די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)

שליחה דורך פליקער »

[center]די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל.


ערשטע קאפיטל:
במקום הקדמה – 'טאגבוך' פון א פאציענט'ס זון.[/center]

אין אן אימעיל, א פשוט'ער אימעיל: "לכבוד מר. גרין (נאמען פיקטיוו), זייט וויסן איר האט קענסער". א גוטן מועד.

עס איז נישט צו באגרייפן וואס א מענטש איז, וואס מען ברויך דאנקבאר זיין אז א טאג גייט און קומט אן קיין באזונדער'ס, אבער ליידער אזוי ווי עס פאסירט ביי פילע, מען הערט דער האט, יענער האט, דער מאכט עס, דער מאכט עס קוים, און יענער ליידער נישט. ווען מען באקומט אזא אימעיל איז פשוט שווער צוזאמצונעמען די מחשבות און טראכטן נארמאל, פילע זאכן קומען אריין, מחשבות זרות, אלע ערליי מחשבות, ממש ביז אפיקורסות, עס איז שווער נישט צי טראכטן פאר איינעם וואס די קאפ ארבעט, און כאפט אזא פסק, א דיאגנאז שיש בו כח להמית, און אויפן בעסטן אופן איז עס גאר שווער, מען ברויך זיך גרייטן, עס איז נישט יושר, זאל מען אויסזאגן, זאל מען מאכן א סוד, יעדער וועט זאגן בשל מי, עס איז זייער שווער צי גלייבן בפשטות האמונה הפשוטה ווען מען ווערט געשטראפט פונעם טאטן וואס מקל'ט דיך אן, בשעת כעסו. אפילו מען גלייבט אז ער האט דיך ליב, דאך האט מען בשעת כעס נישט די כוחות לומר: הך, הך.

[center]***[/center]

אנגעהויבן האט זיך עס איין שבת ביי קידוש, פונקט צוויי וואכן איידער דער אימעיל איז געקומען, שבת קודש פרשת אחרי קדושים, בין איך ארויף לקדש את השבת ביים טאטן. ער האט נישט אויסגעזען גוט. איך האב גע'טענה'ט מיט אים אז מען ברויך זען א דאקטאר, און מען וועט תיכף נאך שבת זען וואס מען קען טון. ער איז געווען בלאס, איך בין נישט געווען באקוועם, זיין דאקטאר זאגט דאך קלאר אז עס איז גארנישט באזונדער, נאר ער האט אן אינפעקשאן ווייל ער האט א שטיינדעלע ביי די בלעדער, ממילא האט ער פיבער שוין באלד אכט וואכן. עס האט זיך נישט געלייגט על הדעת, אבער די דאקטער שרייט דאך קלאר אזוי, איין אנטיביאטיק, נאך איינס, און נאך איינס, אבער די היץ גייט נישט פארביי. ביז יענעם שבת קודש.

איך האלט אינמיטן די סעודה, און מיין מאמע רופט מיך אויפן טעלעפאן איך זאל שוין אריבער קומען. עס איז מיר גלייך געווארן ביטער, זי האט ניטאמאל געקענט קומען צום ווארט, איך רייס אריבער, איך טרעפ מיין פאטער אין גאר א שווערע מצב, ער ווארפט זיך עפעס שרעקליך, אטעמט ווי א בער, ער איז ממש בלוי, זיין קאליר פחדים, איך רוף הצלה, זיי קומען אונטער עטליכע סקונדעס, מען נעמט אים אין שפיטאל, מען הייבט אן מאכן טעסט'ס, זיי מאכן א פשוטע לונגען עקסרעי, אפשר א נומאניע. די דאקטער זאגט מען ברויך תיכף מאכן א קעט סקען, די לונג איז קלאר.

די סקען ווייזט עפעס אויפן קישקע, מען ברויך נאך איינס. דאס אנדערע - גענומען ערשט זונטאג נאכט - צייגט עפעס שרעקליך אויפן קישקע און די לעבער. מען ברויך מאכן א קאלאנאסקאפי טעסט. מען מאכט די פראצעדור דעם אנדערן ציפרי, זיי קומען גלייך צוריק אז מען ברויך קלערן שטארק וועגן א ביטערע מחלה, מען ברויך ווארטן ביז דער פאטאלדזשי קומט צוריק. איין טאג, נאך א טאג, דערווייל קומען די בלוט רעזולטאטן צוריק אז עס איז דא גאר א שטארקע אינפעקשאן, א מערסע-סטעף אינפעקשאן, מען ברויך שטארקע אנטיביאטיק, מיר ווערן באפרייט פארן זמן, א גאנצע וואך פחדים.

די קומענדיגע וואך ווערט נישט בעסער, הגם דער טאטע שפירט בעסער - ברויך מען געבן טעגליך די מעדעצין דורך אינטערווינעס. די נקבים פארמאכט זיך ליידער, אי אפשר להתקיים אפילו שעה אחת, מען ברויך אריינלייגן א שלויך, גאר אן אומב'טעמ'טער עסק ביש, אבער בעסער ווי נישט קענען ארויס. מען זוכט דאקטוירים, מען נישטערט, יעדער עסקן איז פארמישט, יעדער זאגט פארקערט פונעם צווייטן, זה בכה וזה בכה, און יעדער איז עפעס געפערליך הייקל, מיר די באטראפענע ווערן צוריסן פונעם פאליטיק.

צו מזל איז אלעס אויסגעגליכן, מען גייט צום ריכטיגן דאקטאר, מען האפט אזוי שטארק. די גאנצע משפחה וויל וויסן יעדע מוניט וואס גייט פאר, אלע באקאנטע נודנען מיט די 'וואס טיצעך' שאלה, די נערוון זענען אויף שפילקעס, אבער מען מוז זיך האלטן אין די ראמען, קיינעם נישט אויפרעגן, מען ברויך אנגיין מיט דאס טעגליכע, מען ברויך ווייטער ארבעטן כאילו אלעס איז מסודר, אבער אלעס איז דאך כאדאראם, מען מאכט פונקט אינדערמיט א שמחה, יעדער פרייט זיך, יעדער וואונטשט. מיין קאפ פיבערט וואס וועט דא זיין, מען האט אן אוידיענץ מיט אליהו הנביא פערזענליך, אלע סגולות זענען שוין אין שוואנג, די מזוזות גייט מען שוין בודק זיין, שליחים מיוחדים צו ר' שמעון בן יוחאי, קוויטלעך ביי אלע מקומות הקדושים.

אזויפיל האפענונג איז דאך דא, אלעס קען זיך דאך אויסדרייען לטוב, אבער אז עס איז נישט באשערט - העלפט נישט גארנישט. מיט ציטער ליין איך דעם אימעיל, מיינע הענט ווארפן זיך, א שרעק נעמט מיך ארום ווען איך זע דאס ווארט 'קאלאן קענסער'. אלעס פאלט מיר ארויס פון די הענט, א שוואכקייט באפאלט מיר, איך שפיר אומבאהאלפן צום ביטערן מצב, די קומענדיגע חדשים אדער יארן לויפן מיר פאר פון אלע ערליי וועגן, גארנישט שטעלט נישט אפ די פלייץ פון מחשבות, איך קען זיך פשוט נישט צוזאם קלויבן. וויאזוי איז מיר באשערט געווען אז איך ווייס פאר יעדן, איך בין באאויפטראגט צו זיין דער 'מוציא דיבה הוא כסיל', איך האב נישט די ווערטער וואס צו זאגן, איך קען זיך עס נישט אונטערנעמען.

[center]***[/center]

מיין טאטע איז א פראקטישער איד, א גרויסער תלמיד חכם, א שטארקער מאמין בה', זייער ווייט פון א נער, ער כאפט פון וואס מען רעדט, ער ווייסט קלאר און וואס די דאקטורים זענען דן, איך וועל אים פאר צו לאנג נישט קענען נארן, ער איז דאך געווען ביי אלע דאקטורים פונקט ווי איך, ער זעט נאר נישט מיינע אימעיל'ס. אבער איך וועל אים נישט ארום חוש'ן, איך וועל זיין זייער אפן מיט אים. דאס זעלבע גייט פאר מיין מאמע, זי איז גאר א פיפיגע פרוי, א שטארקע קפדנית, פארשווייגט נישט גארנישט, אויפן לונג אויפן צונג, אבער דאך איז זי גאר א רעאליסטישע פרוי, זי נעמט אויף וועלכע ציגל עס קומט איר וועג, נעבעך אויף איר. דער באשעפער זאל איר געבן כוחות צו זיין א פעסטע 'עזר', נישט קיין 'כנגדו'.

מיין מח שטעלט זיך אביסל אריין אין מיין טאטע'ס קאפ, איך פרוביר זיך פארשטעלן וואס אין זיין קאפ שפילט זיך אפ, ווען א דאקטאר זאגט אז עס קען ח"ו זיין א ביטערע מחלה וואס טראכט ער, עס איז לא ימלט אז עס הייבן זיך נישט אן ווירבלן שעדליכע מחשבות, וויאזוי קען מען זיך געבן אן עצה מען זאל נישט חלילה נתפס ווערן בשעת צערו. די פראבלעם האב איך אויך, ווען א טאטע איז נישט געזונט לאזט דאס איבער טיפע וואונדן ביי אלע ארומיגע נאנטע משפחה, מיר אלע קינדער האבן דאך מוחות בקדקודינו. אוודאי האט דער חולה א גרעסערע נסיון, עס איז זייער שווער צו זען ווי דער טאטע זז"ג ווענדט זיך צום תהילים'ל, ווי עס ליגן אויף זיין טיש אלערליי ספרי בטחון, ער וויל זיין זייער שטארק, בשום אופן זיך נישט מתרעם זיין אויפן גרויסער ג-ט בשעת ער גיסט אויס זיין צארן, אבער אז איך טראכט אריין ברויך זיין אזא זאך עפעס ווי א 'לשם יחוד, הריני מקבל עלי מעתה עד למחר בעת הזאת', עפעס אזא מין זאך וואס איז מבטל אלע שלעכטע מחשבות, אלע שלעכטע דיבורים, אלע קללות זאלן בטל ומבוטל ווערן, און נישט גערעכנט ווערן.

משל למה הדבר דומה, ווען איינער גייט צו א דענטיסט, ער ברויך אים אריין דרילן אינעם ציין אריין, עס טוט זייער וויי, וואס טוט מען, מען שרייט מען פארפירט, מען שעלט, מען מאכט קולות. שטייט דארטן א נאר און פרעגט: "איך פארשטיי נישט, פארוואס שרייסטו, פארוואס שעלטסטו דעם דענטיסט, ער האט דיך נישט דא איינגעלאדענט, דו ביזט אהערגעקומען מרצונך הטוב, האסט דאך געווארט אויפן אפוינטמענט, אפילו באצאלט שיין, דאן פארוואס שעלטסטו אים". זאגט אים דער חכם: "איך שריי נישט ווייל איך וויל נישט זיין דא, איך שריי ווייל אין מיר איז דא א בעיבי, די בעיבי וויינט ווען עס טוט אים וויי, אבער אין מיר איז אויך דא א חלק חכם וואס ווייסט אז איך ברויך זיין דא, דעריבער האב איך זיך געלאזט קאסטן אויף דא צו זיין". עס איז נישט קיין סתירה, יעדער איינער ווייסט אז ווען עס ווייטאגט שרייט מען און מען שעלט, אבער תוך תוכיות איז קלאר אז מען איז מקבל די יסורים באהבה, מען איז זיך נישט מתרעם אפילו ווען די מויל לאזט פאלן ווערטער, און עס זעט אויס ווי מען שעלט, דאך ברויך מען וויסן אז מען איז נישט פאראנטווארטליך און מען איז מגלה מעיקרא אז איך בין דא אונטער די קעיר פון קודשא בריך הוא אן קיין ספיקות.

ווען איך קוק צוריק, זע איך די געוואלדיגע חסד ה'. איינער קומט אין שפיטאל, עס איז עק וועלט, מען ווייסט נישט וואס עס האט פאסירט, מען איז צוזאמען געפאלן, מען דארף אנטיביאטיק פאר אן אינפעקשאן, טאקע א ריזיגער פראבלעם. אבער ווען דער אינפעקשאן וואס האט געווירבלט האט דיך געברענט אין שפיטאל, און מען איז דערגאנגען אז דער בורא רפואות האט דיר במתנה געגעבן אן אינפעקשאן כדי צו ראטעווען דיין לעבן, דאן איז שוין גאר א אנדערע מעשה, מען זאגט דאן: 'יישר כח באשעפער פארן מיר געבן די אינפעקשאן, ווייל אזוי וועל איך קענען בלייבן לעבן', און מען איז גאר פרייליך ווען די אנטיביאטיק רינט אריין, און עס דערמאנט אז דאס איז געווען א קלארע אפענע יד השם, דער אייבערשטער האט דיר געטון א חסד, דיר געצייגט אביסל פון זיינע חסדים. דאס איז גענוג פאר אונז צו וויסן אז די חסדים ענדיגן זיך נישט דא. אלעס וואס ער טוט איז חסדים, און אפילו עס איז נישט בבחינת 'הראנו ה' חסדיך', דאך גלייבן מיר אז אלעס איז לטובה אפילו מיר פארשטייען נישט אלעס גלייך, אפילו עס איז נאכנישט דא די תירוצים, און אפילו עס וועט קיינמאל נישט פארענטפערט ווערן.

נעמען א געזונטע מאן מיט א פולן חסיד'ישן טראכט, א מאן וואס איז פיזיש געזונט און שטארק, איינער וואס חוץ א שרעקעדיגע דיאגנאז פעלט אים כמעט גארנישט, נעמען אזא איינעם צו א שייטל מאכער, לאזט איבער גאר טיפע וואונדן ביי אלע ארומיגע, פאר מיין משפחה און פאר מיין מאמע. קען אבער איינער פארשטיין וואס אין מיין טאטע'ס קאפ דרייט זיך בשעת מען שפאצירט אזוי ארויס פון קאר אריינצוגיין צום שייטל מאכער?! איך בין זיכער אז די צער און אפקומעניש וואס ער גייט אדורך בלויז פון די שפאציר קען לעכערן הימלען, צורייסן אלע שלעכטע גזירות. ווי קען די וועלט זיין אזוי פיינטליך צו אים, ווי קען עס איינעם זיין באשערט אזא דורכגאנג?! מען מעסט, מען כאפט בילדער, מען מעטשט קאלירן. אוי שפריצט די הארץ בלוט, ווען די שייטל מאכער זאגט אז עס גייט אויסקיקן הערליך שיין, הלוואי אויף אלע שונאי ישראל אזא ברכה, ווען ער קוקט זיך אין שפיגל באטראכט זיין בארד און פיאות, אלעס גייט גיין פייפן ר"ל, גבול אילו רקיע קני כל חורשתא, וואלט איך נישט געקענט אראפלייגן בכתב די צובראכענקייט וואס מען שפירט בשעת אזא וויזיט, און מען האלט נאך נעבעך ביים הקדמה ל"ע.

[center]***[/center]

היינט יום ג' במדבר גייט מען אריינלייגן די פּאָרט, דארט גייט פליסן די רפואות, און די זעלבע צייט גייט פון דארטן אריינפליסן א שרעקליכע חורבן. ווי קען דאס א מענטש איבערטראגן? זיך נאך אריין שרייבן דארט, זאגן יישר כוח פאר אלע וואס העלפען צו, מען דארף נאך דאנקבאר זיין אלעמען. עס איז גאר א שווערע ניסיון אנצוגיין אין אזא זמן מיט די ריכטיגע אמונה, טראכטן ווי א איד, נישט חלילה האבן קיין שלעכטע מחשבות, טראכטן כסדר אז 'כל מה דעביד רחמנא - לטב עביד', אפילו מען זעט דערווייל גארנישט לטב, איז דאך קלאר אז מאתו לא תצא הרעות, יעדע פינטעלע יסורים איז קלאר אפגעשריבן, אלעס איז כפרת עוונות, מען דארף עס מקבל זיין באהבה.

איצט ווען מען האלט דא, ממש איידער מען הייבט אן די טריטמענטס, איז לא ימלט אז עס זאלן נישט אדורך לויפן מחשבות, וואס גייט דא פאסירן מעתה עד עולם. איך ווייס נישט אויב עס איז שיין צו מאכן די חשבונות, איך ווייס נישט צו מען מעג מאכן, אבער א בן אדם קען זיך דאך נישט אלעמאל העלפן, דעריבער וואס קען זיין איז איינס פון דריי מהלכים: איינס - אז עס וועט זיין גרינג, אלעס וועט אדורכגיין אן קיין באזונדערע יסורים. צוויי - אז עס קומען גאר ביטערע שווערע יסורים ח"ו, דער טאטע גייט זיך שרעקליך מוטשענען, אבער סוף כל סוף וועט ער עס איבערקומען, ער וועט זיין א סערווייווער, וועט אי"ה זיין אן אלטער איד וואס וועט אויסלעבן זיינע יארן און זען נחת, און זיך נאך פרייען ביי די אור-אייניקלעך'ס חתונות. און פון די דריטע אפציע וויל איך נישט טראכטן.

'צדיק באמונתו יחיה' איז פשט, אז מען גלייבט אז מען איז געפירט דורך די השגחה עליונה, וואלטן מיר דאך גארנישט געברויכט צו טון, ווייל אלעס איז דאך רצון ה'. אבער ביי רפואה ווייסט מען אז מען לערנט ארויס פון פסוק "ורפא ירפא" – 'מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות', מען מעג גיין צו א רופא, און מען ברויך גיין, אזוי איז דער רצון השם. מען ברויך אבער וויסן אז דער אייבערשטער איז דער וואס איז מסיר די מחלה מקרבך, נישט קיין דאקטאר. מען ברויך טאקע משתדל זיין, אבער מען ברויך וויסן אז מען איז אין זיין האנט – "גם כי אלך בגיא צלמות... אתה עמדי". דער באשעפער איז דער 'גוזר ומקיים', טייטשן גוטע אידן אז ער איז 'גוזר' און גיבט די כוחות 'לקיים'.

צוריק צום ענין. מען ברויך זיין גרייט לקבל אלע סארטן וועגן וואס דער אייבערשטער וועהלט אונז אויס, מען ברויך טאקע מתפלל זיין עס זאל זיין די גרינגסטע שייך, דער באשעפער הערט אויס תפילות, עס גייט נישט פארפאלן, דער באשעפער וויל אז מיר זאלן מתפלל זיין. כ'האב אמאל געזען - דאכצעך פון הגאון רבי שלמה קלוגער זצ"ל, אז ביי רחל אמנו שטייט אז 'הקב"ה מתאוה לתפילתן של צדיקים', האט זי געטענה'ט: אקעי, דו ווילסט מיין תפילה, לאמיר מאכן א געשעפט, גיב אהער א קינד, און איך זאג צו אז איך וועל ווייטער מתפלל זיין. דער באשעפער איז מסכים, און גיבט איר יוסף, זאגט גלייך דער פסוק: "ויקרא שמו יוסף לאמור, יוסף השם לי בן אחר", זי בעט גלייך אויף נאך איינס.

אבער טאטי זאגט דאך אלץ תהילים, אלעמאל זעט מען אים מיט א תהילים. איך קען אויך פשוט בעטן דעם באשעפער ווי א קינד בעט זיך: שיק אים א רפואה שלימה, ער איז דאך אזוי גאט'ס פארכטיג, לאז אים נישט פאלן, ער דיזערווט דאך אזוי שטארק דיין ישועה, ביטע זאלן נישט אבות יומתו על בנים, חלילה לך להמית צדיק בשבילנו, זוך דיר נישט אזא שיינע קרבן, נעם ביטע א רשע א גוי, ער וועט דאך אויסנוצן זיינע טעג נאר דיך צו דינען, ביטע לייג אים נישט צוגרונד.

עס איז עק וועלט מיט די סודות, איך ווייס נישט צו עס איז גוט צו האלטן בסוד, עס איז ממילא א סוד פאר בראד, עס דריקט שרעקליך, ממש נישט אויסצוהאלטן. וואס זאג איך פאר מיינע קינדער, זיי זעען אז איך בין אויפן עק פון מיינע בענדלעך, עס איז דאך נישט גוט אזוי, אפשר זאל מען אויסשרייען אז יעדער זאל זאגן תהילים. אוי איז דאס שווער יעדעס מאל ביי רפאנו ווען איך זאג ארויס מיין טאטנ'ס נאמען, גאר שווער איינצוהאלטן א פלייץ פון טרערן, אבער אינערליך רייסט עס, עד כדי כך אז האב שוין כמעט נישט ליב יענע ברכה, איך שפיר דארט אומהיימליך, אבער דאך בעט איך זיך ווי א נגזל.

פונקט דא פארט אלעס אזוי גלאטיג, אלעס איז שוין גרייט, מען גייט שוין מארגן אנהייבן גיסן רפואות מיט ישועות, אלעס פארט ממש ווי געפלאנט. גארנישט ביז אהער איז נישט אזוי גלאטיג געפארן, אבער דא ארבעט זיך אלעס אויס ווי א זייגער פון שווייץ, איך האף דאס איז יד ה', ער פארלייכטערט שוין די געמיטער. אבער מיין הארץ ציטערט, א גוטע זאך קומט דאך געווענדליך אן שווער, ווען מען פארט שנעל באקומט מען נאר א טיקעט. אבער אז מען טראכט גוט איז אלעס גוט אדער יא.

[center]***[/center]

עס קראכט מיר אין מח די שאלה: וואס וועט זיין מיט קענסער, פארוואס איז נאך היינט דא אזא נאאיווקייט צום מחלה? למשל, מיין טאטע האט נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן, אז עס האט אים געכאפט א שטארקע סטעף אינפעקשאן, אבער חלילה אויסזאגן אז עס האט אים געכאפט יענע מעשה, מיר אידן האבן עפעס אזא פארדאכט צום מחלה, כאילו מען נעמט דאס זעלבסט, מען איז זוכה דערצו ווען מען טוט א חטא. צו ווייסן נישט היינט אידן אז קענסער הרג'עט רוב רובם פונעם מענטשהייט, עד כדי כך אז איינס פון צוויי מענער וועלן על פי דרך הטבע ווערן דיאגנאזירט מיט קענסער ל"ע דורכאויס זייער לעבן. וואס איז די באהעלטעניש דא? פארוואס קענען מיר עס אפילו נישט ארויסזאגן? מיר זענען ערגעץ געבליבן סטאק.
איך רעד שוין נישט, אז מיר אידן טוען גארנישט צו פארמיידן די מחלה. וואס, ביזט משוגע? ניין, איך בין נישט. וויפיל האט איר געהערט אז מען טאר נישט האבן קיין טריפה'נע כלי? כאטשיג צען מאל א יאר, אבער וויפיל מאל האט איר שוין געהערט אז מען טאר נישט רייכערן ווייל עס ברענגט חלילה קענסער? שששש... קיינער רעדט נישט, יעדער איז פלוצלינג שטיל. מען כאפט א בחור רייכערן, אז מען ווארפט אים ארויס איז עס נישט ווייל ער איז עובר אויף 'ונשמרתם', נאר ווייל ער מוז זיין א צולאזטע בחור, א באם, מיר דארפן נישט אזעלכע, אבער נישט ווייל מען טאר נישט רייכערן.

[center]***[/center]

ווען מען נעמט קימא-טעראפי, איז דא א פראבלעם. די וואס נעמען דעם קימא גייען אדורך געוויסע פראבלעמען וואס מען זעט אן, ווי למשל די האר וואס פאלט ארויס. אבער עס זענען דא פראבלעמען וואס מען זעט נישט אן אינדרויסן, ווי למשל די האלז קראצענישן, די אפעטיט וואס ווערט נעלם, מען ווערט גאר שטארק נאָושעֶס, דייעריע, מען שפירט נישט קיין שום טעם אין עסן חוץ ערד.

ממילא מאכט עס אזא רוגזא צווישן מיין מאמע און מיין טאטע, זי מאכט אים פיש, אבער ער קען אויף קיין פיש נישט קוקן, זי מאכט א חלה וואס טאנצט, אבער ער קען נישט עסן א ערדענע חלה, זי שניידט אויף א גאנצע וואסער-מעלאנע מיט טשערי'ס, אבער ער שטופט אוועק דעם טעלער. זי נעמט דאס גאר פערזענליך, זי זאגט: 'אויב דו עסט נישט, עס איך אויך נישט', זי טענה'ט: 'שטופ דיך צו עסן מער, דו ביזט אפילו נישט טועם, דו קומסט ניטאמאל צום טיש'. עס ווערט א געפעכט אין א צייט וואס די פראבלעם איז אז זי פארשטייט נישט די פראבלעמען מיט וואס ער מוטשעט זיך. איך פרוביר מסביר צו זיין, איינ'טענה'ן מיט איר אז זי ברויך אים פארשטיין, זי ברויך מחדש זיין אלעמאל נייע זאכן, אבער ער שטופט אלעס אוועק. אה, ער קען עסן בארשט, הודו לה' עס איז שוין דא וואס צו עסן, מאכט זי א טאפ בארשט, אבער ביים ערשטען טעלער גיבט ער כמעט א ברעך אויס אלסדינג, און זי ווערט ווי פארשעמט, אבער ליידער דאס איז נאך די נארישקייטן פונעם פראבלעם.

די שוואכקייט וואס מען שפירט, איז אויך נישט צו פארטראגן. ער פלעגט קיינמאל נישט שלאפן אסאך, אבער איצט איז ער מיד, און די האר ווערט דינער אין דינער, עס איז אזוי הארצווייטאגליך, ממש נישט אויסצוהאלטן, דאס מעסטן די בלוט, דאס אריין און ארויס פון שפיטאל. אז ווען מען האט זיך שוין א טראפעלע צוזאמען געקליבן און געשעפט עפעס א שטיקל כח, איז נאכאמאל א קימא טריטמענט, ממש א שרעק.
אוי די סוד, דאס איז די ערגסטע אדורכצוגיין. ווער האט אים געזאגט, יענעם געזאגט, איך בין אים נישט מוחל. עס איז עק וועלט.

איצט איז שוין רינדע פיר, די סיסטעם פארט שוין אבער עס איז מיט גרויס פחד און שרעק, ווייל רינדע דריי איז געגאנגען מיטן פיטום אראפ, שוין ביים אהיימגיין האבן מיר גיזען אז עפעס טויג נישט. 'עס איז גארנישט', 'עס איז נארמאל', 'מאך נישט קיין טומל', אבער למעשה איז שוין גארנישט אזוי גארנישט, עס איז געגאנגען פון שלעכט צו גאר שלעכט כמעט ביז יציאת הנשמה, די דייעריע איז געווען שרעקליך, די איבל איז געווען למעלה מהשגתינו, געווארן שוואכער יעדע טאג, נישט געקענט נעמען אין מויל אריין גארנישט, און אז מען עסט נישט און טרינקט נישט איז נאר א פראגע פון צייט ביז מען הויכט אויס, און מיר האבן זיך געפונען אין שפיטאל. מיר זענען דארט פארבליבן פאר פיר וואכן, ביז די כוחות האבן זיך צוריקגעקערט, און תיכף ומיד ווי נאר עפעס כוחות האבן זיך פארזאמלט, ברויך מען שוין אנהייבן רינדע פיר. ב"ה עס איז דערווייל מסודר, ווייל מען האט אראפגענומען איין פראבלעמאטישע קימא טעראפי.
רינדע פיר אריין, רינדע פינף אריין, איצט גייט זיך אנהייבן פאזע צוויי פון די טריטמענט'ס, מען גייט אנהויבן קימא רינדע זעקס, אבער מען גייט שוין שמועסן וועגן די חלק ה'אפעראציע, עם.אר.איי., קאנסאלטאציע מיטן שניידער, זען וואס צו ערווארטן. די קישקעס הייבן זיך שוין ארום צו דרייען, דא זענען די ימים נוראים ארום די קארנער, דא א משפחה חתונה תיכף ומיד נאך די הייליגע טעיג, זומער איז שוין פארביי, צייט אהיימצוגיין פון סיגעיט ווי מען האט פארברענגט גאנץ זומער, זיך באקענען מיט די וועלט כמו שהוא, זיך באגריסן מיט אלע באקאנטע, צוריק צו א געהעריגע סדר היום. גארנישט אזוי געשמאק ווען מען ברויך גיין אין א שול ווי יעדער קען דיך, און ערשיינען בשינוי צורה. עס איז זיכער כפרת עוונות פאר די אויסגעלייטערטע נשמה, אבער ב"ה פאר דעם, מען ברויך דאך דאנקן דעם באשעפער אז די נשמה איז נאך דא, עס האט נישט געפעלט קיין סאך צו זיין בעלמא דקשוט.

[center]***[/center]

היינט איז ערב שבת בראשית תשע"ו. איך האב ווי פארגעסן צו שרייבן ווייטער, ווייל עס איז פשוט נישט געווען קיין צייט זיך צו עפענען און דא אריינלייגן מיינע געפילן, אבער פיל איז אריבער אויף אונז, גוטע צייטן ווי שלעכטע. מיר האלטן אבער איצט ערב די אפעראציע, נעקסטע וואך מאנטאג גייט זיין דער טאג וואס מען גייט אונטערן מעסער, לאמיר האפן און ווייטער מתפלל זיין אויף די בעסטע.

דער טאטע איז גאר נערוועז פון וואס עס גייט פאסירן, די לופט ווערט געשניטן מיט א מעסער'ל, די ימים טובים זענען אויך נישט אדורך אזוי איי איי איי, עס איז געווען שרעקעדיגע בליסטער'ס מיט איין פימפל וואס איז געווארן די סייז פונעם מילגרוים וואס מיר עסן להרבות זכיותינו, גאר שרעקליך איז געווען זיין אויסזען חול המועד, ער איז אריין אין שפיטאל הושענה רבה, ב"ה אנטיביאטיק האט עס אוועקגענומען, עס איז שיריים פון קימא נומער זעקס, הלוואי ווען די טומער גייט אוועק אזוי שנעל, ה' יעזור.

היינט מאנטאג פרשת נח. ב"ה די אפעראציע איז געלונגען, סך הכל זיבן שעה. דער דאקטאר איז שטארק צופרידן פונעם אויסגאנג, אזוי זאגט ער. וואס דען זאל ער זאגן? 'האלאו כ'האב אנגעמייכנט'? לאמיר טאקע האפן אז עס איז טאקע אזוי.
ב"ה מען האלט שוין פאר פורים. די ווינטער איז אדורך געלאפן, פארברענגט עטליכע וואכן אין די פלארידע היצן, די כוחות זענען צוביסלעך צוריק, פערטיג מיט די טעראפיען, מען גייט בקרוב גיין פאר טעסטינג, זען אויב מען איז מסודר. ביי מיר פלאטערן די אינערליכע פוטער-פליגן, נישט ווייל איך האב מורא, נאר אזוי איז עס, עס ציטערן די גלידער. טראץ איך טראכט גוט, ווייס איך אז רחמי שמים איז וויכטיג, און גאר נויטיג. איך בין זיכער אז דער באשעפער וועט זאגן פאר אונזערע צרות די די, און מיר ווילן לעבן 'העפעלי עווער עפטער', עד ביאת הגואל.
ביז אהער פונעם טאגבוך.
[center]---[/center]
דער שרייבער פון די שורות האט זיך אריינגעלייגט אדורכצואקערן די נושא פון די ביטערע מחלה 'קענסער' רח"ל, איר היסטאריע, די סארטן קראנקהייטן, די רפואות און טעראפיען, א.א.וו.

אין די קומענדיגע זשורנאלן פון "דער וועקער", וועט מען צוביסלעך אדורכאקערן די נושא פון 'יענע מחלה', אין א לענגערע סעריע פון ארטיקלן, וחפץ ה' בידינו יצליח.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר