8:35 am

חזו מאן גברא רבא קאמסהיד עליה
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 751 מאל

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

הודעהדורך גראף » דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:09 pm

@דער געוואגטער יונגעל איך געדענק נישט די לעצטע מאל איך זאל אזוי שטארק ארויס קוקען און ווארטען פאר א פארזעצונג. דער מעשה איז סיי אידישע היסטוריה און סיי עפעס וואס קיינער דערציילט נישט ממילא מוז איך וויסן דער מעשה. פלאס דיין שרייבן מאכט עס זייער ציענדיג . איך שטעל מיך פאר אז דעס איז אמאל געווען רעיטיד סחורה... ביטע זעצט פאר די געשיכטע. תודה רבה.
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 649
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 352 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:27 am

געמיינט האביך אז אינעם וועקער די חודש וועט זיין א המשך צו די מעשה
אינטערסאנטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

הודעהדורך א איד » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:11 pm

עס איז נישטא?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1314
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 775 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט