דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 16, 2016 12:56 am

כ׳בין שפעט ווי אייביג, די זייגער קלאפט אין כ׳האב א עפוינטמענט ביי א ציין דוקטור לעבן מעמאנעדיס האספעטיל, כ׳זוך די שווערסטע זאך שייך. נו? טרעפ צי???? יאפ א פארקינג.
שוין געמאכט מער הקפות ווי שמחת תורה אלע יארן זייט כ׳בין געבוירען, אין פלוצלינג איי נעילד איט,
יאפ א ספאט, כקוק ארום אין ס׳פיינע נייעס, כ׳פיהל ווי כ׳האב געמאכט די פאוער באל, פלאצן זאלן אלע שונאים,
סך הכול 8 בלאקס אוועק פון די דוקטור.
מיט א שמייכעל פון אויער צו אויער, א פילינג פון סקרוי יו, כ׳לייג ס׳אלטע טראומטי אין ריווערס אין כ׳געב א דריי אריין אונעם ספאט, נישט פאהר כ׳שאקל אויפ ביידע קארס אז זייערע עיר פרעשנער ביים פענצטער טאנצן קעדאטשקע כדבעיה אין מ׳איז גרייט צו לעשן די מוטור.

דא קומט צו גיין א קליין מיידעל, קלאפט אויפן פענצטער.

סארי ס׳איז מיין טאטעס דרייוו וועי.
וואס דרייוו וועי?
נ׳וודאי!!
ס׳הייסט ווי זעהסטו א דרייוועי?
כ׳קום ארויס פון קאר כ׳זעה ווי דער שמויגער האט געשפריצט אביסעל געל פעינט אויפן ערד געהאנגען א סיין מיט קידוש לבנה אויתיות ״נאו פארקינג״׳ אין צו זיין מזל איז די הויז זיינע אריין געריקט אמשהו, אזוי אז פאר א פאפענע זעהט עס אויס ווי א שטיקעל דרייוו וועי, אין ויקרא שמו ישראל דרייוו וועי, דא איז זיין פארקינג. ער דארף נישט מאכן הקפות, ער קומט אהיים פון ארבייט אין ער איז מסודר, זיין בלוט איז מער רויט ווי מיינס.
אה נאו, אבער נישט מיט שטילע,

כ׳זאג דאס מיידעל. ״זיי מוחל, שפיל ווייטער סקיפינג רופ אין האק נישט א ספאדיק״.
אבער דער מחוצף׳ל לאסט נישט נאך ״my father will call the police and make sure to give u a summons"
מיר געפעלט די ברייט קייט פון דער 8 יעריגע ראצע, אבער היות נחום לאסט נשיט קניפן אין בעקל שפאציער איך אוועק אין כ׳פארגעס פון געשעפט.

כ׳קום צום ציין דוקטור, טיילט מיר אויס איסורים, דרילט האקט שמאסט אין געבט מיר א בילל אז כזאל חרטה האבן פארן נישט האבן פאלטשע ציינער, אבער פארשטייט זיך נאך זיצן אויפן בענקל פאר צען מינוט אין באקומען א בילל וואס איז העכער פון מיין רענט האט עפעס מיין מצב רוח נישט אזוי געקלאפט.
מיט בייזע טריט שפאציער איך צום קאר אין דא הייבט זיך אן די פאן.

כ׳זעה א פענסי סעבערבען מיט פלעשינג לייטס דאבעל פארקט לעבן מיין פארשטינקענע קרייסלער.

ראסער: אנטשלודיגט, אינגערמאן. די ווייסט דאס איז מיין פאריקנג ספאט?
שטילע: ניין כ׳ווייס נישט
ראסער: זעהסט נישט א צעטיל נאו פארקינג?
שטילע: כזעה יא, ביסט א פשוטע גנב, די מאכסט מענטשן מיינען אז דאס איז א דרייוו וועי, ביסט נישט בעה״ב דא מער ווי מיר.
ראסער: הער אן, דאס איז מיין ספאט אין כ׳האב גערופן די פאלציי זיי האבן די געגעבן א טיקעט פאר בלאקען א דרייוו וועי,
דא איז מיין בלוט ארויפ אין קאפ מיט א פערעשוט.
שטילע: זאג נאר די שטיקעל שיט, שפירסט זיך בגדולט מיטן גרויסע שווארצע יוקאן? די מיינסט פאר א רגע כ׳שרעק זיך פאר דיר? די מטומטם איינער, די אנגעריסענע חזיר, מיינסט דיינע סטראפס אויפן קאר אין 12 אינטענעס אויפן דאך גיין מיר אפשרעקען?
די פוד סטעמפס דיסעיבעלד טיפוש. ביסט שולדיג פאר עמערעקען עקספרעס מער געלט ווי איך האב געמאכט זייט מיין חתונה.
האסט אריין געביסען אין די נישט ריכטיגע אינגערמאן כ׳בין שטילע פון קאווע שטיבעל.
הער אן פיפל, (כ׳בין אביסעל מקצר דא מיט מיינע אויס דריקען צו עיהם) כגיי יעצט טשעקן אויפן וועב זייטל טאמער דאס איז א ליגעל דרייוו וועי,
טאמער איז עס נישט א ליגעל דרייוו וועי גייסטו לעקן ביטערע חרוסת, דא איז נישט קיין חדר, די ביסט נישט די מנהל אין איך די כתה ה׳ יונגעל, קענסט אהער רופן יענקי דאסקאל מיט דוד גרינפעלד, כהאב זיי טיף טייער.

כ׳גיי אריין אין קאר מיט א חרון אף. כהאק צו די טיר, אין כזעה טאקע אויפן פענצטער א רויטע ענוועלאופ, נישט מער נישט ווייניגער דער חצוף האט גערופן די פאלציי.
כ׳נעם ארויס די צווייטע סעלל וואס די חדר ווייסט נישט, גוגל האקט אויפן 4G, אין כ׳גיי באזוכען די סיטי וועב זייטל. כ׳לייג אריין די אדרעס, אין דא קומט דער רייסער צום פענצטער שוין מיט א אנדערע attitude אינגאנצען.

מפגר: עעםםם. יא, כהאב די געוואלט זאגן אז....
שטילע: זיי מוחל גיי צירוק אריין אין קאר אונז זענען מסודר.
ער הייבט זיך אן בעהטן ווי א B&H ארבייטער פאר א רעיז.
מפגר: דארפסט פארשטיין, אם סארי כהאב נישט גערופן די פאלציי נאר זיי זענען פונקט אדורך געפארן אין כ׳האב געמיינט אז דיין קאר איז מיין שכן.

שטילע: הער צי, אהער מיט 300 הרי טוב, טאמער נישט געב איך איבר דער פארקינג ספאט אלץ איליגעל.

דער אינגערמאן האט געוויסט אז דאס קען עיהם אפקאסטן קנס קרוב צו 15 אלפים.
רבותי כהאב דריי גלאטע הונדרעט דאלער, ווער קומט פאר סאפער????
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2136 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:00 am

פארוואס 300$?
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2069
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1812 מאל

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך matovu » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:01 am

שטותים, וואס 15 אלפים אין קאפ ?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk 2
matovu
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 11:49 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:03 am

matovu האט געשריבן:שטותים, וואס 15 אלפים אין קאפ ?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk 2

יא, איינער וואס האט א איליגעל דריי וועי אין טיילט טיקיטס פאר די וואס פארקן דארט קען יענער באקומען קנס פון 15 אלפים אדער מער,
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2136 מאל

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:29 am

אויסגעשנארכעצט אין א הילכיגן געקנאטענעם געלעכטער, כמעט פארלוירן דריי ציין (כ'האף כ'וועל נישט ברויכן א דענטיסט).

כ'האב אמאל געהאט אן ענליך מעשה, ווען יענער שמייסער האט מיר ארויסגעלאזט די לופט פון צוויי רעדער, כ'האב אים געעפנט א גארביטש בעג און ארומגעטיילט שיריים אין זיין פראנט יארד, למען יזכור.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1873
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2885 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2677 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:34 am

matovu האט געשריבן:שטותים, וואס 15 אלפים אין קאפ ?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk 2

וואס, 15 אלפים...?! ער (שטילע) מיינט צו זאגן 15 מאות...!
נאר אז מ'פאנטאזירט שוין. זאלל זיין...! ס'איז א זיסער חלום באספמיא... :lol:
אזויפיהל, יא. כ'האב הנאה אז שטילע (שליט"ע) האט איהם גוט צו געפיקסט... 8-) :roll: :twisted:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8357 מאל

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:55 am

א געשמאקע קרעמעל היינט צופרי מקוה די עולם קאכט ווי זוי @שטילע האט צוגעפיקסט ארייסער אינמיטן קומט אריין אין בור עפעס @שטילע אינגערמאן די מויל איהם פאריקט פינעם דענטיסט ער הערט זיך צי אין ער וויל ארויפציען א שמייכעל מרעדט פין זיין מעשה אופס סגייט נישט נאכאמאל אה איין זייט באק האט שוין א שמייכעל....
אוי סאיז נאך נאם פינעם דענטיסט.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך שאולדיספריםפאקער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:57 am

וויאזוי קען יענער באקומען א טיקעט אויב איז עס נישט קיין לעגיט דרייוו וועי ?
אבער מען דארף לכאורה גלייבן אז די מעשה וואלט געקענט זיין אמת
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:12 am

וואס איז די וועבזייטל צו טשעקן?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך טמיר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:51 am

נאך א קשיא. וויאזוי וואלט זיין יוקאן אריינגעפיט אין א ספאט וואס קוים שטילע'ס נערישע מיני ווען האט פלאץ?
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 535 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:46 am

חוץ די אלע קשיות ווי 'וויאזוי באקומט מען טיקעטס אויף אן איליגעל פארקינג ספאט? וויאיז דא פלאץ פאר א יוקאן? וכו' שטימט ביי מיר נישט די מעשה אז איך דארף גלייבען אז דער שטילער יונגערמאן האט געפענט מיטטאמאל א פיסק אויף שרויפען אין ריעל לייף קען איך נישט מענטשען וואס זאלען אזוי רעדן ווי
חזיר, מיינסט דיינע סטראפס אויפן קאר אין 12 אינטענעס אויפן דאך גיין מיר אפשרעקען?
די פוד סטעמפס דיסעיבעלד טיפוש. ביסט שולדיג פאר עמערעקען עקספרעס מער געלט ווי איך האב געמאכט זייט מיין חתונה.
האסט אריין געביסען אין די נישט ריכטיגע אינגערמאן כ׳בין שטילע פון קאווע שטיבעל.
הער אן פיפל, (כ׳בין אביסעל מקצר דא מיט מיינע אויס דריקען צו עיהם) כגיי יעצט טשעקן אויפן וועב זייטל טאמער דאס איז א ליגעל דרייוו וועי,
טאמער איז עס נישט א ליגעל דרייוו וועי גייסטו לעקן ביטערע חרוסת, דא איז נישט קיין חדר, די ביסט נישט די מנהל אין איך די כתה ה׳ יונגעל, קענסט אהער רופן יענקי דאסקאל מיט דוד גרינפעלד, כהאב זיי טיף טייער.

כהאב געטראכט אז סאיז נאר געשריבען דא אין שטיבעל אבער ער זאגט דאך אז דאס איז נאר א קיצור
בקיצור סוויל זיך ענדערשער גלייבען אז סאיז ליגענט ווי אננעמען אז סדרייט זיך דא איינער וואס ליידט שילשול אויפען מויל..
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:37 am

ווען מ'רופט פאליציי גיבן זיי טיקעט אויב דער בעל ה'קאר' איז נישט דארט, זיי האבן עפעס א פאליסי אז אויב דער בעל הבית פון דער הויז רופט, און ווייזט אז ער איז טאקע דער בעל הבית פון הויז גיבן זיי א טיקעט און גייען ווייטער און דער מקבל הקוויטל זאל זיך ברעכען קאפ.

בדידי הוי עובדא בכגון דא, כ'האב באקומען א טיקעט, נאכ'ן אריין קוקן אינעם נושא האב איך אויסגעפונען אז עס איז געוועזען א אי-ליגעל דרייו-וועי, מעשה שהיה כך היה אז מ'האט יענעם גע'קנס'ט מיט דריי טויזענט דוללער, און אויב וויל מאכן זיין דריי-וועי ליגעל האט ער געדארפט ארויס נעמען נאך צוויי און האלב טויזענט דוללער פאר דער פערמיט (פיל מער וויפיל א פערמיט קאסט קודם החטא), און ער האט געדארפט איבערמאכן דעם סייד-וואק אז דארט ווי עס גייט שיף זאל זיין ברייטער און מער שיפער, און אויב ער טוט דאס נישט ביז נייציג טאג קען דער פערמיט ווערן סוספענדעד אפילו ער האט שוין איינגעגעבן דיר געלט דריי חדשים פריער.

דער פלא דא איז אויך געווען אז דער שטאט האט איהם מחייב געווען מיר צוצאלן שאדן-געלט דעם סכום פון $450, א זאך וואס האב אפילו נישט געבעטן. איך האב אים דאס בשעתו מוחל געוועהן, ער איז דאך אנגעקומען מיט גרויסע געלט שאדן, אבער דער שטאט האט געפאדערט א באווייז אז איך באשטעטיג אז ער האט מיר געצאלט, ווען נישט קען דאס ארויפגיין מיט פראצענט.
ע"כ.

וואס איך האב ארויסגענומען פון דעם איז אז איינער וואס האט א אי-ליגעל דרייוו-וועי זאל קיינמאל נישט זיין קיין אויבער חכם און אריין מישן פאליציי. קען זיך מאכען אז ער פילט זיך באקוועם, קען אדורכגיין צען יאר און ער פארגעסט אליינס און רעדט זיך טאקע איין אז דאס איז זיינס, אבער עס ווארט בלויז אויף איין דרייווער (פופצן יאר שפעטער) צו פייטן דעם טיקעט, און דער עגמת נפש איז גרויס. ווייל טיילמאל וועט די שטאט אים נישט לאזן מאכן א דרייוו-וועי היות דער הויז איז נישט געאייניגט דערויף, און דאן פאלירט ער סיי געלט און סיי 'זיין' דרייוו-וועי.

א דאנק @שטילע אינגערמאן פאר גוט אראפ לייגן א וויכטיגע טעמע מיט א געשמאק.
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:48 am

פארשטייט זיך אז די מעשה מוז נישט זיין אמת אבער צדיקים האבן שוין געזאגט אז מ'דארף גלייבן די מעשיות וואלטן געקענט זיין אמת.
והנה,
קשיא # 1 - וויאזוי באקומט מען א טיקעט אויב ס'איז נישט א ליגעל דרייוועי?
תירוץ: די פאליציי טשעקט נישט און ס'איז נישט זייער פאך מברר צו זיין אויב ס'איז ליגעל צו נישט. האסט געפארקט ביי א דרייוועי קומט זיך דיר א טיקעט, האסט א ברירה אויפציווייזן אין קאורט אז ס'איז נישט א ליגעל דרייוועי.

קשיא # 2 - וויאזוי פיט אריין א יוקאן אין פלאץ פון א קרייסלער?
תירוץ: די יוקאן האט נישט געפארקט אויף די סטריט, ער איז אריינגעפארן אין דרייוועי. ס'געווען דארט א דרייוועי נאר נישט לעגאל.

קשיא # 3 - ווי קען מען נאכקוקען אויב א דרייוועי איז לעגאל?
תירוץ: אויף DOB וועבסייט לייגט מען אריין די אדרעס און מ'קוקט אויפ'ן c of o, דארט שטייט טאמער ס'איז דא א ליגעל דרייוועי ביי די פראפערטי

כנלע"ד לישב לכבוד ידידנו הרב שטילע
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2639 מאל

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך טמיר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:49 am

סקען נישט זיין קיין ליגענט, ווייל כידוע איז שטילע זייער קעגן שקרנות
viewtopic.php?t=10585
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 535 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:53 am

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:א געשמאקע קרעמעל היינט צופרי מקוה די עולם קאכט ווי זוי @שטילע האט צוגעפיקסט ארייסער אינמיטן קומט אריין אין בור עפעס @שטילע אינגערמאן די מויל איהם פאריקט פינעם דענטיסט ער הערט זיך צי אין ער וויל ארויפציען א שמייכעל מרעדט פין זיין מעשה אופס סגייט נישט נאכאמאל אה איין זייט באק האט שוין א שמייכעל....
אוי סאיז נאך נאם פינעם דענטיסט.

ווען ארבעט דער דענטיסט...? נייט שיפט. איך זוך אזא דענטיסט... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8357 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:54 am

איך שלאג פאר מ'זאל עפענען אן אשכול לטובת הציבור ווי מ'זאל מפרסם זיין אלע איליגעל דרייוועיס אין ב"פ/וומ"ס, ופארקי ענוים וישמחו.
איך קען אייך גאראנטירן אז די ליסטע וועט פארשפרייט ווערן אויף אלע גרופס אין נאו טיים.

ווען איינעם וועט אנשמעקן צו בלאקירן אן איליגעל דרייוועי, וועט מען ארויפשטעלן א צעטעלע אויפ'ן ווינדשילד מיט א ווארענונג צום בעה"ב פון הויז אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו טשעפענען ווייל מ'ווייסט אז ס'איז איליגעל און ס'וועט אים טייער קאסטן

אויב דער עולם שטיצט דעם געדאנק, עמיר זיך נעמען צו דער ארבעט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמעון וואלף אום דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:58 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2526
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2639 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:57 am

טמיר האט געשריבן:נאך א קשיא. וויאזוי וואלט זיין יוקאן אריינגעפיט אין א ספאט וואס קוים שטילע'ס נערישע מיני ווען האט פלאץ?

טמיר: מאכטץ נישט קאליע א שיינע מעשה מיט אמת'ע פאקטן...(קרעדיט. א איד)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8357 מאל

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך נאסע ליילעך » דאנערשטאג יוני 16, 2016 12:17 pm

קאמענטירער האט געשריבן:חוץ די אלע קשיות ווי 'וויאזוי באקומט מען טיקעטס אויף אן איליגעל פארקינג ספאט? וויאיז דא פלאץ פאר א יוקאן? וכו' שטימט ביי מיר נישט די מעשה אז איך דארף גלייבען אז דער שטילער יונגערמאן האט געפענט מיטטאמאל א פיסק אויף שרויפען אין ריעל לייף קען איך נישט מענטשען וואס זאלען אזוי רעדן ווי
חזיר, מיינסט דיינע סטראפס אויפן קאר אין 12 אינטענעס אויפן דאך גיין מיר אפשרעקען?
די פוד סטעמפס דיסעיבעלד טיפוש. ביסט שולדיג פאר עמערעקען עקספרעס מער געלט ווי איך האב געמאכט זייט מיין חתונה.
האסט אריין געביסען אין די נישט ריכטיגע אינגערמאן כ׳בין שטילע פון קאווע שטיבעל.
הער אן פיפל, (כ׳בין אביסעל מקצר דא מיט מיינע אויס דריקען צו עיהם) כגיי יעצט טשעקן אויפן וועב זייטל טאמער דאס איז א ליגעל דרייוו וועי,
טאמער איז עס נישט א ליגעל דרייוו וועי גייסטו לעקן ביטערע חרוסת, דא איז נישט קיין חדר, די ביסט נישט די מנהל אין איך די כתה ה׳ יונגעל, קענסט אהער רופן יענקי דאסקאל מיט דוד גרינפעלד, כהאב זיי טיף טייער.

כהאב געטראכט אז סאיז נאר געשריבען דא אין שטיבעל אבער ער זאגט דאך אז דאס איז נאר א קיצור
בקיצור סוויל זיך ענדערשער גלייבען אז סאיז ליגענט ווי אננעמען אז סדרייט זיך דא איינער וואס ליידט שילשול אויפען מויל..

ווי איך פארשטיי איז דאס א הומאריסטישע הגזמה פון שטילע, לנפוח השמייכל, דאס שרייבן אז ער איז גאר "מקצר" איז א חלק דערפון..
באניצער אוואטאר
נאסע ליילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 11, 2015 8:30 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג יוני 16, 2016 12:23 pm

בילד
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:34 pm

סארא חוצפה...
איינער האט געגאנבעט די ארטיקעל אין ארום געטוישט יעדער מאל כ׳שרייב ״שטילע״ צו זיין נאמען. אין ס׳פליהט ארום אלע גראפעס.
גזלנים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שטילע אינגערמאן אום דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2136 מאל

הודעהדורך אפשר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:38 pm

דולה ומשקה האט געשריבן:ווען מ'רופט פאליציי גיבן זיי טיקעט אויב דער בעל ה'קאר' איז נישט דארט, זיי האבן עפעס א פאליסי אז אויב דער בעל הבית פון דער הויז רופט, און ווייזט אז ער איז טאקע דער בעל הבית פון הויז גיבן זיי א טיקעט און גייען ווייטער און דער מקבל הקוויטל זאל זיך ברעכען קאפ.

בדידי הוי עובדא בכגון דא, כ'האב באקומען א טיקעט, נאכ'ן אריין קוקן אינעם נושא האב איך אויסגעפונען אז עס איז געוועזען א אי-ליגעל דרייו-וועי, מעשה שהיה כך היה אז מ'האט יענעם גע'קנס'ט מיט דריי טויזענט דוללער, און אויב וויל מאכן זיין דריי-וועי ליגעל האט ער געדארפט ארויס נעמען נאך צוויי און האלב טויזענט דוללער פאר דער פערמיט (פיל מער וויפיל א פערמיט קאסט קודם החטא), און ער האט געדארפט איבערמאכן דעם סייד-וואק אז דארט ווי עס גייט שיף זאל זיין ברייטער און מער שיפער, און אויב ער טוט דאס נישט ביז נייציג טאג קען דער פערמיט ווערן סוספענדעד אפילו ער האט שוין איינגעגעבן דיר געלט דריי חדשים פריער.

דער פלא דא איז אויך געווען אז דער שטאט האט איהם מחייב געווען מיר צוצאלן שאדן-געלט דעם סכום פון $450, א זאך וואס האב אפילו נישט געבעטן. איך האב אים דאס בשעתו מוחל געוועהן, ער איז דאך אנגעקומען מיט גרויסע געלט שאדן, אבער דער שטאט האט געפאדערט א באווייז אז איך באשטעטיג אז ער האט מיר געצאלט, ווען נישט קען דאס ארויפגיין מיט פראצענט.


@דולה ומשקה איך בין שוין אליין אויך באטראפן געווארן פון א טיקעט ביי אן איליגעל דרייוו וועי, איך האב נאר נישט געוואוסט צו וועם מען דארף זיך מעלדן. אפשר זענט איר מהנה דעם עולם מיט אנווייזונגען וויאזוי מען הענדלט עס?
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דאנערשטאג יוני 16, 2016 3:26 pm

דאס יז א דבר פשוט מאד, ביים צוריק שיקן דעם טיקעט שרייבט איר גאנץ אויפן אז דער טיקעט איז געגעבען געווארען אי-ליגאל, היות דעם באטרעפענעם דרייוו-וועי איז אי-ליגאל. אבער בשעתו ווען איך האב באקומען דעם טיקעט בין איך געגאנגען צו איינער וואס פייט טיקעטס.

שפעטער האב איך אויסגעפונען אז ווען מ'טוט דאס אליין ווארפט מען פשוט ארויס דיין טיקעט, ותו לא מידי.
משא"כ ווען מ'גייט דורך א ליגאלע לויער וועט דער בעל הבית סאך מער ליידען, ווייל עס איז נישט בלויז דער עצם פאקט אז איך ווער ריין-געוואשען נאר דער בעל הבית זעלבסט ווערט אריינגעשלעפט אין איליגאלע מעשים אנקעגן די שטאט און אנטקעגן די מענטשהייט, וממילא באקומט ער גרויסע שטראפן. - נו, ער זאל ער זיך טאקע לערנען, הא? רוף נישט קיין פאליציי אויף קיין אידן!!!
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך אפשר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 3:57 pm

יישר כח!

איז אויב רופט יענער סתם די פאליציי דאן וועט מען פלעין צוריק שיקן אזוי ווי איר זאגט און שוין. משא"כ אויב צו'מזיק'ט ער דיין קאר דאן וועט מען גיין מיטן צווייטן אפשען
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:33 pm

אנטשולדיגט, אבער מיר האבען א תורה וואס לאזט נישט אלס צו, אפילו יענער האט אויך בא'עוולה'ט. ס'איז דא הלכות פון גרמא ועוד. לערן קודם די הלכות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8666
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3029 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8149 מאל

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 5:04 pm

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:סארא חוצפה...
איינער האט געגאנבעט די ארטיקעל אין ארום געטוישט יעדער מאל כ׳שרייב ״שטילע״ צו זיין נאמען. אין ס׳פליהט ארום אלע גראפעס.
גזלנים.


Chills
ס'איז מיר געווען א פלא אויף דעם 'יעניגער', טאמער נעמט ער שוין יא די מיה צו רעדאגירן זאל ער כאטש פאריכטן אין איינוועגס אפאר פעשע ספעלינג מיסטעיקס... נאכן זעהן אז זיין אייגן נאמען האט ער נישט גוט געספעלט הייב איך אהן קלערן אפשר האט ער עובר געווען אויף גילוי... נישט גזל....
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1873
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2885 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2677 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 2 געסט