זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

זינט ווען זענען מיר אידן אזא איידעלער פאלק?

שליחה דורך moshav zekeinim »

עס איז ידוע פאר יעדער וואס וויל וויסן, אז אידן, ספעציעל חרדים, זענען א איידל פאלק וואו עס געפונט זיך נישט קיין רציחה און אנדערע גרעניצלאזע הנהגות וואס מען געפונט ביי די גוים. דער איד, ווייסט יעדער, הרגעט נישט, ברעכט נישט איין קיין הייזער, באפאלט נישט קיין מענטשן אין די גאסן.

שטעלט זיך מיר דער פראגע, זינט ווען איז דער איד געווארן אזוו אויסגעאיידלט, ווארים ווען מען קוקט צוריק אין די היסטאריע זעט מען ווי אידן האבן סיי געהארגעט און סיי געגאנוועט.

לאמיר נישט רעדן פון שמעון ולוי׳ס אקציע אויף שכם, זיי האבן דאך געמיינט לשם שמים. לאמיר נישט רעדן פון זייער אריין ווארפן יוסף׳ן אינעם בור נחשים ועקרבים. לאמיר נישט רעדן פון די מלחמת הקנאות מצד די בני לוי נאכן עגל אדער מצד פנחס נאכן מגפה, ווייל זיי זענען דאך ע"פ ה׳ גלייך ווי פילע מצוות וועלעכע באפעלן טויט שטראף און פאגראמען פארן פארלעצן גאטס געבאטן.

אבער וואס טוט זיך מיט די אידישע גזלנים באנדעס וועלעכע ווערן דערמאנט לשמצה אין שופטים, און מיט רציחות פון מלכים ושרים וועמענס רציחות עס ווערן דערמאנט לשמצה אין די פסוקים? און לאמיר שוין נישט רעדן פון אנדערע אומאראלישקייטן ווי שיכרות און זנות וואס חזל לייגן אן אויף די בני עשרת השבטים.

דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב שנאת חינם (און נאך אנדערע סיבות), דער יוסיפין דערציילט וואס פאר א רציחות עס זענען דאן פארגעקומען. אויך אין חזל געפונען מיר האר פון קאפ אויפשטעלנדע רציחות בימים ההם, און בכלל בימי התנאים והאמוראים, און דאס איז אויסער די אידישע גזלנים באנדעס וואס ווערן דערמאנט אען חזל.

שטעלט זיך דא מיין פראגע, ווען אין די היסטאריע האט דאס פסירט אז די אידן שומרי שבת זענען אזוי אויסגעאיידלט געווארן, אז רציחה און גזילה און אנדערע אוממאראלישקייטן איז געווארן בבל יראה ובל ימצא צווישן אידן שומרי שבת?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 70 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר