דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל

שליחה דורך אדנירם »

ברשות הרבנים הגאוה"צ שליט"א, כל הקהל הקודש הזה, וכל המשתתפים שיחיו.

מיר האבן זיך פארזאמלט היינט, אין די טרויעריגע ניין טעג - ימי בין המצרים, בשבוע שחל בו תשעה באב, אריינצוקלערן בשל מי הרעה הזאת. וואס האט גורם געווען דער חורבן, וואס האלט צוריק די גאולה, און וואס קענען מיר טון צו דערנענטערן משיח'ן.

לא איש דברים אנכי, איך בין נישט דער איש דברים וואס האט א שייכות מיט די ענינים וואס מ'וועט אויסשמועסן, איך בין נישט נוגע בדבר, און בעצם וויאזוי קען איך רעדן צו די באטרעפנדע איבער נושאים וואס האבן נישט איינגעלייגט מיט מיר. אבער תמכתי יתידותיי אויף די רבנים שליט"א, וואס רעדן כסדר איבער די נושאים פון אינטערנעט, פריצות, ושאר מרעין בישין, וואס זיי האבן אוודאי געוויס נישט קיין שייכות דערמיט, און טאקע צוליב דעם קענען זיי אריינרעדן דערין. דערפאר וועל איך טון דאס זעלביגע, ויהיו נא אמרינו לרצון לפני אדון כל.


אין פסוק ווערט שוין דערמאנט די מושג, אז 'נחפשה דרכינו ונחקורה', מ'דארף אריינטראכטן און אריינקלערן 'בשל מי הרעה הזאת'? פארוואס ליידן מיר נאך אין דעם ביטערן גלות? מיר האבן אלץ געמיינט אז דאס אדער יענץ איז דער גורם דערצו, אבער אין די לעצטיגע יארן האבן מיר זיך איבערצייגט אז די אלע סיבות זענען אומריכטיג.


אדרבה, לאמיר אדורכגיין די אלע אמאליגע פראבלעמען, און מיר וועלן זען אז דער דור שטייט שוין גוט ב"ה:

א. פריצות - אמאל זענען אידן ליידער געווען אויסגעלאסן, פרויען זענען געגאנגען אויסגעשניטן און מיט די אייגענע האר. סאטמארער רב האט געפירט א מלחמת חורמה, און מ'האט עס פארטוישט אויף ביי האר. פון ביי האר איז עס געווארן שייטלען, און פון סיי וואספארא שייטל איז עס געווארן נאר קורצערע שייטלען.
קליידער קומען אן 6 אינטשעס אונטער די קניען, און אויבן דערשטיקט דאס כמעט די האלז.
אלע קאלירן זענען ביסלעכווייז אויסגעריסן געווארן, אזש מ'איז פארבליבן נאר מיט שווארץ/ווייס/גרוי וכדומה.
אפילו שטרימפ האט מען גע'אסר'ט כל מה שנראית כרגלים, און יעדער קען דערקענען אז זי גייט מיט א זאק איבער די פיס.
מעיקאפ איז גע'אסר'ט געווארן ביי די אויגן, פערפיום איז גענצליך גע'אסר'ט געווארן, און פרויען וואס דרייוון ווערן זייערע קינדער שוין נישט אקצעפטירט אין די מוסדות.
אה, און אפילו סנוד'ס האט מען שוין באוויזן צו לייגן א יד דערויף, עס אסר'נדיג ע"פ הוראת כ"ק אדמו"ר שליט"א, נישט ארויסלאזנדיג דעם הגה"ק פון זיין טיטל.
אלזא, די 'פריצות' קעיס איז געשלאסן. "אכשר דרא".


ב. כלים הטמאים - אמאל זענען אידן געווען משוקע אין די טריפה'נע כלים און טעכנאלאגיע. געליינט האט מען נאר די טיימס און פאוסט, געהערט האט מען ראדיא, געזען האט מען טעלעוויזיע. די רבנים נאכן קריג האבן גע'אסר'ט טעלעוויזיע און עס גענצליך אויסגעריסן, די גוי'אישע צייטונגען איז פארטוישט געווארן אויף היימישע געלע זשורנאליזם, און די ראדיא האט געמאכט פלאץ פאר קול מבשר [וואס איז שוין אויך גע'אסר'ט געווארן דורך מאנכע. נאר וואדען?].
שפעטער איז מען פרומער געווארן, און ווידעא מאשינען זענען גע'אסר'ט געווארן. דערנאך האט מען זיך גענומען צום אינטערנעט, גע'אסר'ט סיי וואס אן א שטרענגע קהילה פילטער אזש נישט אנצונעמען די קינדער אין די מוסדות.
דערנאך איז סמארטפאונס גענומען געווארן אויפן צימבל, און ווערט אטאקירט דורך מאנכע באופן כללי, און דורך אלע זעלבסטדערקלערטע קהל'ס פארזארגערישע בתי מדרשים אין יעדן צווייטן סמעדריש.
צווישן דעם אלעם, אסר'ן מאנכע סעלולארן מיט טעקסט, קאמפיוטער'ס מיט אינטערנעט מעגליכקייטן, קעמקארדער'ס, און ענדליכעס.
אלזא, די 'כלים טמאים' קעיס איז געשלאסן. "אכשר דרא".


ג. לערנען תורה - אמאל זענען געווען אומוויסנדע אידן, פוסטע עמי הארץ'ים, קיינער האט נישט געהאלטן ביים לערנען נאכן קריג. ישיבות זענען געווען אין דער ערד, קביעת עתים לתורה איז געווען אבסורד, און דף היומי איז געווען גע'אסר'ט ביי מאנכע. נאכן צענדליגע יארן הארעוואניע, זעען מיר אז ת"ת און ישיבות מאכן זיכער אז קיין אמאליגע ע"ה זענען נישטא אויפן מאפע, יעדע קהילה פארזארגט קביעות עתים'ס פאר די אנהענגער, יעדע צווייטע חסידות האט 'אן אייגענע' מהלך וואס צו לערנען - אבי ח"ו נישט צו לערנען וואס 'יענער' לערנט. תורה בומ'ט אוועק, מו"צ'לעך מערן זיך, און ספרים ווערן שנעלער געדריקט ווי צייטונגען.
תורה איז אפילו געווארן די הויפט פאקטאר ביי א גרויס חלק כלל ישראל, קרי: ליטוואקעס, אזש אויף דעם חשבון קען מען אפילו אונטערדריקן דער וואס לערנט נאר א האלבע טאג, און מאכן 'חרדים חדשים' פון מענטשן וואס זענען מקיים דעם 'גדול הנהנה מיגיעת כפו'.
אין נאמען פון תורה קען מען פסק'ענען וואס מ'וויל, ווען מ'וויל, צו וועם מ'וויל, ואין פוצה פה ומצפצף.
דעת תורה - אן ערפינדונג פון א ליטווישן גדול פערציג יאר צוריק, איז גאר קובע זאכן וואס האבן מיט די תורה איינגעלייגט ווי איך מיט כינעזע אויגן. אידן וואס חוץ פון גמרא והלכה ווייסן זיי נישט וויאזוי מ'צינדט אן לעקטער, זענען פוסקים אין יעדן קהילה'שע אנגעלעגנהייט.
אלזא, דאס 'תורה' קעיס איז געשלאסן. "אכשר דרא".


ד. חסד בין אדם לחבירו - אמאל האבן מענטשן נישט פארגינען איינער דעם צווייטן, אויסגעהאקט אן אייגענעם אויגן צו קענען אויסהאקן צוויי ביי יענעם, מיידלעך האבן באקומען גרויע צעפ ואין איש שם אל לב, אן ארימאן האט געקענט בעטלען פאר א שטיקל ברויט, עגונות האבן זיך געדרייט מיט פארוויינטע פנימ'ער, און יעדער האט געטראכט פון זיך, און אך ורק זיך. סאטמארער רב האט דורכגעפירט א רעוואלוציע, און איינגעפירט ברייטקייט ביים עולם. פאר יעדן פראבלעם זענען דא אידן וואס שטייען מיט ברייט אויסגעשטרעקטע ארעמעס צו העלפן.
ארגאניזאציעס קומען אויף ווי א שוואמען נאך א רעגן, מלכה מלכה'ס און טיי אווענט'ס פארנעמען דעם אויבנאן. פון איין אויסגעדראשענעם קופת רמבעה"נ, האבן מיר שוין דריי. שומרים איז שוין צוויי. דארפסט קינדער? ווייטער צוויי ארגאניזאציעס. אין שפיטאל הרג'ענען זיך אידן [צווישן זיך] דיר צו קענען העלפן און באדינען. כלל ישראל איז אזוי פול מיט חסד, אז אברהם אבינו'ס געצעלט איז א געלעכטער אקעגן די מאס הילף וואס מיר אפערן פאר יעדן עובר ושב.
מיר שטעלן איין א קראנקן ליטווישן שידוכים סיסטעם, אבער מיר בויען א שפיטאל נעבן צובראכענעם בריק, און עס זענען דא פארשידענע ארגאניזאציעס וואס ארלעדיגן אז מיידלעך זאלן נאך חתונה האבן בעפאר עס איז צו שפעט. מיר שטעלן איין א פארריקטע חרד'ישע סיסטעם וואס שטעלט אויס בחורים'לעך צו דיזעסטער נאכן חתונה, אנע טראפ בילדונג און מעגליכקייט צו צאלן די $2,000'דיגע רענט אין א לעכל אין וויליאמספארק, אבער מיר שטעלן צו הצילו פלאקאטן ווען די ווייב שטארבט פון עגמ"נ, און די מאן גייט אראפ פון זינען, אזוי אז די צען קינדערלעך - וואס רבנים האבן זיכער געמאכט אז זיי קומען אראפ אויפן וועלט - זאלן האבן פון וואס צו לעבן.
ב"ה געלט גיסט זיך, און מוסדות בויען טרקלינים חדשים לבקרים, און די חסד איז אויפן העכסטן שטאפל מאז היתה ישראל לגוי למשל ולשנינה.
אלזא, דער 'חסד' קעיס איז געשלאסן. "אכשר דרא".


ועדיין לא נושענו.
עפעס דער בייזער גאט וויל אונז נישט צוריקגעבן אונזער העכסטס באשערטער, בלוט פארדינטער, שווייס אויסגעהארעוועטער, דריטער ביהמ"ק ומלכנו בראשנו.
דארפן מיר אריינקלערן: בשל מי הרעה הזאת? ווער איז שולדיג אין אט די סומאטוכע? אויף וועמען דארפן מיר טייטלען מיט די פינגער? ווער האט נאכנישט מתקן געווען זיינע חטאים? ווער איז דער שלעכטגייציגער מענטש וואס לאזט נישט משיח קומען?

נאך לאנגע פיבערהאפטיגע מח קראצענישן בין איך אויפגעקומען מיטן ענטפער, בעז"ה און מיט די הילף פון די אבוה"ק. די סיבה איז די פאלגענדע פירצה בחומת הדת:


ה. דער "חטא הידוע" רח"ל - מיר געפונען אין די ספרים הקדושים, ומקורו בזוה"ק, די חומר העוון פון דעם חטא הידוע רח"ל. מיר דארפן נישט אריינגיין און מפרט זיין דברים שהצנעה יפה בהם, אבער דער זוה"ק זאגט אז ס'איז א געפערליכע חטא וואס האלט אפ משיח'ן. יודעי דבר ווייסן, אז אויף די חטא קען מען כמעט נישט תשובה טון ל"ע, ושערי תשובה ננעלו בפניו ה"י.
דער אמת איז, אז אפילו אין די גמרא געפונען מיר סימוכין ומקורות לזה, ואכמ"ל, אבער דאס איז קלאר אז צוליב דעם חטא הידוע קומען אזויפיל חורבנות אויפן וועלט, און ליידער האבן די בעלי דרשנים ומעוררי מוסר נישט גענוג ארויסגעברענגט וואספארא ריזן חורבנות פאסירן אדאנק דעם שרעקליכן חטא.

איך רעד דא פונעם חטא הידוע "מחלוקת" און שנאת חנם. כמדומה בין איך נישט געשלאגן אין דעם, איך פיר נישט קיין מחלוקת מיט מיין ברודער יונגער/עלטער פון מיר מיט צוויי יאר, איך האב נישט פיינט זיינע חסידים, הצלחות, מוסדות, געלט.
איך פארשטיי נישט די תאווה פון זעקסטע הקפה ניגון ווען איך טאנץ ביי א חתונה, צושטערנדיג אן עדה אידן בעת שמחתם.
איך זע נישט די געשמאק אין פארגלייזן די אויגן בשעת מיינע חסידים שטורעמען אריין אין מיין בר פלוגתא'ס ביהמ"ד און זייען אן א חורבן.
איך האב בכלל נישט קיין השגה אין די טיפע כוונות וואס ס'ליגט אין מאכן א גדר צווישן צוויי בתי חיים וואס די מיטגלידער פון ביידע חסידים, טראכטן די זעלבע, רעדן די זעלבע, טראגן די זעלבע קליידער, און האבן די זעלבע שיטות.
איך בין צו קליינקעפיג צו פארשטיין פארוואס א פעטער און פלומעניק קענען נישט אויסטוישן ווערטער נאך א פסק בי"ד.
איך בין א תמים ווען עס קומט צו ערקלערן די חילוק צווישן דער פארטריבענער זון און דער זון דער זינגער.
איך בין בכלל נישט קיין מאן דאמר צו יורד זיין לסוף דעתם פון אלע רב'לעך מיט קליינע פאליטיק'לעך, וואס איינשטיין וואלט געוויס נישט געקענט פארשטיין מיט זיין גרויסן מח [אפשר לויט די טעאריע פון 'רעלאטיוויטעט', יא...].
איך בין נישט גענוג חריף צו כאפן די תאוה אין איינפירן נאר בקיאות ביי די בחורים, כדי צו שמייסן אן ערשטע קוזין.
איך בין ניטאמאל כקליפת השום צו משיג זיין פשט פון א מחלוקה'לע קעגן א פיצעלע רבי וואס האט געטראגן די זעלבע נאמען און צוגאב צו אן אייגענעם.
איך בין א שוטה גמור וואס פארשטייט נישט די חיובי סקילה ושריפה פאר מענטשן וואס דאווענען אין א צווייטן ביהמ"ד ווי דער רבי ז"ל האט געגרינדעט.

אבער איין זאך פארשטיי איך יא!
חז"ל האבן נישט געשריבן אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן צוליב פריצות, צוליב כלים טמאים, צוליב נישט לערנען, און צוליב קארגשאפט. חז"ל האבן געשריבן די פאלגענדע ווערטער (יומא ט' ע"ב): "מקדש שני, שהיו עוסקין בתורה ובמצות וגמילות חסדים, מפני מה חרב? מפני שהיתה בו שנאת חנם! ללמדך, ששקולה שנאת חנם כנגד שלש עבירות, ע"ז גילוי עריות ושפיכות דמים".

די פארשפרייטער פון די מערסטע שנאת חנם, מחלוקת, הלבנת פנים, און לשון הרע, זענען די וואס זענען פארנומען מיט קליינליכע פראבלעמען, ווי פריצות [וואס מ'האט שוין פאר'אכשר דרא'ט], כלים טמאים [וואס מ'האט שוין פאר'אכשר דרא'ט], לימוד התורה [וואס מ'האט שוין פאר'אכשר דרא'ט], און טון טובות פאר אנדערע [וואס מ'האט שוין אויך פאר'אכשר דרא'ט]. אבער חז"ל צייגן פאר אט די מוסר זאגער'ס, בשל מי הרעה הזאת.

טייערע אדמורי"ם רבנים גאו"צ, ראשי ישיבות, ויושבים על מדין: אויב משיח וואלט שוין דא געווען, וואלט עס פון פריש חרוב געווארן. איר ווייסט פארוואס? צוליב אייער 'חטא הידוע', שנאת חנם. די חטא הידוע איז כמעט אוממעגליך תשובה צו טון דערויף, ווייל עס קומט אייביג פארבינדן מיט חילול ה', אויף וואס אפילו יו"כ איז נישט מכפר. קיין וואונדער אז משיח איז נאכנישט דא.

די איינציגסטע זאך וואס קען נאך מכפר זיין דערויף, איז מאכן א קידוש ה'. גיבט אויף אויף אייער עגא, לאזט אייך אראפ מן הפחותים שבעם צו נארמאלקייט, בעט אייך איבער מיט אייערע נאנטסטע - די אייגענע געשוויסטער, און ווייזט פאר כלל ישראל א סעמפל אז אפילו איר קענט תשובה טון אויף דעם איין פשוט'ן חטא הידוע וואס איז ידוע לכל אז איר זענט געשלאגן דערויף.

ובזכות זה, מי יודע, אפשר וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן בקרוב, ומלכינו ואחיו בראשינו, ונאמר אמן.

דער אשכול פארמאגט 68 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר