ואת מכסה התחש אשר עליה... [snood סומאטוכע]

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ואת מכסה התחש אשר עליה... [snood סומאטוכע]

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 25, 2016 3:07 pm

מורי ורבותי!

מיר זענען זיך צאמגעקומען היינט, ווייל מיר שפירן אז 'לא עת לחשות', מיר קענען נישט לאזן אזא פירצה גיין ווייטער, ווייל פירצה קוראת לגנב, ותוצאותיה מי ישורנה.

כדי צו פארשטיין על מה יצא הקצף, וויל איך מקדים זיין דאס וואס מיר ווייסן פון קינדווייז אן, אז ביים משכן האט מען זיך באנוצט מיט די הויט פונעם חיה - דער "תחש", וואס דער תרגום רופט אן "ססגונא", און ווי אלע קענען פשט דערפון: ששש ומתפאר בגוונין שלה - דער תחש איז פרייליך און האלט זיך גרויס מיט אירע הערליכע קאלירן. און דערפאר האט מען עס גענוצט פאר א שיינעם צודעק אויפן משכן.

שטעלט זיך א שווערע פראגע: מיר געפונען אין די תורה אז מ'האט זיך באנוצט מיט אלע קאלירן, רויט [שני], בלוי [תכלת], פוירפל [ארגמן], גאלד און זילבער א.א.וו.

נו, אויב אזוי איז שווער צו פארשטיין מיט וואס דער תחש האט זיך גרויסגעהאלטן? די אידן האבן ממילא געהאט אלע קאלירן און פארבן, און אפילו אנעם תחש וואלט מען זיך אן עצה געגעבן צו שאפן אלע פאסיגע פארבן פארן משכן'ס צודעק?!

***


ביי די פרשה פון דינה און שכם, געפונען מיר אין פסוק וואס זי האט געהאט געטון: "ותצא דינה בת לאה אשר ילדה ליעקב לראות בבנות הארץ". די נעקסטע זאך איז געווען אז: "וירא אותה שכם" און ער האט געזינדיגט מיט איר. באמת קען מען זיך שטעלן פארוואס דער פסוק האט צוגעלייגט די ווערטער "לראות בבנות הארץ". וואו קומט עס אריין? דו ווילסט דערציילן אז שכם האט איר געזען און געגלוסט, שרייב נאר אז זי איז ארויס אין גאס, וואס פעלט אויס מאריך צו זיין 'פארוואס' זי איז ארויס?

די תירוץ דערויף ליגט אינעם סוף פונעם פרשה. נאך וואס שמעון און לוי האבן אויסגע'הרג'עט גאנץ שכם, האט יעקב זיי אפירגעהאלטן אז זיי האבן זיך דא אנגעברענגט צרות, אז אלע שכנים וועלן זאגן אז די 'איזראעליס' זענען ווילדע חיות. אויף וואס שמעון און לוי האבן צוריקגעענטפערט מיט דעם פאלגענדן טענה: "הכזונה יעשה את אחותינו?!".

עפעס זעט אויס אז זיי האבן פארשטאנען אז דער מנוול שכם האט איר אנגעקוקט ווי א זונה, און אויף דעם איז די טענה 'הכזונה "יעשה" את אחותינו?!' - זאלן מיר אים צולאזן ער זאל זיך 'אויפפירן' צו איר ווי צו א זונה?! יעצט בלייבט נאר איבער פאר אונז צו פארשטיין, וויאזוי האט דינה בת יעקב געקענט אויסזען ווי א זונה ח"ו, זי איז דאך געווען א טאכטער פון די בחיר האבות!

***


רבותי, נאך לאנגע חקירות ודרישות - אנגעפירט דורכן וועד הצניעות - זענען מיר געקומען צום החלטה, אז דינה האט געטון א געפערליכע זאך: זי האט זיך אנגעטון די טריפה'נע 'סנוד', וואס איז מקעקע ביצתן של קדושת בנות ישראל, און איז בניגוד צום מסורת האמהות, פון 'אמתלאי בת כרנבו' [מאמע פון אברהם אבינו] ביז 'צללפונית' [מאמע פון שמשון הגיבור], צו גיין דייקא מיט א טורבאן.

די הייליגע טורבאן, וואס האט אריינגענומען די אפגעשוירענע פרוי'אישע קאפ מיט אזא איינגעהילטע הילע פון קדושה וצניעות, האט געמאכט פלאץ פארן פארגרעבטן נידערטרעכטיגן סנוד, וואס וויל אוודאי געוויס דינען אלץ הינטער טירל פאר תועבות רמות, א שטייגער ווי גיין מיט די אייגענע האר, היה לא תהיה.

פרעגט איר אוודאי, מה לה לדינה ולסנוד? וואס עפעס האט זי זיך אנגעקלערט צו גיין מיט דעם גע'אסר'טן טריפה'נעם לבוש, וואס איז אוודאי געוויס אסור בתכלית האיסור, און קען גורם זיין שינוי המסורה - שוין אפגערעדט פאר אלע קלקולים אין גאס רח"ל. די ווייטאגליכע תשובה ליגט אינעם אויבנדערמאנטן פסוק: ותצא דינה וגו' "לראות בבנות הארץ". וויאזוי מיינט איר האבן די כנענ'ישע פרויען אויסגעקוקט? זיי זענען דען געגאנגען מיטן פארהייליגטן טורבאן? אוודאי נישט! זיי זענען געגאנגען מיט די לעצטע מאדעס, בשרירות לבי אלך, מיט די אפגעפרעגטע סנוד'ס זענען זיי ליידער געגאנגען.

דינה, נעבעך, האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און האט זיך אויך אנגעטון דעם גע'אסר'טן סנוד. זי האט געוואלט זיין אביסל 'אפ טו דעיט', אבער וואס האט שכם געזען? 'הכזונה יעשה את אחותינו', עס האט זיך אים געדאכט אז זי איז גאר א זונה ח"ו, ווייל זי האט אויסגעטוישט דעם פארשלייערטן צניעות'דיגן טורבאן, מיטן פריצות'דיגן 'פירצה קוראת לגנב'דיגן סנוד. און אזוי איז ליידער געשען דאס ארגסטע ה"י.

***


יעצט וועלן מיר שוין פארשטיין כמין חומר די שמחה פונעם 'תחש', וואס איז 'שש ומתפאר בגוונין שלה'. זי פריידט זיך נישט נאר מיטן פאקט אז זי האט קאלירן, זי פריידט זיך בעיקר מיט דעם, אז מ'האט איר נישט גע'אסר'ט צו נוצן. פרעגט איר אוודאי, פארוואס עפעס זאל מען אסר'ן דעם תחש, וואס האט זי שוין שלעכט געטון?

דער תירוץ איז, אז מ'דארף נישט עפעס שלעכט טון אז מ'זאל עס אסר'ן, מ'דארף נאר טון עפעס ניי, און 'חדש' - ווייסן מיר דאך אלע, איז - 'אסור מן התורה'. יעדע נייע מאדע, נייע געדאנק, נייע קלייד, און נייע קאליר, איז אין געפאר גע'אסר'ט צו ווערן, וויבאלד עס איז א שינוי פונעם הייליגן מסורה.

חז"ל זאגן דאך אויפן 'תחש', אז דאס איז ספעציעל ארויסגעברענגט געווארן צום משכן, און איז נישט געווען בעפאר דעם אדער נאכדעם צום געפונען. עפעס א נס מן השמים. נו, אזא חיה איז אין שרעקליכן געפאר גע'אסר'ט צו ווערן. ס'נישטא קיין מסורה איר צו נוצן, אירע קאלירן זענען א טראפעלע משנה געווען פון די באקאנטע גע'כשר'טע קאלירן, חדש איז דאך אסור מן התורה, מהיכי תיתי אז דער תחש וועט אדורכגיין די סעלעקציע?!

דערפאר, איינמאל די תחש האט געזען אז מ'וועט איר יא נוצן, און זאגאר פארן משכן ה', האט זי זיך הערשט אנגעהויבן גרויסצוהאלטן, און טאקע מיט אירע קאלירן - שש ומתפאר בגוונין שלה, אז טראץ די געווענליכע חשש פון נייע מאדעס, האט מען איר גאר גענוצט.


ואת מכסה [-צודעק] ה'תחש' אשר עליה...



.
טורבאן ווס. סנוד.jpg
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15572 מאל

Re: ואת מכסה התחש אשר עליה... [snood סומאטוכע]

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 25, 2016 3:28 pm

הערליך שיין. לאמיתה של תורה.

אפשר וועגען דעם איז פארשוואונדען געווארען דער תחש און חרבה המשכן. צוליעב די מאדערנקייט!

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8626 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג יולי 25, 2016 3:30 pm

איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן, איז געקומען ר' שש און מיר מאיר עינים געווען, עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס איך האב אריינגעלאזט אינדערהיים די ג'אסר'טע בענדענע, און עס איז ליידער מקוים געווארן ביי מיר, היום אומר לו עשה כך וכו',

#ממני_ילמדו_וכן_לא _יעשו
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4876 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג יולי 25, 2016 3:37 pm

גוט געזאגט אבער פאסט נישט פאר @שש די גאנצע זאך אז מ'שטייט ווי פארציקענדע טיגער און מ'זוכט זיך ווי אנצולייגן אויפ'ן עולם איז א בעבישע געדאנק וואס פאסט נישט פאר אזא עהרנפולע פערזאן ווי דו
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2888
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג יולי 25, 2016 3:38 pm

#פארטייאלערט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4876 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג יולי 25, 2016 3:45 pm

@שש משזר מיט די קאלירן פארשטייט צו די תחש קאלירן. זיין אומנות.

איך ווייס נישט פארוואס פארוואס די רבנים איז נישט איינגעפאלען צו מאכען א גאנצע פארקערטע עסק פון דעם וואס יעקב איז נענש געווארן ווען ער האט יא באהאלטן דינה פון עשו. ווען זי וואלט ארויס צו עשו מיט א תחש'דיגע סנוד וואלט עשיו חוזר בתשובה געווען.

אפשר קען שש דאס מגיד'יש אראפלייגען ווי אזוי עס וואלט געארבעט...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2472
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יולי 25, 2016 4:03 pm

בעלי תשובות אין אונזער קאמיונוטי?? ח"ו-היל"ת!!
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2016 4:05 pm

שש משזר:יישר כח גדול פאר'ן מסביר זיין די פארצווייגטע סוגיא מיט אלע מפרשים. דבר דבור על אופניו. און נאכדערצו פאסט עס אריין אין פסוק ממש געגאסן.
דו (און אלע אנדערע אויפגעקלערטע, משנאי ה' און ציונים) דארפסט/ן אבער פארשטיין אז אונז האבן ב"ה א שטארקן ועד משמרת הצניעות מיט אפגעהיטענע יונגעלייט וועלכע קוקן נאך א יעדע פרוי אין אונזער קריה הנאמנה קר"י אויב זי פיהרט זיך בצניעות ע"פי דרך הקדוש והטהור המסלולה לנו ע"י רבותינו הקדושים והטהורים, זצוקללה"ה...!אונזערע יונגעלייט קוקן נאך א יעדע אשה אויב זי שערט זיך אפ אינגאנצן מיט א 000. און האט נישט ח"ו קיין ביי האר. און אויב די סקוירט איז גענוג לאנג און די שטרימפ האבן א סיעם. (ס'מעג זיין דין און דורכזיכטיג. אבער ס'מוז האבן א סיעם.) און אונזערע אפגעהיטענע יונגעלייט מיט די הייליגע אויגן האבן לעצטנס באמערקט אז ס'איז ליידער געווארן א גרויסע און שרעקליכע פירצה בחומת הצניעות, ווען מערערע פרויען האבן אנגעטון דעם סנוד/בערעט, וועלכער רופט זיך שינעללל. (אויך א גרייז. אבער אונז לערנען דאך נישט ענגליש אדער פראנצויזיש, כידוע.).און אויב די פירצה וועט ווייטער אנהאלטן, וועללן מיר מוזן ארויסקומען מיט מער שרייענדיגע קול קורא'ס און אפשר אויך גוזר תענית זיין און מאכן א יום תפילה.
(און אפשר אויסזעצן די פענצטערס ביי דעם שייגעץ וועלכער האט די חוצפה צו אימפארטירן דעם בגד טמא, מכשיל צו זיין די בנות ישראל הכשרות...!)

Chenille......ליינט זיך שעניל נישט שינעל...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מאנטאג יולי 25, 2016 9:50 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2016 4:10 pm

בן אדם האט געשריבן:בעלי תשובות אין אונזער קאמיונוטי?? ח"ו-היל"ת!!

ס'דא. אבער נישט דורך די קאלירפולע סנוד'ס... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יולי 25, 2016 4:16 pm

ר' בערל, כ'האב גערעדט לגבי וואלווי'ס טענה
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2016 4:54 pm

בן אדם האט געשריבן:ר' בערל, כ'האב גערעדט לגבי וואלווי'ס טענה

בן אדם: הבנתי...! און איך האב געוואלט אומדירעקט אריינפליקן פאר די חשוב'ע אידן וועלכע גייען מיט'ן קאפ אין וואנט. אין קיין שום פאל וואס איך געדענק האביך נאכנישט געזעהן אז זיי זאללן גיין מיט'ן שכל הישר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג יולי 25, 2016 7:42 pm

טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא


פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר

ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר
בייגעלייגטע פיילס
Cn-q8YpXgAA38Ca.jpg
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2608
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2706 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג יולי 25, 2016 8:08 pm

@@שש משזר געוואלדיגע שטיקעל תורה! דפח"ח וש"ק.
קום אריין מער אפט מיט דיינע בליציגע רעיונות, ווארט נישט אויף די נעקסטע סומאטוכע כדאי צו מהנה זיין דעם עולם מיט דיינע חידושים...

____

איך וואונדער מיר פארוואס פונקט דער ר' אהרן ווייסט אייביג פונקטליך וואס טוהט זיך אין עזרת נשים? איז שחיטה מונחת שוין דורכגעפאלן אז ער וויל זיך נעמען מאכן שחיטה מונחת אויף די מענטשליכע בהמות..

____

איינער ווייסט צו סאטמאר/פאפא האט ג'אסרט די בענדענעס בשעתו? ס'האט די זעלבע חשש פון מאדעס און פון היה לא תיהי'?
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1689 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג יולי 25, 2016 8:20 pm

דער אמת איז אז אונז ווייסען נישט ווי שוואך די דור איז, איין בלאז און די גאנצע עולם גולם מאכט עס נאך, עס לויפט סאך שנעלער ווי מ'מיינט.
מיר פערזענליך גרוילט מיר שוין צו זעהן די אלע קול קורא'ס, און דערפאר קוק איך נישט אויף זיי, אבער ס'איז אפשר יא כדאי, אזוי וועלן כאטש בלייבן אפאר ווייבלעך וואס פאלגן די אלע תקנות חדשים לבקרים, כדאי צו האלטן די בעלענס, יידישקייט קונמט צו זיין קאלירפול.. אויב יעדע גייט מיט דעם איז דאך נישט אינטערסאנט..

__

כ'האב נעכטען געוויזן די קול קורא פאר מיין ווייב, נאכן זיך רעגן און זיך צושמייכלן, דערציילט זי מיר אז זי האט פונקט געזעהן א היימישע ווייבל, וואס גייט אזא סנוד, און יא! זי האט זיך נישט אפ'געגאלט.
זי האט פארשטייט זיך זיכער געמאכט אז ס'זאל ארויסשטעקן אזוי זאל יעדער זעהן איז זי איז טאקע אויפגעקלערט.. דאס וואלט לכאורה קיינמאל פאסירט אויב אלע וואלטן געגאנגן מיט די הייליגע טורבאנס.
אז יש דברים בגו. כמה גדולים דברי חכמים.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1689 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 742 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג יולי 25, 2016 8:41 pm

ווען איך האב געזען די צעטל - קול תורא - האב מיך א שווינדל אנגעכאפט די געדערעם. מיין מוח האט זיך גענומען ווארפן מיט פייפענדע קאלירן, אפשר איז דאס די אלע סנוד קאלירן וואס איך האב צוזאמגעזען ל״ע? מיין מוח האט גע-yield צו א געדעכטע שליימיגע בארג פון קורצגעוויקסענע מענטשן, וואס שלייערן זיך אן אין די קלייד פון מסורת משה, און פארקויפן מיסיאנערישע שלעכט אנגעגעסענע פרימע שטיק, אין פארעם פון קול קורא׳ס. דער שרעק דערפון איז, אז די אלע קול קורא׳ס אימברעסט קיצוניות אויף א שטערבליכן אופן. און עס שוואכט אפ אדער הרג׳ט אינגאנצן די וועליו פון אן איסור/היתר.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1993 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג יולי 25, 2016 10:15 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא


פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר

ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר


עפעס מאכט מיר טראכטן אז די סנוד סומאטאכע איז נאך אן עקספערימענט פון אונזער @עקפערימענטירער.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 747
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 788 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יולי 25, 2016 10:23 pm

שש משזר האט געשריבן: מיר געפונען אין די תורה אז מ'האט זיך באנוצט מיט אלע קאלירן, רויט [שני], בלוי [תכלת], פוירפל [ארגמן], גאלד און זילבער א.א.וו. ]

האסט בכוונה אויסגעלאזט 'שש משזר'?

אולי קען זיין, דאס איז געווען די שמחה פונעם תחש, אז ער האט געזען מען וועט אים לייגן לעבן די אנדערע יריעות, אינאיינעם מיט שש משזר, עלה שמחה בלבו, טוב לשש וטוב לשכנו!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 25, 2016 10:28 pm

:like

WOW, איך ב ל א ש.

ש'כח @שמעקעדיג פאר די געווירצנדע ריח ניחוח וואס קומט כסדר ארויס פון דיר.


----
יעצט כאפ איך, אז ס'איז אייגנטליך 'פעי-בעק-טיים'...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15572 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 25, 2016 11:07 pm

רבינו שליט"א פון מילקשעיק האט שטארק געקאכט די וואך ביים תורה איבער דעם פירצה, און האט מיט גרויס התלהבות דאשה געזאגט: ענדערשט הונדערט ביי האר ווי איין סענוד.

נאך הבדלה האט הרה"צ בנו יקירו שליט"א צוגעלייגט זיין נופך, אז סענוד איז ראשי תיבות: ס'איז נ'ישט ע'רליך, ו'ד'ל
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8511 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 25, 2016 11:16 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא


פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר

ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר

פוי, די פאפא'נע אזויווי נאר די פאפא'נע, האבן ניטאמאל גוט פלאגיאירט.

קוקטס נאר וואספארא גרויליגע - און אמעראצישע - לשון זיי נוצן, איבערן שרעקליכן חשש אז דאס וועט צוברענגען צו גיין מיט די אייגענע האר, וזל"ק: "א התרשלות אינעם הארבן ענין פון זיך שערן די 'גאנצע' האר רח"ל, וואס כידוע ע"פ מסורת רבותינו הק' זענען די נשים וואס זענען נישט נזהר אין דעם בכלל עוברת על דת רח"ל".

ממש אזוי, אפגע'פסק'נט רוב פרומע פרויען - וואס פירן זיך נישט צו שערן די האר - אלס 'עוברות על הדת', און טאקע "ע"פ מסורת רבותינו הק'". דאס איז גאר א 'כידוע', פאר די פוסטע ליידאקעס וואס ווייסן נישט אזא 'ידוע'דיגן פאקט'.

איגנאראנץ, טיפשות, רשעות, און פרומקייט.
א צויבער ראד צאמשטעל פון אכשר דרא.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15572 מאל

הודעהדורך זבולון » מאנטאג יולי 25, 2016 11:38 pm

געוואלדיג האט געשריבן:איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן,

אז מ'גייט סליפערס איז עס א סגולה צו גליטשן. זאל זי אנטוהן שיך, און זי וועט זעהן נפלאות.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 268
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יולי 26, 2016 12:05 am

זבולון האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן,

אז מ'גייט סליפערס איז עס א סגולה צו גליטשן. זאל זי אנטוהן שיך, און זי וועט זעהן נפלאות.


קראקס איז אויך גוט נאר מ'דארף אבער זיין אויף אלערט ווייטער וועגען די תחש'דיגע קאלירן ספעציעל די flourescent colors וואס איז נאך ערגער ווי די סתם שרייעדיגע.

אריינשטעקען jibbitz אין די קראקס איז סתם אזוי אסור מחמת צוואת ר"י החסיד אלס פארשטאפען לעכער...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2472
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 26, 2016 12:42 am

זבולון האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן,

אז מ'גייט סליפערס איז עס א סגולה צו גליטשן. זאל זי אנטוהן שיך, און זי וועט זעהן נפלאות.

זבולון: דו האסט ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מיין קיבאורד'ס מויל. ברוך שכיוונתי לדעתך הקדושה... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך קנאק-יענקל » דינסטאג יולי 26, 2016 5:15 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא

פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר

ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר



דער חידוש איז, אז בלויז א וואך שפעטער נאך וואס קהל מהר"א קרית יואל האט ארויסגעגעבן דעם איסור אויף די סנוד
איז דער זעלבער איסור, און טאקע מיט די סאמע זעלבע לשונות, ארויסגעקומען פון קהל מהרז"ל קרית יואל,

ס'איז געווען געדריקט אין קרית יואל וואכנשריפט פאריגע וואך, ווער ס'האט אין באזיץ קען עס דא צולייגן.

#איך בין אויך פרום/פרומער...
קנאק-יענקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:43 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג יולי 26, 2016 10:45 pm

כ'האב א ראי' מפורשת פון גמרא, אז די קרענק פון אכשר דרא'איזם איז שוין דעמאלס געווען אין קראפט.

די גמרא ברענגט א מחלוקת אויב די תחש איז א כשר'ע חיה אדער נישט. זעט אויס אז די וואס האלטן אז יעדע נייע זאך איז בכלל 'חדש אסור מן התורה', האבן געהאלטן אז ס'איז א טמא'נע חיה, און די וואס האלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם האבן געהאלטן אז ס'איז א כשר'ע חיה...

ממש תורה לשמה, ודפח"ח.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15572 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט