א דערויסענדיגערס בליק אויף חרדיזם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 993
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

א דערויסענדיגערס בליק אויף חרדיזם

שליחה דורך mevakesh »

סיסטעם!
א גרויס חלק פון קאווע שטיבעל איז פארנומען מיט די פראבלעמען פון דעם סיסטעם
פארשטייט זיך אז קאווע שטיבעל איז נישט געבוירען אין א מדבר נאר עס רעפלעקטירט א געוויסע שטרעמונג ביי דעם חרדישן ציבור
אסאך זענען אנגעווייטאגט און מיט רעכט אויפן שמאלע אויסגעטרעטענע וועג אין וואס אונזער געזעלשאפט ווערט געפיהרט
עס איז אבער אינטערעסאנט צו הערן אז עס איז דא אביסעל א ברייטערע בליק וויאזוי דאס אנצוקוקען
דער שוין היינט באוואוסטער ישראלי פראפעסער בני בראון וואס האט ארויסגעגעבן א בוך אפאר יאר צוריק אויפן חזון איש האט לעצטנס געשריבען צוויי ארטיקלען אין דעם רייכן מוסף שבת פון מקור ראשון איבער חרדים
איך וועל פרובירען איבער צוגעבן זיינע עיקר פונקטן און איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן אויף דעם
דער עיקר יסוד וואס ער לייגט אראפ איז אז יעדער באוועגונג גייט נאטורלעך דוירך אפאר שטאפלען ביז עס זעצט זיך
די ערשטע זאך וואס געשעהט איז די באוועגונג ווערט געבוירען
נאכדעם ווערט מען אריינגעצויגען אין מערכות און געפעכטן איבער די רעיונות און איבער די ערכים אויף וואס מען שטעלט זיך
דער דריטע שטאפעל איז ווען מען הייבט אהן צו בליען
נאכדעם קומט דער שטאפעל ווען דער בליען איז שוין נישט דא אזוי שטארק און דער באוועגונג דארף זיך נארמאליזירען
דער לעצטע שטאפעל איז נאך דער באוועגונג האט זיך נארמאליזירט הייבט מען זיך אהן צו בענקן צו די ארגינעלע זאך
א ראיה צו די אלע שטאפלען ברענגט ער פון חסידות
קודם איז עס געבוירען ביים בעל שם נאכדעם האט זיך אנגעהויבען די פייערדיגע מחלוקת מיט די מתנגדים
נאכדעם האט חסידות געהאט גוטע יארען ווען מען האט געבליעט לדוגמא קוצק און אנדערע פון ת"ר תקופה און נאכדעם האט זיך עס נארמאליזירט
דאס זעלבע צולייגט ער ביי חרדיזם דער געבורט פון דעם איז ערגעץ פארן קריג ווען דער חזון איש האט אנגעהויבען טוהן (אין אמעריקא איז עס לכאורה נאבן קריג ) נאכדעם האט זיך אנגעהויגען די מלחמות מיט די פרייע רעגירונג
אין די זיבעציגער יארן האט חרדיזם געבליעט אויף א גרויסע פארנעם און דער שטערקסטע אספעקט פון דעם איז געווען די בעלי תשובה באוועגונג וואס איז זיך צוואקסען דעמאלטס
ביז אין די לעצטע צוואנציג יאר וואז די ברען און ארגענאלקייט האט נאכגעלאזט און יעצט האלטן מיר ביי די נארמאליזאציע שטאפעל און דאס איז היבש ווייטאגלעך אבער צום סוף וועט זיך עס בארוהיגען און זיך אוועקשטעלן אויף א נארמאלען אופן
דאס איז מער ווייניגער זיין טעאריא וואס ער לייגט אראפ
געוועסע נקודות וואס ער שרייבט איז נישט די זעלבע אין אמעריקא און בכלל דער אמעריקאנע חרדיזם איז אנדערש פון די ישראלישע מיט א סך פרטים אבער באופן כללי איז דאס איין באוועגונג
ער באווארעט אין מיטן זיינע ווערטער אז ער ווייסט אז די אויפגעקלערטע חרדים גייען בכלל נישט זיין צופרידען פון זיין פאזיטיווע בליק אבער דאך האלט ער אז דאס איז דער אמת
און טאקע די וואכן נאכדעם איז געווען אפאר מאמרים אנטקעגן און צווישען זיי איז געווען דר. שלמה טיקוצינסקי וואס איז א געוועזער ליטוואק וואס האט זיך שארף געקריגט מיט איהם

איך בין אינטערעסירט צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן

חלק א

חלק ב


מאמרי תגובה

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר