פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]די וואך אינעם מאמענט האט "יואל אשר לאבין" געהאט א גאר באלערענדע עדיטאריעל. איך האב דאס געליינט מיט דערקוויקעניש, מיט געשמאקט און מיט אייפער. איך האב עס געליינט איינמאל, איבערגעליינט, און נאכאמאל געליינט. איך האלט אז פאר חבירים וידידים דא וועט דאס טרעפן אן עונג שכלי. דערפאר טייל איך דאס מיט, פאר די וואס האבן דאס נישט געליינט.

ליינט און האט הנאה:


פארוואס איך גיי מיט קראקס אויפן גאס?

וואס איז דאס מיט דיר, קראקס? פרעגט מיר דער חבר וועלכער האט מיר געכאפט רויט-האנטיג, קראקס-טראגעדיג.
וואס איז די פראבלעם?
וואס הייסט וואס איז די פראבלעם, ביסט אויפן קאפ געפאלן? די גייסט קראקס?!
און וואס איז שלעכט אז מען גייט קראקס?
וואס הייסט? קיינער גייט נישט קראקס, ביסט קוקו! ביסט נישט נארמאל! קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט דיר!
וואס הייסט? מענטשן זוכן שידוכים דייקא מיט מענטשן וואס גייען נישט קראקס ווייל זיי האלטן אז ווי ווייניגער קראקס אלס בעסער, אדער ווייל זיי האלטן אז זייער קינד וועט האבן א בעסערע עתיד מיט א בן-זוג וועמענס עלטערן גייען נישט קראקס?
הער אויף זיין קיוט, עפעס איז אריין אין דיר א רוח של שטות, וואס איז דאס מיט דיר?
עס איז מיין פיס, איך מעג אויף עס אנטון קראקס.
יא, עס איז דיין פיס, אבער די מאכסט בושות פאר יעדן איינעם, פאר דיין גאנצע משפחה און פאר יעדן איינעם!
וואס הייסט? איז דא אן עניין צו גיין לעדערנע שיך דייקא, וואס מען האט אפגעשינדעט לעבעדיגערהייט פון א חיה, און פארקויפט אין א קארטון פאר 109.99? און מענשן שעמען זיך, הלמאי, איך פארשטיי נישט דעם ענין?
איז דא סיי וועלכער קפידה צו גיין "געווענליכע" שיך?
ניין, אבער מען גייט אנגעטון ווי אלע אידן.
אהא. איך פרוביר ווייטער צו האלטן די שמועס און איך זאג.
די רעקל וואס איך גיי איז פון דזשי-ענד-דזשי. איך האב זיך נישט גערירט קיין זיז כל שהוא. עס איז נישט ווייל די שניט פון די ספעציפישע רעקל איז בעסער, פראקטישער און מער אידישליך, נאר פשוט ווייל "בתוך עמי אנכי יושבת", און מן הסתם איז דא אן עניין דערין צו גיין אנגעטון ווי אלע, און בכלל איז דאך עס א גרויסער ענין צו זיין נארמאל.
די קאפל איז פון סאמעט, און נישט ווי די וואס האבן אזא פלושענע גלאנצ-לאזע קאפל, די ברילן זענען דאס וואס איז היינט סטייליש-חסידיש. איך קען דאך מיין בערך'דיגע סטאטוס, איך גיי נישט גיין גאר כניאקיש, ווייל אין די היינטיגע סטייל איז דייקא יענע ברילן זייער מאדערן, איך גיי דאס וואס האט געהייסן מאדערן פאר ניין יאר צוריק, וואס דאס הייסט היינט "מעין-סטריעם" חסידיש.
איך פארשטיי אז אויף פארשידענע מלבושים האבן מען אריינגעטייטשט חשובע באדייט און ערקלערט אירע כוונות,
אבער די שיך, רבונו של עולם, איז דאך בלויז שיך, וואס נאר ווען מען קוקט אויף דער ערד קען מען זעהן. קען איך נישט קלויבן צו גיין אנדערש?
אבער מיין מיטשמועסער פארשטייט נישט: פארוואס זאל א מענטש וועלן זיין אנדערש?

**
איך גיי קראקס, ווייל עס איז מיין פיס.
איך גיי קראקס, ווייל איך בין א יחיד, אן אינדעווידואל וועלכער מעג מאכן בחירות אויף זיין אייגענע לעבן.
איך לעב אין א געמיינדע ווי יעדער גייט אנגעטון גענוי די זעלבע. די האר און בארד איז די זעלבע און די הלוך ילך איז גאר ענדליך. פאר א דרויסנדיגער קען עס אויסזעהן ווי מען האט באשאפן איין פראט-טייפ, א סעמפל און דערנאך געמאכט טויזנטער קאפי פעיסט.
און איך וויל נישט, איך וויל זיין א יחיד. אן אינדעווידואל וואס מאכט כאטשיג עפעס פון זיינע החלטות אליין!
מיר לעבן אין א געמיינדע וואס איז "איין סייז שטימט פאר יעדן" א געמיינדע ווי מען באשליסט לויט די לעצטע נאמען אויב ער זאל זיין א מלמד אדער א ריעל עסטעיט סוחר. אזוי אז עס זענען פארהאן מלמדים אין זייער הארץ וואס מאכן ריעל עסטעיט דיעלס אן קיין ענטוזיאזם, און געריבענע סוחרים וואס זענען שטעקן אין א חדר.
מיר לעבן אין א סדום בעטל ווי מען שניידט אפ פיס וואס זענען צו לאנג און מען קוועטשט אראפ קעפ וואס זענען צו הויך. מיר לעבן אין א פלאץ ווי אסאך אידן וואלטן געוואלט לעבן אסאך פשוטער, מאכן ביליגערע חתונות, דרייוון גענוצטע קארס, גיין א שטריימל וואס איז נידריגער ווי דרייסיג אינטשעס.

אסאך אידן וואלטן געוואלט ארויסמופן פון די תחום המושב ווי מען וואוינט צוקוועטשט אין לעכער, מדחקות למרחב, מיט א רוהיגקייט, אבער מען האט מורא ווייל מען מוז זיין "נארמאל"
אסאך בחורים וואלטן געלערנט אין א ישיבה וואס איז אסאך מער צוגעפאסט צו זיינע כשרונות, און ווייניגער צו די "נאמען" פון די ישיבות, אבער מען האט מורא ווייל מען מוז זיין "נארמאל"
מיר לעבן אין א פלאץ ווי א קינד פון א נגידישע שטוב וועט נישט בלייבן ביים לערנען ווייל "אונז זענען א נגידישע שטוב" בעת וואס א קינד פון א תלמיד חכם ווערט געפרעשורט צו זיך מאכן כאילו ער איז אין כולל.
מיר לעבן אין א פלאץ ווי אויב איינער שפירט אז א געוויסע ספר, וואס זיינע עלטערן האבן נישט געלערנט, ווארעמט אים אן צו עבודת השם, דארף ער זעקס מאל טראכטן צו ער זאל עס לערנען, ווייל מען וועט זאגן אז ער איז געווארן א חסיד פון אן אנדערע מחנה.
מיר לעבן אין א פלאץ וואס איז נישט באזירט אויף די החלטות פון די איינוואוינער וואס האבן מחליט געווען וויאזוי צו לעבן, וואספארא סארט שטריימל צו אנטון און וויפיל רענט איז געאייגענעט לויט אונזער בודזשעט, נאר מען טוט וואס איז "נארמאל" און אויב איז א דריי טויזנט דאלארדיגע שטריימל נארמאל, טוט מען עס ווי א טאטעלע.

מיר לעבן אין א פלאץ ווי מען שאפט געלט אז ארימעלייט זאלן קענען מאכן א "נארמאלע" חתונה, אין א טייערע זאל ווייל יעדער טוט אזוי, און דאס ווערט אראפגעברענגט כמה פעמים אין די ספר "הלכות נארמאל"
באזירט אויף די זעלבע ספר "הלכות נארמאל" דארפן מענטשן מאכן החלטות ווי צו וואוינען, און אויב איז "נארמאל" צו צאלן דריי טויזנט דאלאר רענט פאר א בוידעם אין וויליאמסבורג, טוט מען אזוי און מען איז מקבל יסורים באהבה.
עס איז שווער צו זיין נארמאל? יא, אבער וואס טוט מען נישט צו מקיים זיין די דאזיגע ריזיגע מצוה?!


**
מיר לעבן אין גרויסע שטעט, גרויסע קהלות, גרויסע מוסדות, גרויסע ארגענאזאציעס, אלעס איז מאסן פראדוקציע. א קינד גייט אין א חדר וואס פארמאגט צען-פופצן קלאסן, פינף און צוואנציג איטליכער, און ווערט געפירט ווי די גאנצע סטאדע. מיר ווערן נתחנך און אויסגעלערנט צו קאנפארמירן צו אונזערע ארומיגע, און זיך אנקוקן ווי א טייל פון "די זאך"
מאסן פראדוקציע האט מעלות, עס מאכט "מסודר'דיגע" און אפשר גאר "נארמאלע" מוסדות, עס פארזיכערט אז די פאבריק ארבעט און עס פראדוצירט גוטע פראדוקציע.
אבער לעומת זה, איז עס טאקע דאס, א פאבריק!
א קינד איז נישט קיין פאבריק פראדוקט, און א קינד וואס שפירט אז ער איז בלויז איין שרייפל פון א גרויסן בנין, א קינד שפירט אז ער גייט ארויף אויפן קאנוועיער בעלט און פארט אין א סיסטעם אבער מען שענקט נישט חשיבות צו זיין אינדיווידואליטעט און נשמה'דיגע חשיבות, איז א גאר גרויסע ווייטאג.

"מאך נישט קיין בושות" הערט א קינד ווען ער גייט נישט גענצליך אין שפאן. אבער צו דארף א מענטש קלויבן א לעבנס-שטייגער באזירט אויף "נישט מאכן בושות".
ווער איז ער? א רחמסטריווקער יונגערמאן! עס איז א פאקט אז מען קען הערן דעפינירן א מענטש לויט די שול ווי ער דאווענט אדער די רבי ווי ער געט א קוויטל. וואס מיינט דאס? א מענטש האט אזויפיל טויזנטער אייגענשאפטן און תכונות, אייגענארטיגע נקודות און טאלאנטן, רצונות און נסיונות, פינאנציעלע און אינטעלעקטואלע סטאטוסן, אבער מען איז אים מצמצם און מגביל צו די שול ווי ער דאווענט.

"אזוי טוט מען ביי'נאונז" איז אמת, אבער א מענטש איז א חלק אלקי ממעל, א יחיד אין די בריאה, האדם נברא יחידי, מיט אייגענע רצונות'ן און בחירות, און ער דארף אליין וועלן, זוכן, שטרעבן און ליב האבן צו דינען הקב"ה און גיין בדרכי האבות, און נישט בלויז "אזוי טוט מען, ווייל אזוי!"
צו מאכן אלע קינדער א סטאדע און זיי אלע אריינלייגן אין איין סדום בעטל איז נישט אויסגעהאלטן און צעקוועטשט זייער כשרון און זייער שמחת החיים.
יעדעס קינד האט זיינע כחות און דאס טייטשט "חנוך לנער לפי דרכו", יעדעס קינד האט זיין אייגענע וועג און זיין אייגענע בחירה.

דאס ווערט זייער קלאר געזאגט דורך חז"ל "אין אדם לומד אלא מה שלבו חפץ, ובמקום שלבו חפץ". א קינד קען לערנען ווי מען צווינגט אים, אבער אז די "לב" וועט פעלן איז עס א געשטארבענע חינוך וואס האט נישט קיין אמתע קיום.
די חינוך "צו זיין נארמאל", גיין אין שטראם. ווען מען גייט אין שוהל דארף מען מאכן א נארמאלן רושם, דאווענען ווי א מענטש צווישן מענטשן, "ביהעיוון". דער טאקטיק איז ווירקזאם, מענטשן שטעלן זיך צו צו נארמעס, יעדער וויל זיין נארמאל. אין גאנצעטע שטובער איז דער גאנצער מהלך זיך צו איינגלידערן, זיין פאסיג און נישט קיין גר. עס איז אפשר ווירקזאם אבער עס איז א פוסטער, נאקעטער הנהגה אן קיין שום חיות, אן קיין נשמה, אן דעם אידישן תוך, און אונטערדרוקט דעם נקודה פנימית פון אייגענע בחירה, דער יחיד אינעם יחד.

קאנפארמירן צו נארמעס, איז א גאנץ פאזיטיווע זאך פון געוויסע שטאנדפונקטן. מען דארף נישט זיין קיין איפכא מסתברא, מען טאר נישט שפייען אקעגן די ווינט וויל עס וועט צוריקקלאפן אין פנים, אל תפרוש מן הציבור. אבער א מענטש טאר נישט בשום אופן בלייבן אנאנים, ווילנסלאז און אומאייגענארטיג, נישט מער ווי א שרייפל אינעם געזעלשאפט וועלכער דינט געטריי די פארשריפטן. מען דארף פארשטיין צו הארמאנירן און צונויף קניפן דעם אייגענעם חותם, דעם "חביב אדם שנברא בצלם" צוזאמען מיט די געזעצן פון סאסייעטי.
א אידישע אויסשפראך, וואס איז מקובל דורי דורות, זאגט "אז דו ביסט דו ווייל איך בין איך, און איך בין איך ווייל דו ביסטו דו, ביסטו נישט איך און איך בין נישט איך"
אז יענער גייט אנגעטון אזוי וועגן יענער, און טוט אלעס וועגן יענער, און יענער טוט די זעלבע זאך וועגן דיר, האבן אלע געלעבט אן קיין מחשבה, און בלויז בלינדערהייט נאכגעמאכט איינער דעם צווייטן.

א מענטש מוז וויסן זיין חשיבות, זיין אידענטיטעט, זיין אייגענארטיגקייט און אינדיווידואליטעט.
א מענטש מוז ווייסן אז ער איז א יחיד, אינעם מענטש איז דא א נקודה פנימית פונעם צלם אלקים ווי ער פארעמט אויס זיין אייגענע גורל, זיין אייגענע רעאקציע צו אומקאנטראלירבארע געשעענישן און זיין אייגענע יחס צו די בריאה און איר באשאפער.
דער מענטש'ס אמתער מהות איז נישט וואס מען האט אים צוגעשאנקען, די געלט וואס ער האט גע'ירש'נט, די פאזיציע ווי מען האט אים אריינגעשטעלט מיט פראטעקציע, דאס איז אלעס דרויסנדיגע מאורעות הזמן וואס האבן זיך געדרייט ארום אים אבער זיין פנימיות איז מסתתר בשפריר חביון, באהאלטן אינווייניג, און זעהט זיך נאר ארויס אין קריזיס צייטן ווען די שאלעכץ קומט אראפ און דער אינערליכער מענטש קומט ארויס במלוא יפיה אדער מיטן גאנצן מיאוסקייט.
א מענטש טאר נישט ווערן פארלוירן אין די "נארמאל" ארום אים, ער מוז טרעפן וואס ער איז. וואס נארמאל איז האט גארנישט מיט אים, וואס ביסטו?

**

זיי דו, ווייל דו האסט נאכנישט קיינמאל געלעבט און דו וועסט קיינמאל נישט לעבן.
זיי דו ווייל אלע אנדערע מענטשן זענען שוין פארכאפט און דו ביסט דער איינציגסטער, עלנדסטער דו!
איך לערן תורה און איך הער דעם דבר השם, און איך זעה נישט ווי נארמאל, קאנפארמיטי און טרייבעליזם איז א חלק אין די ברית הר סיני.
איך ווייס אז מיין נשמה איז א יחיד, א אייגנע נשמה, וואס איז געווען תחת כסא הכבוד, איך בין געווארן פערזענליך באשוואוירן, באשוואוירן צו זיין א צדיק און נישט א רשע, און ניין, נישט באשוואוירן וועגן די קאליר פון די שירעם און נישט וועגן אין וועלכע מקוה איך זאל קוואקען.
איך ווייס אז מיין נשמה גייט אליין, איינע אליין, כבני מרון, אריבער צו אפגעבן דין וחשבון.
איך ווייס אז אין ארון גיי איך ליגן איינער אליין.

וועלכע זייט פון וועלכע פראקציע פון וועלכע בית החיים איז אינטערסאנט נאר בלויז פאר וועלכע צייטונג וועט שענער דעקן מיין פטירה, אבער איך וועל ליגן אין דעם ארון: אליין.
אין עולם הבא גייט מען מיר נישט ליגן, נישט ביי די "ווי איי פי" און נישט ביי די פארענטשעס. נישט מיט די וואס גייען די שיך און נישט מיט די וואס גייען קראקס, נאר מיט נאך יחידישע נשמות, באזירט אויף זייערע אייגענע התנהגות ווען קיינער האט זיי נישט געזעהן. זייערע אייגענע נסיונות, זייערע אייגענע געפילן, זייערע אייגענע יסורים און זייערע אייגענע דערהויבנקייט.

**
נארמאל האט נישט בלויז שטארקע הלכות, נאר פארמאגט אויך שטייפע שופטים ושוטרים. די "נארמאל דזשאנדארן" זענען די יאכנעס. די יאכנעס זענען די וואס אין זיין טריביון, אויף די מקווה באנק, אדער די "סירקל אין קאנטרי" צונעמען זיי דעם וואס שפאנט אפ פון די נארמאל ליניעס.
די יאכנעס זענען די וואס באמערקן יעדע אפנויג פון נארמאל און מאכן קאמענטס אויף מענטשן, און פארשטייט זיך אז זיי האבן מיינונגען, יענער איז פאני, יענער איז פארפרומטער כניאק, יענער איז א שנארער און יענער איז א באם.
די ווילסט שטאף?
די ביסטו אויף די גאסיפ מארק ווי א זאמבי זוכט בלוט, נא דיר!
איך גיי קראקס!
אה, עס איז נישט נארמאל? איך וויל נישט זיין נארמאל.
איך האב געזאגט נעשה ונשמע, און איך האב קיינמאל נישט זיך אונטערגענומען צו זיין נארמאל!
די צלם אלקים איז די כח הבחירה. די מעגליכקייט אז א מענטש זאל קענען מאכן זיינע אייגענע החלטות אין זיין א יחיד בעולמו.
חביב אדם שנברא בצלם. די חביבות פון א מענטש איז זיין אייגענארטיגע צלם אלקים, דער אייבערשטער האט מיר שוין פארזיגלט אין זיין חותם, איך דארף בכלל נישט דיין חותם![/justify]

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר