אינטערנעט, האט דאס א מוסטער אין היסטאריע?

באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

שליחה דורך בן אדם »

דעת תורה האט געשריבן: דער היתר איז מטעם ווייל בעבידתי' טריד).

ווי האסטו געזען מ'זאל צושטעלן דער היתר? ס'איז בכלל אין הנידון דומה לראיה. אין אויב אין טעכנאלאגיע איז דא א איסור, גלייבט זיך נישט אז חז"ל וואלטן גענוצט די היתר פון 'בעבידתיה תריד' פאר טעכנאלאגיע.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

Re: אינטערנעט, האט דאס א מוסטער אין היסטאריע?

שליחה דורך דעת תורה »

וואס רופסטו 'טעכנאלאגיע' ווייס איך נאכנישט. דער באן / עראפלאן / עלעקטריציטעט/ אימעיל צי ווייסעך וואס. קלאר אויס די צדדי השאלה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

שליחה דורך בן אדם »

דער חלק אויף וואס האסט געברענגט דעם היתר פון בעבידתיה תריד
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

שליחה דורך בן אדם »

איך מיין צוזאגן אז מ'דארף זיין קלאר מיט א שיטה. מ'קען נישט סתם נאכברענגען עפעס א היתר פון ווייסעך ווי און טאנצן מיט דעם, ווייל ס'וועט נאך בעקפייערן און מ'וועט נאר בלייבן אפגעפרעגט.

למעשה איז דא גענוג אנדערע היתרים און מ'דארף נישט צוקומען צום 'בעבידתיה תריד'
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

Re: אינטערנעט, האט דאס א מוסטער אין היסטאריע?

שליחה דורך דעת תורה »

איך קען דעם היתר פון בעבידתי' טריד, און עס קאווערט אסאך אספעקטן פון פראבלעמאטישע אינטערנעט באנוץ, און גרייכט ווייטער ווי סיי וועלכע אנדערע היתר.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

Re: אינטערנעט, האט דאס א מוסטער אין היסטאריע?

שליחה דורך קל וחומר »

טאמער איז בעבידתיה טריד די איינציגע היתר וואלט אויסגעקומען אז באלד נאכן ענדיגן ארבעט ברויך מען אוועקלייגן די סמארטפאון (נישט אין טאש...).
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

שליחה דורך בן אדם »

דעת תורה האט געשריבן:איך קען דעם היתר פון בעבידתי' טריד, און עס קאווערט אסאך אספעקטן פון פראבלעמאטישע אינטערנעט באנוץ, און גרייכט ווייטער ווי סיי וועלכע אנדערע היתר.

נו אדרבה, לאמיר הערן
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

עס איז א געואלדיגע טעות צוצישטעלן די אינטערנעט פראבלעם צו די צייטונג פראבלעם, אין יענע יארן האט דער עולם געוואלט האבן נייעס, האבן די משכילים אויסגענוצט די געלעגענהייט און אריינגעריקט צווישן די נייעס זייערע דעות והשקפות און דאס איז געווען די פראבלעם, זענען געקומען עסקנים און צוגעשטעלט נייעס און קיין פראבלאמאטישע צוגאבן און פראבלעם סאלווד, היינט גלוסט נישט דער ציבור צו 'אינטערנעט' אינטערנעט איז נישט קיין זאך, עס איז א medium, א סערוויס וואס שטעלט צו א בליק און א בריק צו די דרויסענדיגע וועלט, צו אלע זייטן פון די יפיותו של יפת, די אוצרות החכמה וידיעות, און די וועלט פון ארט והנאות עוה''ז, און דאס איז נאך וואס ד ציבור לעכצט, נאך אביסל ברייטע לופט, ברייטקייט פונעם מח און גוף, מילא צושטעלן כשר'ע אינטערנעט-דהיינו נעמען די איד-צייטונג-בלאט -שטערן-קול מבשר-קול הלשון און מאכן מען זאל אויך קענען אנקומען צו זיי דורכן אינטערנעט וועט נישט סאלוון דער פראבלעם,

א בעסערע צושטעל איז די מלחמה וואס די חתם סופר ענד קא. האבן געפירט מיט אלגעמיינע השכלה שטודירן און וויסענשאפט, וואס מער ווייניגער האבן זיי עס אינגאנצן אויסגעשלאסן און געפירט א מלחמת חרמה דערמיט, און לדעתי האט די מערכה געליטן א ריזן דורכפאל, אין די לויף פון די לעצטע צוויי הונדערט יאר האבן מער ווי 90 פראצענט אידן פארלאזט אידישקייט, ריכטיג וואלט געווען צו אנערקענען דעם פראבלעם, אז מענטשן זיכן ברייטקייט און זיך לערנען צו לעבן מיט דעם, פרובירן וויאזוי מען קען פירן א אידישקייט אין א דור פון אינפארמאציע און פרייהייט,

וו עס זעהט אויס יעצט פארט מען אין די זעלבע דירעקציע ווי דעמאלטס, און אנשטאט אויסצוארבעטן אידישקייט כפ צורכי הדור, באשאפט מען א אידישקייט וואס צענטערלירט זיך ארום התנגדות צו טעכנעלאגיע, (אזויווי תלמידי החת''ס האבן אויפגעבויעט א אידישקייט וואס בשרשו ליגט א התנגדות צו השכלה און עקסטרעמע התבדלות פון ד דרויסענדיגע גאס), און מען שטיפט מער און מער ארויס די ברייטע ציבור וואס איז נישט אזוי שארף, און איין גאט ווייסט וואס וועט דא ווערן,
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

Re: אינטערנעט, האט דאס א מוסטער אין היסטאריע?

שליחה דורך דעת תורה »

נו, איז מען דאך ממשיך דעם ריכטיגן הייליגן דרך, איז דאך געוואלדיג..

לגוף הדברים, איז דאס א שטיקל טעות. דו קוקסט אן די וועלט פון דיין פריזמע, אבער נישט וועגן דיר ודכוותך פירט מען א מערכה מיט די אינטערנעט פשוט ווייל מיט די סארט האט סיי וועלכע תקנה נישט קיין שאנס..

רוב מנין ובנין באי שערי הרשת זענען לאו דוקא אזוי, סיי ביי אונז און סיי אלגעמיין, מענטשן זוכן וואס זיי פלעגן זוכן ביז איצט, די זעלבע סארט באשעפטיגונגען און אינטערעסן, ואין כל חדש.

פון די מערסטע אדער די מערסטע וואס מענטשן טוען אויף דער אינטערנעט, איז סטרימען ווידיאו'ס טיווי שאו'ס און מאווי'ס. דאס איז אלעס אייביג געווען. אוודאי קומט צו געוויסע נייע סארט זאכן וואס איז נישט געווען אמאל, אבער דער עיקר גלייכן מענטשן דעם אינטערנעט אז זיי באקומען זייערע געברויכן שנעל און אינסטענטלי.

און אהער שטעלן א חרדי'שע אלטערנאטיווע פאר נייעס, שמועסן א.א.וו. אנשטאט צו דארפן גיין אין די אלגעמיינע וועלט, וואלט אויפגעטון צענדליגער צי הונדערטער מאל מער ווי אלע תקנות און חרמות אינאיינעם.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

[tag]גראדעמעכעלע[/tag], דא בין איך מחולק מיט דיר מיט צוויי נקודות,

1 די מערכה מיט די ראעפארמער איז נישט געווען סתם צו ברייט אדער מצומצם נאר ווייל זיי האבן געוואלט ארויף צווינגען זייער מהלך אויף גאנץ כלל ישראל און דאס האט געברענגט די טיילונג מיט אלע אירע צוגעהערן,

אין אנדערע ווערטער, דער חת"ס האט נישט געהאט קין פראבלעם מיט למשל דרשענען אויף דויטש בשורשו, נאר ווייל עס איז געווארן א חלק פון די רעפארמער סימבאל, א בחינה פון די משנה וואס אסר'ט פאר איינער וואס וויל נישט צוגיין צום עמוד מיט בגדי צבעונים אז מיט לבנים זאל ער אויך נישט צוגיין אלס חשש אז ער איז א מין.

2 איך ווייס נישט וואס די חילוק איז, אמאל האט מען אנגעקוקט די רצון צו נייעס ווי היינט די רצון צו וויסן יפיפיתו של יפת כלשונך, איך רעד פון צושטעלן אינטערנעט וואס אלעס איז אפן חוץ פון דברים האסורים, יפיפיתו של יפת קען אויך זיין אפן, סא וואס איז די פראבלעם, עבירות וועט מען נישט טוהן ושלום על ישראל.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דעת תורה האט געשריבן:עס איז בפירוש דא היתירים אין די הלכה לצורך פרנסה (לאו דוקא אלס דעם וואס דער מענטש ציט דערפון זיין חיונה, וואס אזוינס טרעפט מען אויך, הפסד מרובה וכדו', במקום הפסד, התורה חסה על ממונן של ישראל, דער היתר איז מטעם ווייל בעבידתי' טריד).

האסט גראדע א שטיקל נקודה, בעבידתי' טריד האט מיט זיך געוויסע היתרים, אבער אויך נישט אויף אלע סארט איסורים, נאר טאקע אזעלכע וואס מען קען מקיל זיין במקום הצורך.
הפסד מרובה און די אלע סארט היתרים זענען געווענליך נאר בדיעבד, למפרע, אויב עפעס האט פאסירט און מען וויל עס נישט אוועקווארפן, אבער נישט אז א דיין קען געבן א היתר אז לצורך פרנסה מעג מען לכתחילה טון די אלע זאכן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בעבידתייהו טרידי איז נישט קיין היתר אויף פרנסה, דאס גיבט די מעשה אן אנדערע באדייט. ווען מ'באקוקט פרויען, איז עס א 'תורו אחרי עיניכם'. ווען מ'טוט עס לצורך ארבעט איז עס נישט קיין 'תורו אחרי עיניכם'. דאס איז נישט קיין היתר אזוי ווי הפסד מרובה וכדו'
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

שליחה דורך זבולון »

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] דארפסט עס בעסער מסביר זיין.

בעבידתיה טריד - איז נישט קיין היתר, וואס במקום הצורך איז מען זיך סומך אויף א געוויסע שיטה (אזוי ווי הפסד מרובה). דאס איז א היתר אזוי ווי פתח פתוח ביי יחוד, וואס נעמט אינגאנצן אוועק די פראבלעם פון יחוד. דהיינו, וויבאלד א מענטש איז פארנומען מיט זיין ארבעט, וועט ער נישט עובר זיין אויף קיין איסורים.

לצורך פרנסה - דאס איז שוין עפעס אזא מין הפסד מרובה'דיגע סארט היתר, אויב דער איסור איז צו שוואך קען מען מיקל זיין במקום הצורך.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'דערציילט אז מ'האט געזאגט פאר ר' ברוך בער אז ר' שמעון שקאפ האט געטייטשט פארוואס ווען אין איסור חל על האיסור, מ"מ די צווייטער איסור איז מיתלא תליא ווען די ערשטער איסור גייט אוועק, קומט צו גייען די צווייטען גלייך. ער האט געזאגט אז הגם די צווייטע איסור איז נישט דא, אבער דער סבת האיסור איז נאך דארט, און דעריבער קען עס חל ווערען שפעטער.
ר' ברוך בער האט רע'אגירט "ס'איז נישט דא אזא זאך ווי א סבת האיסור! דער פשט איז ווייל הגם דער איסור איז נישט חל, דער חפצא פון די איסור איז נאכאלס דא"
ולכשתדקדק בחילוק צווישען דער 'סבת האיסור' און דער 'חפצא פון די איסור', וועסטו וויסען דער חילוק צווישען ר' ברוך בער און ר' שמעון.
ע"כ הדברים פון די פראפאגאנדא וואס מ'האט מיר דעפיטערט דערמיט אין בחוריש'ע יארען.

און דאס איז די חילוק פון מיין נוסח און [tag]זבולון[/tag]'ס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

שליחה דורך בן אדם »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בעבידתייהו טרידי איז נישט קיין היתר אויף פרנסה, דאס גיבט די מעשה אן אנדערע באדייט. ווען מ'באקוקט פרויען, איז עס א 'תורו אחרי עיניכם'. ווען מ'טוט עס לצורך ארבעט איז עס נישט קיין 'תורו אחרי עיניכם'. דאס איז נישט קיין היתר אזוי ווי הפסד מרובה וכדו'

דאס איז ממש וואס איך האב פריער געזאגט... נו, אז די האסט באקומען די לייקס איז זכה לך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בן אדם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בעבידתייהו טרידי איז נישט קיין היתר אויף פרנסה, דאס גיבט די מעשה אן אנדערע באדייט. ווען מ'באקוקט פרויען, איז עס א 'תורו אחרי עיניכם'. ווען מ'טוט עס לצורך ארבעט איז עס נישט קיין 'תורו אחרי עיניכם'. דאס איז נישט קיין היתר אזוי ווי הפסד מרובה וכדו'

דאס איז ממש וואס איך האב פריער געזאגט... נו, אז די האסט באקומען די לייקס איז זכה לך


איך האב געזען אז מ'פארשטייט דיר נישט, האב איך פראבירט אן אנדערע'ן נוסח, און זבולון א דריטע. צום סוף איז אפשר געלונגען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

שליחה דורך בן אדם »

איך מיט די חסידישער נוסח, און די מיט די לעיקוואדער נוסח, און זבולון? (אפשר אויבערלענדער נוסח?)
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

שליחה דורך אדנירם »

געוואלדיג האט געשריבן:די מערכה מיט די ראעפארמער איז נישט געווען סתם צו ברייט אדער מצומצם נאר ווייל זיי האבן געוואלט ארויף צווינגען זייער מהלך אויף גאנץ כלל ישראל און דאס האט געברענגט די טיילונג מיט אלע אירע צוגעהערן,

נישט ממש.
אין פאקט האבן זיי כמעט קיינמאל נישט ארויפגעצווינגען זייער מהלך אויף 'גאנץ כלל ישראל'. אין געציילטע שטעט זענען זיי געווען רוב קהל, האבן זיי געהאט רעכטן אלס רוב. און אנדערע מקומות איז סתם געווען פראבלעמען, ווען זיי האבן געוואלט משנה זיין.
איבעראל איז געווען די זעלבע פראבלעם, אז מ'האט זיי דן געווען ווי אפיקורסים גמורים, וואס דאן קען מען נישט דאווענען מיט זיי [מצרף למנין, בעל תפילה, עליה לתורה, א.א.וו.], און דאס איז אויב עפעס א מהלך וואס מ'האט 'ארויפגעצווינגען אויף זיי' [הגם ס'איז נישט געווען קיין צווייטע אויסוואל].

נאכמער, פון די 'שטאטוס-קווא' קהילות האסטו אמאל געהערט? אלזא, זיי האבן געוואלט אט דאס - אנהאלטן די 'פרומע' שטאטוס-קווא פונעם קהילה. די 'ארטאדאקסן' זענען געווען די וואס האבן ריכטיגערהייט געוואלט ארויף צווינגען זייער מהלך אויף גאנץ כלל ישראל. ואכהמ"ל בזה.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

Re: אינטערנעט, האט דאס א מוסטער אין היסטאריע?

שליחה דורך דעת תורה »

געט יור פעקטס סטרעיט.

עס האט געפעלט א האר אז אלע קהילות אין גאנץ אונגארן זאלן זיך מוזן פירן ווי די נעאאלאגישע קאנצעליי'ס דיקטאטן. ווען עס וואלט נישט געווען קיין נעאאלאגישע קאנצעליי, מיט א געזעץ אפשטימונג אז אלע קהילות זאלן זיין אונטער ווארפן אונטער זיי, וואלט קיינמאל קיין ארטאדאקסיע נישט צושטאנד געקומען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: אינטערנעט, האט דאס א מוסטער אין היסטאריע?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הייסט'ס דער גאנצע טיילונג איז געווען א שוץ מיטל קעגען א זיכערע פארניכטונג, נישט א דרך החינוך וויאזוי צו לעבען?
אפשר, אבער די טיילונג פארטיידיגער וועלען דיר לייקענען. קוק ביי דער יאקאבאוויטש פון בני ברק

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אדנירם האט געשריבן:אין פאקט האבן זיי כמעט קיינמאל נישט ארויפגעצווינגען זייער מהלך אויף 'גאנץ כלל ישראל'. אין געציילטע שטעט זענען זיי געווען רוב קהל, האבן זיי געהאט רעכטן אלס רוב. און אנדערע מקומות איז סתם געווען פראבלעמען, ווען זיי האבן געוואלט משנה זיין.

נישט ריכטיג, מען האט געמאכט די טיילונג נאר נאך די אסיפה בפקודת המלך וואו זיי האבן געוואלט אויסשליסן שו"ע אלס די וועג ווייזער פאר די אידן, כידוע.

אדנירם האט געשריבן: איבעראל איז געווען די זעלבע פראבלעם, אז מ'האט זיי דן געווען ווי אפיקורסים גמורים, וואס דאן קען מען נישט דאווענען מיט זיי [מצרף למנין, בעל תפילה, עליה לתורה, א.א.וו.], און דאס איז אויב עפעס א מהלך וואס מ'האט 'ארויפגעצווינגען אויף זיי' [הגם ס'איז נישט געווען קיין צווייטע אויסוואל].


נאך דעם וואס זיי האבן געוואלט דאס טוהן איז געווען א פייער אויף צוריק זיי צו אויסשליסן, בקדרה שבישלו בה נתבשלו.

אדנירם האט געשריבן:נאכמער, פון די 'שטאטוס-קווא' קהילות האסטו אמאל געהערט? אלזא, זיי האבן געוואלט אט דאס - אנהאלטן די 'פרומע' שטאטוס-קווא פונעם קהילה. די 'ארטאדאקסן' זענען געווען די וואס האבן ריכטיגערהייט געוואלט ארויף צווינגען זייער מהלך אויף גאנץ כלל ישראל. ואכהמ"ל בזה.


איינמאל מען האט געמאכט א טיילונג איז עס ווי א גט וואס אויב בלייבט מען מחובר איז עס נישט אפגעטיילט, האט מען געמאכט די תקנה אז שטאטוס קווא איז אזוי ווי רעפארמער, ווייל אז נישט ווערט די גאנצע טיילונג אויס, אין פאקט זענען געווען געציילטע קהילות וואז זייערע רבנים זענען געווען גדולי תורה אבער האבן געזעהן אז אויב זיי וועלן זיך צמחבר זיין צו די ארטאדאקסן וועט די גאנצע קהילה גיין קאפוט, און זענען געבליבן שטאטוס קווא און פארט געווען אנגענומען ביי די ארטאדאקסן, איך האב נישט די נעמען פאר מיר דאכט זיך מיר אז פאקש איז געווען איינע פון די קהילות.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט'ס דער גאנצע טיילונג איז געווען א שוץ מיטל קעגען א זיכערע פארניכטונג, נישט א דרך החינוך וויאזוי צו לעבען?
אפשר, אבער די טיילונג פארטיידיגער וועלען דיר לייקענען. קוק ביי דער יאקאבאוויטש פון בני ברק

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


איך ווייס נישט וואס אנדערע זאגן, קוק אין די קורות הימים ווי עס האט געווייטאגט די רבנים, קיינער האט נישט געזוכט די טיילונג עס איז געווען א כורח המציאות, דו מיינסט אז די טיילונג פון די צדוקים איז יא געווען מיט א שמחה? א פייג, נאר אויף צו אנהאלטן אידישקייט האט מען געמוזט דאס טוהן, ביסט טאקע א ליטוואק אבער עס איז דא א מעשה מיטן בעש"ט וואס האט געזאגט אז ווען מען האט געלייגט די פראנקיסטן אין חרם איז דאס געווען ווי אפשניידן א אבר פון די שכינה, מען האט דאס טאקע געדארפט טוהן אבער עס האט פארט געווייטאגט, א טיילונג איז לדורות קיינמאל נישט געווען קיין וועג פון לעבן נאר א א וועג צו איבערלעבן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: אינטערנעט, האט דאס א מוסטער אין היסטאריע?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב גערעדט אביסל סארקאסטיש. דער פראפאגאנדא האט אויפגעבויט א 'סוגיא' פון התבדלות מיט א מהלך המחשבה וההלכה דערמיט.
איך האב שוין א פאר יאר אין געדאנק צו עפענען אן אשכול מיט מיין הערות אויפ'ן ענין.
מ"מ 'על איך ברענגען פון הרב שך וואס ביי א דרשה וועגען גייען אין בחירות האט געזאגט 'מיר האבען נישט די תלמידי החת"ס צו מאכען א טיילונג און אונז קענען נישט פסקנ'ן אפצוהאקען א חלק פון כלל ישראל. דעריבער איז דער פליכט צו העלפען יעדער איינער, זאגאר דער בחור אויף דיזענגאפף. צו זיי קומט מען אן דורכ'ן כנסת מיט מאכען געזעצען וואס שטיצען תורה'.
כנראה כוונתו לזה, אז טיילונג איז א הוראת שעה, נישט קיין דרך החיים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רעאגיר