דער גרויסער שול אין ראדימנא איז איבערגעפולט. דער עולם איינגעוויקלט אין ווייסן, גרייט זיך צום שופר בלאזן. ס'טוט זיך א מורמלעריי, איינער מיט א תחינה, א צווייטער מיט א ספר'ל איינגעבויגן, א דריטער מיט א תהילים'ל פארוויינט די אויגן. ווען פלוצלינג...
עס יאגט אריין צווישן די מענער א פארסאפעטע פרוי, מיט א קוויטש: "אידן ראטעוועט!!! איך וויל נישט שמאכטן אין טורמע". הינטער איר יאגט נאך א פאליציאנט און פירט איר שטורמיש ארויס פון שול.
דער סצענע האט געמאכט א מהפיכה אין שול. אין א זייט, צווישן די גרויסע טומל, האט זיך בליציג פארמירט א קופקע'לע, עטליכע פלינקע אידן האבן זיך שנעל אריענטירט, און געמאכט א שנעלע באראטונג. די עסקנים האבן פרובירט צו כאפן וואס עס האט דא אקארשט פאסירט, און וואס טוט מען ווייטער. בליץ שנעל זענען זיי געקומען צום החלטה: מען וועט ווארטן מיטן שופר בלאזן! און א דעלעגאציע לאזט זיך אין וועג צום דערנעבנדיגן שטאט פשעמישל, צום פרעזידענט פונעם קהילה ד"ר לייב לאנדוי אז ער זאל אינטעווענירן ביי זיינע פריינט צווישן די הויכע פענסטער, אז מען זאל באפרייען דעם אידישן פרוי אנקומענדיג צו ד"ר לייב לאנדוי אינדערהיים, האבן זיי פארצווייפלטערהייט פארגעלייגט די שרעקעדיגע פאסירונג וואס האט אנומעלט צושטערט די שופר בלאזן אין שול.
"געערטע ברודער" - ווענדט זיך צו זיי ד"ר לאנדוי אין קורצע דיבורים. "איר ווייסט אז איך בין אויסגעשפראכן סיי ווען, נישט צו לאזן ארעסטירן א אידישער פרוי אין טורמע, ווער רעדט נאך אין סאמען יו"ט ר"ה. אבער דא, איז זי ארעסטירט געווארן אויף מיין אינציאטיוו אליינס! זייטס מצליח".
***
דער שיף האט נארוואס געאנקערט ביים פארט. זלאטע רובין שטייגט אראפ אויפן באדן, און פארט תיכף צו צום שטעטל ראדימנו. אנקומענדיג אין די שפעטע נאכט שעות, איז זי תיכף פארפארן צו אייזענבערג'ס האטעל וואס געפונט זיך צופיסנס פונעם באן שטאנציאן. די פרוי האט זיך אנגעגעבן אלץ א רעבעצין פון יאסי, רומעניע.
דעם באן סטאנציע אין ראדימנו
נאך א קורצע איינקוואטירונג, בעט זלאטע פונעם האטעל אייגענטומער מר. אייזענבערג, אריבערצורופן דעם רב פון שטאט צו זיך אין האטעל צימער. מר. אייזענבערג האט קלארגעשטעלט פאר פרוי רובין, אז ס'איז נישט שייך צו גיין אין די קליינע נאכט שעות וועקן א מענטש. ווי נאר ס'וועט ווערן לעכטיג וועל איך אים גיין רופן דא אהער. זלאטע האט אן אומגעדולדיגער מסכים געווען דערצו.
בעפאר אכט אזייגער אינדערפרי, איז דער רב - רבי שמואל שאפירא אריבערגעגאנגען צום האטעל. נאך א קורצע שמועס מיט פרוי רובין, איז דער רב אוועק צו זיך אהיים מיט א טיפן קנייטש אויפן שטערן.
דעם גאס פון אייזענבערג'ס האטעל
ס'איז נישט לאנג פארביי, און פרוי רובין קלאפט אן ביים רב אין שטוב. זלאטע האט זיך אנגעגעבן אלץ א קרובה צום רב'ס משפחה(-נעמליך, דער ראדימנער רב'ס שווער האט געהייסן רובין. מיין מיינונג.) זי איז תיכף געלאדענט געווארן זיך היימיש צו מאכן. מען האט איר אויפגענומען מיט אפענע ארעמס, און איר איינקוואטירט אין א באזונדערע שלאף צימער ביים רב אינדערהיים.
דער ראדימנער רעביצין רחל שפירא, האט איר פארבעטן אויף מיטאג. זיי האבן געגעסן געשמאק און פארברענגט איינגענעם, שמועסנדיג פון אלעמען און אלץ. די טעכטער זענען ארויס פארברענגען אין גארטן וואס איז געווען אין די בעק פונעם הויז, און די צוויי פרויען זענען געבליבן אינעווייניג פארליבט אין א שמועס.
- "איר ווייסט?" - רופט מיסיס רובין זיך אן צום רב'ס פרוי. "איך האב געבוירן א קינד פון דיין מאן".
- "ו-ו-ו-א-א-א-ס-ס-ס... וואס רעדט איר נארישקייטן?..." - האט רעביצין שפירא געפרעגט א צוטרייסלטער.
רעביצין שפירא זיצט שאקירט ביז גאר און אטעמט שווערליך, ביז זי שרייט א צושוידערטער: "וואס הייסט, ווי איז דאס מעגליך? ער קען שוין יארן נישט האבן קיין קינדער... שוין גאנצע אכט יאר, וואס ער איז שלאַף! מיר האבן קיין נאנטע שייכות שוין אזויפיל יאר. וואס פלאפלסטו נארישקייטן?".
- "יא יא, איך האב מיך שוין מיינע וועגן, און ער האט מיט מיר געהאט א לעכטיג קינד" - זאגט פרוי רובין געלאסן.
רעביצין שפירא איז שוין אין אירע מיטעלע זעכציגער יארן. דרייט זיך אלץ מיט א לוסטיג פנים, מיט א שטעמפל פון פארצייטיש רבי'שע יחוס, פרישע קינדערישע אויגן, פול מיט תמימות. טראגט א ווייסע זיידן געבלימטע טוך וואס פארשלייפט זיך אונטערן האלז, און אויף די נאטורלעך רויטע ליפן, איז אלץ א לייכטקייט איבערגעצויגן.
- "אבער איר זאגט נישט קיין אמת, קוזין מיינע! מיין מאן איז נישט בכח פאר אזאנע זאכן, איך בין גרייט דאס צו שווערן ביי א ספר תורה אין שול! קום נאר אין שול אריין".
די מיטאג האט זיך געענדיגט מיט א זויערקייט, און זלאטע איז זיך צוריק אריין אין איר צימער.
זלאטע רובין האט זיך אויפגעהאלטן ביים רבי'ן אין שטוב פאר די קומענדיגע 15 טעג. במשך די צייט האט זי מיטגעהאלטן אלעס ביים רבי'ן, די זמירות, שלום עליכם, די סעודות שבת, די טישן, אא"וו. זי איז דעם גאנצער צייט געווארן סערווירט ווי עס פאסט פאר א קרובה פון דערווייטנס. מען האט איר אפילו גערופן "רעביצין" אויף איר מאדנער קאפריז.
במשך די פופצן טעג, האט זי זיך מערערע מאל איינגעהאנקערט מיטן רב אין א טענה'ריי, פארלאנגענדיג א גט פונעם רב. זלאטע האט געסטראשעט אומ'צוויידייטיג: איך דארף א גט פון דיר כדת של תורה, אז נישט פארצייל איך פארן גאנצן שטאט וואס די האסט געטון..." דער רב האט פרובירט ס'זאל זיין אויף א שטילן טאן, די טעכטער זיינע זאלן נאר נישט געוואויר ווערן וואס דא קאכט זיך אפ.
ס'האט אבער נישט לאנג געדויערט, און די טעכטער פונעם רב האבן דערשמעקט ווער ס'איז זייער אנגעגעבענער קרוב זלאטע רובין.
ראצעלע און איידי, די טעכטער פונעם רב, האבן זיך דערמאנט פון די מאדנע בריוון וואס זיי האבן געליינט אין די פאסט. ווארשיינליך איז זי דער יעניגער וואנזיניגער, וואס האט געדראעט מיט דאס ארגסטע. איר יחוס אהער שטאמט שוין גארנישט אלץ קרוב.
מיט עטליכע וואכן פריער, האבן די רב'ס טעכטער געעפענט די פאסט בריוון, און זיך אנגעשטויסן אין א מאדנע בריוו. דער שיקער שרייבט צו זייער טאטן: "טו איר אריין די פיגולקעס (-פילן) אין טיי אדער קאווע, וועט זי שוין שלאפן".
עטליכע טעג שפעטער שרייבט זי ווידער: "די פילן זענען פאר איר, נישט פאר דיר. איר קענט איר שוין שטעלן א מציבה", אונטערגעשריבן: "זלאטע רובין".
די טעכטער דערשראקענע און צומישטע, האבן שנעל צוריק פארקלעבט די בריוון, דער טאטע זאל נאר נישט זען אז נאך איינער האט געליינט די בריוון.
אין איינע פון די טעג, ווען זלאטע האט זיך גע'פלפל'ט מיטן רב איבער באקומען א גט, האט זי זיך גע'טענה'ט אן אויפהער: "איך וויל א גט! איך וויל א גט!".
דער רב טענה'ט: "איך קום דיר גארנישט".
- "אבער דו האסט מיט מיר חתונה געהאט" אייסערט זי זיך ווייטער.
- "יא יא, דו האסט מיר געצווינגען מיט א רעוואלווער אויף מיין קאפ, א ברירה האביך דען געהאט?".
די טענער זענען געווען אזוי הויך אז דער רב'ס טאכטער מינדי האט מיטגעהאלטן די גאנצער וויכוח צווישן איר טאטע אין זלאטע. דער רב צוזעענדיג דאס, האט געמיינט אז ער שטרעקט זיך אויס אין חלשות, די בושה איזגעווען אין לשער.
***
ווער איז דער מאדנער פארשוין'טע "זלאטע רובין"?
סאלאטע (ווי זי פלעגט זיך אפט אידענטיפיצירן) רובין, איז געבוירן צו חסיד'ישע עלטערן אין שטאט ניי-סאנז. איר טאטע איז געווען א גבאי ביי איינע פון די רוזשינע אייניקלעך אין הויף. זלאטע אליינס איז אבער געווארן אויפגעצויגן גאר פרימיטיוו. זי האט נישט געקענט שרייבן גארנישט, ניטאמאל פליסיג ליינען, און אין קורצן: אן אנפאלבעט'קע. מיט אזא געלונגענקייט האט זי טאקע זוכה געווען צו ווערן א כלה צו איר אויסגעוועלטן מאן, שמואל קראפף - דער וואסער טרעגער פון ניי-סאנז.
נישט פארביי קיין ירח ימים און דער פופצן יעריגער זלאטע'לע איז שוין געווען 'חוזרת לבית אביה' מיט א צוועלווער אין האנט...
נאכן זיין זיבן יאר א גרושה, האט זי פריש חתונה געהאט צו שאול אדלער. שאול איז געווען א רייכער יונגאטש, ווי זלאטע פלעגט אלץ דערציילן איבער זיינע אכט קארעטעס איינגעשפאנט צו זעכצן ריטערישע פערד!

- Radymno Rebbetzin.jpg (25.6 KiB) געזען געווארן 12599 מאל
די 'רעבעצין' זלאטא
זלאטע פון ניי-סאנז און שאול פון סיטשאווע (בוקאווינא), האבן נאך א שטיק צייט באשלאסן צו פארווירקליכן די טרוים פון מיליאנען אייראפעאישע אידן. נעמליך, צו עמיגרירן קיין אמעריקע. דער ארט וואו פון די מיסט טרעקלעך טראפט ארויס גאלד אנשטאט מיסט, און גליק קויפט מען פאר פעני'ס.
זיי האבן עמיגרירט קיין אמעריקא, דא אין אמעריקא האבן זיי געלעבט עטליכע יאר צוזאמען, אבער עלנד אנע קינדער. זלאטע האט אים אפגע'גט, טענה'נדיג אז ער קען נישט האבן קיין קינדער, און אין אזא לעבן איז נישט ווערד אויפצושטיין.
זלאטע מיט פיר טויזענט דאלער אין האנט, האלב פון איר געוועזענער מאנ'ס פארמעגן, איז אריין אין וועג צו זוכן א דריטן מאן... זי האט זיך אנגעשטויסן אין א אידל בצלאל שמאיע. זלאטע אין איר מאן האבן שיין מצליח געווען אין ביזנעס, וואו זיי האבן אנגעפירט אן אנצוג געשעפט. עד כדי כך, אז זיי האבן פארמאגט עטליכע הייזער אין באסטאן-מאס', וואו זיי האבן דאן געוואוינט. נאך עטליכע יאר, האט זיך דאס רעדל א קליינער דריי געטון, און זיי האבן פארקויפט דאס געשעפט. אין יארע 1923 האט משפחת רובין )(בצלאל שמאיע האט זיך געטוישט זיין נאמען צו רובין) מיט זייערע דריי קינדער - וואס בצלאל האט מיטגעברענגט צום חתונה - זיך אריבער געצויגן קיין ניו יארק.
דא איז איר מאן געשטארבן נאך זיך מוטשענען מיט א קראנקהייט רח"ל. פרייטאג אויפדערנאכט ליגענדיג אין בעט האט ער אויסגעהויכט די נשמה, במעמד זיין פרוי זלאטע, און דער ראדימנער רב וואס האט זיך דאן געפונען אינעם דירה.
פון איר מאן'ס פטירה און ווייטער, האט זיך ארויסגעצייגט גאר שטארק א קראנקהייט פון וואס זלאטע האט געליטן. זי האט פארמאגט א אדנער "פעטיש", נעמליך, צו זיין א "רעביצין". זי פלעגט זיך דרייען ביי רבנים, רבי'ס, בנש"ק'לעך- "גוטע אידן" ווי מ'האט זיי גערופן - אונטער דיפיס.
וואו זי האט נאר געקענט, האט זי פרובירט אנצוקניפן באציאונגען אין רבי'שע הויפן, און מדור 'חדשות אני מגיד' תמוז תשע"ו 25 זי איז געווען גרייט צו צאלן גרויס געלט וואו ס'פעלט אויס, אולי וועט איר געלונגען חתונה צו האבן גאר מיט א רבי אליינס.
איין ביישפיל:
טאקע יעצט וויילנדיג ביים ראדימנער רב אינדערהיים, האט זי געצווינגען דעם רעביצין רחל שפירא, צו שרייבן א בריוו צום רעביצינ'ס
ברודער אלעזר (-הלוא הוא דער סאסובער רבי ר' אלעזר רובין, חדב"ן הרה"ק רבי שלמה מ'סאסוב זי"ע,) באפעלנדיג צו שרייבן אקוראט אזויווי זי דיקטירט, כדלהלן:
- "ליבער ברודער! מיין מאן איז געפערליך קראנק, מען האט צו אים ארויסגערופן א פראפעסאר פון קראקא, ער דארף האבן גרויס רחמים. בעט פאר אים, ער זאל בלייבן א טאטע צו זיינע קינדער. זלאטע רובין וויל מיט דיר חתונה האבן, זי וועט דיר געבן 10,000 דאלאר נדן, און וועסט קענען טון מיטן געלט וואס נאר דו וועסט וועלן".
די מעלדונגען איבער סאסובער רבינ'ס באזיך אין ניו יארק
***
זלאטע זיצט שוין איבער א וואך ביים רב אין דירה. די מצב איז גיהינום. יא! וויפיל מען פרובירט זיך נאר צו האלטן אין א רואיגע אטמאספער אין זלאטע'ס געגנווארט, מאכט זיך נאך און נאך קאמפליקאציעס מיט איר. "איך האב פונקט אזויפיל רעכט צום רב ווי דיר" - שרייט זלאטע איין פארנאכטס צו רעביצין שפירא וואס פארבייסט שטייף אירע ליפן. אזא מין אנשיקעניש האט זיך אריינגעפארקט ביי זיי אין שטוב, אן א פלאן ארויס צו גיין פון דארט.
ביים רב אין הויף איז מען זיך צוזאם געקומען אויף א געהיימע מיטינג. א געקליבענע צאל משפחה מיטגלידער האבן אנטיילגענומען, זען צו טרעפן א לעזונג וויאזוי זיך אפצושאקלן פון דעם אנשיקעניש "זלאטע רובין". אט איז איינער אויפגעקומען מיט א געניאלן געדאנק, איר צו לאזן לופטערן פון ראדימנער רב'ס דירה.
וואס פאסירט ווייטער?ליינט ווייטער אינעם המשך ווען [אויב] ס'וועט נאכפאלגן.