די סימפאניע פון מענטשליכע קריגערייען (דער וועקער #1)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

די סימפאניע פון מענטשליכע קריגערייען (דער וועקער #1)

שליחה דורך פלאוויוס »

די סימפאניע פון מענטשליכע קריגערייען


חלק א': וואו אהין שפאנט היסטאריע?

ס'איז פאראן אן אלטע מחלוקת וויאזוי צו באטראכטן דעם גאלאפ פון היסטאריע. זייט מיר געדענקען זיך האלטן געשעענישן אין איין פאסירן, די פראגע איז אבער צי דאס פירט ערגעץ פאראויס אדער נישט. פון איין זייט זענען דא אזעלכע וואס קוקן אויף היסטאריע ווי אויף א וואגן מיט א ציל, ווי גלייך ס'איז א קייט פון געשעענישן וואס האלט זיך אין איין אנטוויקלען צו אן אידעאלן צוקונפט ווען די מענטשהייט וועט זיין ראפינירט, און דאס לעבן וועט דערגרייכן א פערפעקטן מוסטער. לויט דעם וועלטקוק, זענען אלע פאסירונגען איבער דער וועלט קליינע טריט צו דעם אוטאפישן עתיד צו וועלכן מיר אלע קוקן ארויס.

די אנדערע זייט גלייבט אז "היסטאריע ווידערהאלט זיך אימער", אלעס איז די זעלבע, מה שהיה הוא שיהיה ואין כל חדש תחת השמש. ס'זענען שטענדיג געווען מלחמות און ס'וועלן שטענדיג זיין מלחמות, מענטשן האבן שטענדיג געהאט פראבלעמען און אזוי וועט עס שטענדיג זיין. ס'איז מעגליך אז מיר ווערן מער פארגעשריטן טעכנאלאגיש, ס'איז מעגליך אז מיר אנטדעקן מער סודות פון דער פיזישער בריאה, אבער דאס אלעס טוישט נישט קיין סך דעם סאציאלאגישן אדער גייסטישן וואוילזיין פונעם מענטש. דער מענטש ווערט נישט בעסער מאראליש, און ער פילט זיך נישט בעסער פסיכיש. פאקטיש קען גאר זיין אז דער כח פון מלחמה ווערט אלץ שטערקער און שעדליכער, און מ'לויפט מיט שנעלע טריט צום תהום.

די מחלוקת הייבט זיך אן אינעם אופן וויאזוי מ'באטראכט דעם מענטש גופא. די אפטימיסטן וועלכע גלייבן אינעם גוטן פינטל פונעם מענטש, די וואס גלייבן אז יעדער מענטש פארמאגט א צלם אלקים, קענען נישט זען עפעס אנדערש אין היסטאריע ווי א קאמף פונעם גוטן פינטל אינעם מענטש צו ווערן אויסגעלייזט און באזיגן אלע שלעכטע כוחות אין דער מענטשליכער געזעלשאפט. די אנדערע ווידער האבן א מער פעסימיסטישן בליק איבערן מענטש (לויט זייערע ווערטער איז דאס אודאי דער רעאליסטישער בליק), וואס גלייבט אז אפגעזען ווי שטארק דער מענטש זאל אפשר וועלן זיין גוט, קען ער אבער אהין נישט דערגרייכן. סוף כל סוף שאפן זיך שטענדיג באזונדערע סאציאלע גרופעס צווישן מענטשן, באזירט אויף כל מיני יסודות (נאטירליכע אדער אידעאלאגישע יסודות), און ווען די פארשידענע גרופעס האבן סכסוכים צווישן זיך פארזיכערט עס אז היסטאריע זאל בלייבן אזוי ווי ס'איז. א לאנגע קייט פון בלוט פארגיסונגען.

אויסערדעם פארמאגט יעדע גרופע פראבלעמען אין די אייגענע רייען. ס'איז נישטא קיין געזעלשאפט וואס איז פערפעקט, די וואס קומען אן צו פאזיציעס פון פאליטישער פירערשאפט זענען שטענדיג די מענטשן וואס האבן ליב מאכט, און ממילא קומט אויס אז די מאסן ווערן אויסגענוצט דורך די מנהיגים. פון דער מינוט וואס גאט האט באשאפן אזא געדאנק וואס רופט זיך "מאכט" איז שוין אזוי געווארן אז נאר אראגאנטע מענטשן דערשלאגן זיך אהין, און יענע קימערט עס נישט צו טרעטן אויפ'ן קאפ פון די וואס זענען אונטער זיי. רעדט מען וועגן קארופציע, באקלאגט מען זיך איבער השחתה, איז דער ענטפער אויף דעם אז ס'איז נישט קיין נייעס. אזוי איז עס שוין געווען אין די צייטן פון מתושלח בשנים קדמוניות, און אזוי וועט עס מירצאשעם זיין ביז די צייטן פון דעם לעצטן מתושלח באחרית הימים.



חלק ב': א ליכט אינעם טונעל

איך האב נישט בדעה מכריע צו זיין צווישן די צדדים, אבער איך האב געוואלט נאר אנמערקן אויף א קליינעם שטראל אינעם טונעל, וואס לאזט זיך זען פון דער טבע גופא. כאטש יעדע גרופע פארמאגט זיך אירע פראבלעמען, איז עס אויך א טבע אז יעדע גרופע פראדוצירט קעמפער וואס זאלן וועלן פארריכטן די פראבלעמען. ס'זענען טאקע דא גענוג מענטשן אין יעדער געזעלשאפט, אפשר דער רוב, וואס לאזט זיך באקריוודען פון פראבלעמען און זיי זענען פולקאם אנטמוטיגט פון קעמפן, אבער ס'זענען שטענדיג דא אזעלכע וואס האבן א פארקערטע רעקאציע. דוקא פונעם דרוק וואס ווערט געשאפן דורך פראבלעמען שפרינגט ארויס אן ענערגיע וואס קען קערן וועלטן. כמעט יעדער שעפערישער כח צווישן מענטשן ווערט פראדוצירט דורך א געוויסן פראבלעם, און אויב וואלט דער מענטש געוואקסן אין רואיגע אומשטענדן וואלט ער נישט אנקומען דארט וואו ער איז אנגעקומען.

דאס זעלבע איז אויך אמת מיט געזעלשאפטן אינעם גרויסן בילד. ווען א געזעלשאפט ווערט געדרוקט צו שטארק דורך דרויסנדיגע כוחות, הייבן אן ארויסשווימען וואונדערליכע געדאנקען פון איר הארץ וויאזוי צו פארבעסערן דעם מצב. אויב וואלטן קיין פאגראמען נישט געווען אין רוסלאנד, איז א סברא אז מדינת ישראל וואלט נישט צושטאנד געקומען. אפילו די רעליגיעזע ציוניסטן, א שטייגער ווי ר' שמואל מאהילאווער און זיינע מיטארבעטער, האבן אנגעהויבן טראכטן מער אקטיוו איבער שיבת ציון נאך די צרות וואס זענען געווען אין רוסלאנד. און אויב וואלט נישט געווען א וועלט-מלחמה מיט א מדינה, איז א גרויסער ספק צי ס'וואלט געווען א סאטמארער רב. פראבלעמען פראדוצירן רייבערייען, און ווען צוויי געגנשטאנדן צערייבן זיך פראדוצירט עס ענרגיע, פונקט ווי דער דונער אינעם הימל וואס רייסט אויף פון א צוזאמענשטויס צווישן כמארעס.

כאטש ס'איז אמת אז די מענטשהייט קען זיך נישט פארשטיין, און ס'איז א פארצויגענע דור-הפלגה'דיגער צושטאנד וואו גרופעס האלטן זיך אין איין אנשטויסן איינע אין דער אנדערער, דארף מען פארט אין אכט נעמען אז דער באדייט פון אזא אלוועלטליכע מיספארשטענדעניש איז אויך א פארזיכערונג אויף א שטענדיגער פראדוקציע פון מענטשליכער ענערגיע. ס'איז נישט גרינג פאר יענע וואס געפינען זיך אינערהאלב דעם כאאס, פאר די וואס געפינען זיך צווישן די רעדער, די וואס פילן דעם אנשטויס דירעקט אויף דער אייגענער הויט, אבער דארט וואו ס'פילט זיך דאס שווערסטע, פון דארט וועט ארויסגיין דער גרעסטער פונק. דאס פינטעלע אין דער שוועבל-פושקע וואס דערפילט די היץ פונעם שוועבל, איז דאס פינטעלע וואס איז זוכה צו תחיית המתים.

שטעלט אייך פאר וויאזוי די וועלט וואלט אויסגעזען ווען פראבלעמען וואלטן גארנישט פראדוצירט, דעמאלט וואלט עס געווען א טאטאלע פינסטערע מציאות. ס'וואלט געווען א מסכתא פון יסורים אן קיין היילונג צום סוף, ס'וואלט געווען איין לאנגע קייט פון א בארבארישע עקזיסטענץ אן קיין שטראל ביים עק פונעם טונעל. וויבאלד אבער אז פון ווייטאג וואקסט ארויס א בלום, קומט אויס אז יעדע צרה פון דער מענטשהייט איז אין דער זעלבער צייט א חבלי לידה, וואס פראדוצירט דעם בעסערן מארגן. ווען יסורים פארמאגן א משמעות, פארלירט עס דעם נאמען יסורים. ס'איז א פראגע צי מ'קען עס נאך אנרופן יסורים, ווען מיר ווייסן אז יעדע קרעכץ איז נאך א נאָט אינעם צווישן-מענטשליכן ליד וואס ווערט געשאפן דורך די דורות.

דערפאר, אפילו אויב זאל אמת זיין אז היסטאריע חזר'ט זיך שטענדיג איבער, איז עס בלויז אינעם פיזישן בילד. פון א רוחניות'דיגן קוק ווערט עס אלץ רייכער און רייכער, ווען ס'קומען נאכאנאנד צו פרישע נאראטיוון, פרישע געדאנקען און פרישע פארמולעס. קיין שום זאך אין דער וועלט קען נישט ערזעצן די מיליאנען גאלאנען פון בלוט וואס ווערן פארגאסן אין צווישן-מענטשליכע קאנפליקטן, אבער אויב איז דער מענטש בכח אויפצוקומען כסדר מיט א נייעם ליד, קענען מיר דאך האפן אז אין א טאג וועט די מענטשהייט באגרייפן – כאטש אויף א קורצער צייט – די צרה פון דער גאנצער מענטשליכער רעאליטעט, און אזוי פרובירן צו פראדוצירן א בשותפות'דיג ליד וואס זאל לעזן די יסורים פונעם ברייטן אינטערנאציאנאלן פאזל.



חלק ג': וויאזוי דערהערט מען די סימפאניע?

וואס ס'איז געשריבן ביז אהער איז נישט בלויז אן אידעאליסטישער אפטייטש פון היסטאריע, ס'פארמאגט נישט אין זיך קיין שום הנחות, נאר ס'באטראכט דעם מציאות ווי ס'איז, אנווייזנדיג אויפ'ן שטראל אינעם פארצויגענעם טונעל גופא, נישט אינעם עק פונעם וועג, נאר אינעם יעצטיגן געווירבל פון די צווישן-מענטשליכע ארגומענטן און קאנפליקטן. אבער ס'איז נישט מעגליך צו דערקענען די סימפאניע וואס די מענטשהייט גיט ארויס אויב מ'איז אליין פארזונקען אינעם קאנפליקט. נאר דעמאלט ווען מ'טרעט אויף צוריק און מ'קוקט אויף די אמפערניש פון אן איינשליסנדיגן (inclusive) בליק, דעמאלט קען מען דערקענען די פארשידענע קולות פון רעכטס און לינקס און דערהערן וויאזוי זיי הארמאניזירן.

די גראז איז שטענדיג גרינער אויף דער אנדערער זייט, נישט ווייל מ'נארט זיך ביז מ'קומט נאנט, נאר פונקט פארקערט - ווייל דער וואס געפינט זיך פאקטיש אויף דער אנדערער זייט איז צו נאנט צו דער גראז, און ווען מ'איז צו נאנט צו עפעס איז שוין נישט מעגליך צו שעצן די גאנצקייט פונעם בילד. דאס ראמאנטישע פייער וואס צעפלאמט די פאנטאזיע פונעם מענטש האלט זיך בעסער אויף ווען זי איז ווייט פון רעאליטעט, וויבאלד ווען מ'קומט צו נאנט צום טעגליכן מציאות איז מען אין א סכנה פון בלייבן שטעקן אויף דער מאמענטאלער געגנווארט, ביז מ'געדענקט שוין מער נישט וויאזוי צו קוקן אויפ'ן בילד מיטן בליק פון א פויגל אין הימל וואס קען זען א ברייטערע פאנאראמע.

מיר אלע ליידן, ס'איז א טייל פון דער מענטשליכער רעאליטעט, אבער דער עיקר מקור פון די יסורים איז די שוועריגקייט וואס מיר האבן צו נעמען דעם טריט אויף צוריק. א סימפאניע פון קולות איז שיין, אבער ווען מ'איז צו נאנט צו איין אינסטרומענט ווערן די אנדערע אינסטרומענטן פארטויבט. ווען מיר זענען צו נאנט צו זיך אליין, ליידן מיר [*]. אבער ווען מיר קענען ארויספליען פונעם זיך, ווען מיר קענען קוקן אויף זיך פונדערווייטנס, קענען מיר פארנעמען די קונסט. די חכמה איז נישט אין פארשליסן די טיר, נאר אין עפענען די טיר.

אויב איז דאס די רפואה פאר'ן אינדיווידועל וואס ליידט, איז עס פאקטיש אויך די רפואה פאר דער גאנצער מענטשהייט. ווייל דער מקור פון יעדער מלחמה איז דער פאקט וואס מ'באטראכט "יענע גרופע" ווי דער מקור פון די אייגענע יסורים, בשעת דער אמת איז פונקט פארקערט. דער מקור פון די יסורים איז אינעם ענגען בליק וואס דער מענטש האט אנגענומען כלפי זיך. א מענטשהייט וואס פארשטייט דעם פרינציפ איז א מענטשהייט וואס ליידט נישט מער, און זוכט נישט מער אפצובייסן די קעפ פון אנדערע.

די בלוט פארגיסונג צווישן מענטשן איז נישט א תוצאה פון מיינונגס-פארשידנהייטן, נאר פון אן עגאאיזם. איך רעד נישט וועגן אן עגאאיזם אינעם געווענליכן זין, וואס דאס מיינט עמיצער וואס טראכט נאר וועגן זיך אליין, ווייל א קעמפער אין נאמען פון אידעאלאגיע איז אפט גרייט אויף מסירות נפש פאר'ן ציל אין וועלכן ער גלייבט, אבער דער עגאאיזם שטעקט אין דעם וואס ער איז נישט בכח ארויסצופליען פונעם זיך, בשעת'ן אפשאצן די אידעאלאגישע סכנה פון זיין שונא. דאס איז באמת די טראגעדיע פון דער מענטשהייט אין וועלכער מיר אלע זענען פארוויקלט.

יענעם קענען מיר נישט טוישן, און אפילו זיך אליין צו טוישן איז נישט גרינג. אבער מיר דארפן זיך נאר צוגעוואוינען צו זוכן די עסטעטיק פון דער מענטשהייט. מיר דארפן זוכן די שיינקייט אינעם כאאס, די קונסט אינעם געווירבל. ווען מיר וועלן אליין זיך קענען אפשטעלן אינמיטן א ויכוח מיט אונזערס אן אידעאלאגישן קעגנער און זאגן "מה רבו מעשיך ה'" (זאל זיין אפילו נאכ'ן ויכוח...) וועט דאס הייסן אז מיר האבן מצליח געווען זיך ארויסצוציען אויף א רגע און אראפקוקן אויף זיך אליין פון דער הויך. אזא טריט איז אייגנטליך אונזער פערזענליכע גאולה.



חלק ד': שירו לו שיר חדש...

פון אן אנשטויס צווישן צוויי געגנשטאנדן קומט ארויס א פרישע ענערגיע, ווי געזאגט פריער. נאר דער אימפולס קען אמאל זיין צו פארניצן די ענערגיע אויף כעס, ווען ס'איז אייגנטליך א ווינק פון דער נשמה אז ס'איז צייט צו נעמען די פעדער אין דער האנט, זיך אראפזעצן און אויפקומען מיט א מעלאדישן ענטפער. אפילו אינעם היימישן עסקן וואס רודערט כסדר א וועלט מיט פרישע תקנות און איסורים, איז סוף כל סוף פאראן א מוזיק אין זיינע מעשים – נישט געקוקט וויאזוי ס'קומט אויס פאר די ארומיגע. די מוזיק קען זיין א גריזשע, וואס איז געווארן מיט די יארן פארכמארעט, נאכדעם וואס ס'האט נישט געהאט קיין קאנקרעטע אפאנענטן אין וועמען זיך אנצופלאמען.

ס'איז קיין ספק נישט אז אין אונזער היימישן וועלטל קען מען דערהערן א שיינע מוזיק, אבער אפילו ווען מ'שטויסט זיך אן אין אומאנגענעמע מאמענטן, איז עס בסך הכל א רוף צו רעאגירן מיט אן אייגענער מוזיק און שאפן א פרישע שיכט צו דער הארמאניע. ס'לאזט זיך שאפן א נייע שיכט, מ'קען אויפקומען מיט נייע שורות פאר אן עקזיסטירנדער פאעזיע, אבער מ'טאר נישט פארשווארצט ווערן צווישן די רעדער, נאר מ'דארף זיין דער פונק וואס גייט אויף און צינדט אן אנדערע ליכט. מ'דארף איבערזעצן די ענגשאפט אין דער שפראך פון מוזיק, מ'דארף לאזן די שעפערישקייט דערהיצן דעם מוח און זאל עס אנהייבן אויסשפייען רעיונות פאר א בעסערן מארגן.

דאס זעלבע איז געזאגט געווארן ביי יעדן אנשטויס וואס מאכט זיך אין לעבן, סיי צווישן אינדיווידועלן און סיי צווישן גרופעס. פון איין זייט דארף מען קענען דערהערן די וועלטליכע סימפאניע, און צו דער זעלבער צייט דארף מען אליין אויסוועבן פרישע נאטן צו דעם גרויסן אלמענטשליכן מוזיקאלישן פראיעקט.

____________
[*]באמערק דעם דאפלטן פראבלעם: ווען מ'איז צו נאנט צו זיך קען מען נישט זען יענעם, אבער אויך דער "זיך" איז נישט קיין אמת'ע אפשפיגלונג פון דער רעאליטעט, וויבאלד דער מציאות פון א "זיך" איז געוואנדן אינעם מציאות פון עפעס אנדערש וואס איז "נישט זיך". דאס בילד פון דער בריאה איז אין אמת'ן אזא וואס צייגט ביידע זייטן אייניג אויף א פאראלעלער ערד, און דאס קען מען נאר זען ווען מ'פליט ארויס.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר