אינטערסאנטער האט געשריבן:יתרו פארוואס האסטו ענדערש אפגעמאכט צו גלייבן די ווערסיע פון די נערוון קראנקע פרוי ווי איידער די ווערסיע פון די משפחה?
אין דער צייט וואס לכל הדיעות איז כאטש טייל זאכן פון איר ביך געפראווט געווארן אז דאס איז פאלש, און דאס ווארפט א ליכט אויף די איבריגע חלק צו גלייבן אז דאס איז פאלש
ס'קוקט אויס ווי מענטשן פארשטייען נישט וואס מען רעדט צו זיי.
איך רעד נישט דא וואס איך גלייב, איך האב סך הכל רעאגירט צו מאיר הערש'ס זינלאזע אטאקע כאילו עס איז א דבר פשוט אז זי איז אנטלאפן צוליב הנאת עולם הזה, אויך דעם האב איך רעאגירט אז לויט איר ווערסיע איז עס נישט אזוי, און עס האט נישט קיין פשט צו אטאקירן א פרוי ווען דו האסט ניטאמאל דורכגעליינט וואס זי זאגט.
מאיר הערש האט געשריבן:אז דו גלייבסט דאס וואס דו שרייבסט האב איך דיר א בריק צו פארקויפן. אירע קינדער האבן אליין באשטעטיגט ווען און פארוואס זי איז אנטלאפן. ס'איז קלאר אז דאס ביכל איז נישט געשריבן געווארן דורך איר נאר דורך איינעם וואס האט פיינט חרדים און גערער חסידים בכלל.
אויב דו וואלסט געקלערט מיט א ביסעלע לאגיש און א טראפ פארשאנד, וואלסטו אין איין מינוט געזען מיט וועמען דו האנדלסט. א נארמאלע פרוי, טאמער איר מאן וואלט געטון דאס וואס זי שרייבט וואס איר מאן האט געטון אדער געוואלט זי זאל טון, וואלט זיכער געגאנגען צו א רב זיך שואל עצה זיין. צו וועמען איז זי געגאנגען? צו פרייע עלעמענטן. זעט מען דאך קלאר אז דאס גאנצע ביכל איז הויל ליגנט און נאר געמאכט פאר דער ציל צו ברעיוואשן נאיווע מענטשן און צו באשמוצן ערליכע אידן. זיי האבן טאקע געמיינט פאר אזעלעכע מענטשן ווי דו און דיין גלייכן און האבן געטראפן אין ציל.
די קינדער וואס האבן אפגעהאקט מיט איר שפירן זיך שולדיג אין איר מארד האבן
אליין באשטעטיגט... עס קאסט מיר א לאך.
חוץ מזה, וואס האבן זיי באשטעטיגט? אז איר מאן האט נישט געטוען מיט איר וואס זי באשולדיגט אים? קודם כל וואו און ווען האבן זיי דאס אפגעלייקנט? און צווייטענס ווי אזוי קענען זיי וויסן צו עס איז אמת צו נישט? לויט איר ווערסיע האט זי דירעקט זיי נישט דערציילט וואספארא קראנקע טאטע זיי האבן, כדי זיי נישט צוצושאקלען.
און בנוגע דיין לאגישע טענה זעט מען ווייטער אז דו האסט ניטאמאל געהערט איר ווערסיע און שרייסט ווי אן אומערצויגענע צאפ, אוודאי איז געווען א רב אינוואלווד פאר זי איז געווארן פריי, און דער רב האט איר געהייסן צוריקגיין, און זי איז צוריקגעגאנגען פאר ניין חדשים, צו א מאן פון וועם זי האט זיך שוין געעקלט, און זיך געפייניגט ווייל אפשר דאך וועט זי קענען שלום מאכן מיטן מצב.
און נאכאמאל, קלאר צו מאכן בנוגע ווער עס איז באגלייבט נעם איך נישט קיין צד דא, (הגם איך פערזענליך גלייב אסתר עטליסט למחצה ולשליש ולרביע, ווייל דער מאן האט נישט געהעריג אדרעסירט אירע טענות), איך זאג נאר אז די אלע וואס שרייען אזוי ווי דער מאיר הערש מיט א זיכערקייט אז זי איז די שולדיגע און א נערווען קראנקע, ברויכן זיך אליין אונטערזוכן.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.