אינטערוויו מיט חברינו היקר מושב זקנים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

אינטערוויו מיט חברינו היקר מושב זקנים

שליחה דורך שלום שטיסל »

שלום: היי מושב, לאנג טיים נאו סי. האי אר יו?

מושב: קענסט אידיש? כ'בין שוואך אין ענגליש.... ביי אונז... ווייסטאך....

שלום: איי דאנט בעליוו איט, רעדסט נאכאלץ בלויז אידיש? קוקסט דאך אויס ווי א דאקטער... מוז זיין ביזט א אידישע דאקטער.... אפשר קענסטו ווערן די נורס אין קעמפ... לייגן בעינדעדזשעס און טיילן אספרין קענדיס פארן עולם...
וויאזוי גייט דאס לעבן?

מושב: נישקשה, רוב טאג פאק איך באקסעס אין א עמעזאן וועירהאוז, מיין בעה"ב איז א פרוממער, ער ארבעט מיט א חאלאט און א גארטל, אבער א פיינער מענטש (חוץ ווען ער ווערט נערוועז), פון אים מאך איך פרנסה.

שלום: ווי קומט די קאץ איבערן וואסער?

מושב: מיין פרומע ברודער מושי העלפט מיר אביסל דא דארט (ער וואלט געמעגט טוהן מער) ער האט מיר געשאפט די פאסטן, ס'איז נישט עכט ער, ווייל כ'האב א דעגרי, און איך בין געגאנגען אין סקול דערפאר, נישט ער.

שלום: זייער שיין, כ'זעה דו שלאפסט אויך אין זיין בעיסמענט, הלוואי פאר מיר אזאנע גוטע ברודער

מושב: יא איבערן וואך שלאף איך ביי אים ווייל ס'איז נאנט צו מיין דזשאב, אויף די וויקענדס פרוביר איך צו זיין אפסטעיט, איך וויל בכלל אוועקמופן פון דא, מיין חלום איז צו באקומען סעקשאן 8 אין קענזעס. מיין עקס וואוינט נישט ווייט פון דא, ס'איז נישט באקוועם אזוי.

שלום: וואס הייסט מרת ווייס האט שוין נאכאמאל חתונה געהאט?

מושב: ניין איך רעד פון מיין צווייטע עקס מרת שווארץ, זי דרייט זיך דא מיט איר מאן כ'טראג עס נישט דורך.

שלום: וואס הייסט? ביזט געווען נאכאמאל חתונה זייט אונז האמיר לעצטע מאל גערעדט?

מושב: יא. פאר ממש א קורצע צייט, נישט געווען קיין צייט דיר צו זאגן אפילו, זי איז א פארביסענע פרוי, זי האט מיר קיינמאל נישט געוואלט אויסהערן.

שלום: וואס הייסט? וואס האט זי געטון ווען דו האסט גערעדט?

מושב: למשל איך פלעג איר דערציילן א שמועס מיט א טעקסי דרייווער אדער כ'האב איר געפרעגט ווער ס'איז די קעניג פון די קעטשאפ'ס האט זי מיר פשוט איגנארירט. ס'פילט מורא'דיג שלעכט צו ווערן איגנארט א גאנצן טאג, וואס כ'האב נאר פרובירט צו זאגן האט געטאפט א וואנט, ס'פילט ווי כ'בין דער פלייט אטענדענט וואס ווייזט וויאזוי אנצוטוהן די לייף דזשעקעט, חוץ די קינדער וואס לאכן הערט קיינער נישט אויס.

שלום: איי פיל יור פעין, אפשר האט זי געהאט צו טוהן מיט די אויערן?

מושב: אבער כ'זעה דאך ווי מיט די נייע מאן און מיט אנדערע רעדט זי געהעריג

שלום: ליסטען, דעטס לייוו, מוזט ווייטער אנגיין... אפשר איז זי נישט אזוי געראטן ווי דיר... אפשר פרוביר צו טרעפן איינעם וואס איז מער דיינס גלייכן און וועט יא וועלן הערן דיינע סארט דיסקאושענס, איינער וואס האט מער דיין טעיסט. סתם רעדן צו איינעם וואס איז נישט אינטערסירט צו הערן איז טאקע א שאד די צייט....
וויאזוי גייט עס מיט אנדערע זאכן? כ'זעה האסט צוגענומען פונט, ס'איז נישט געזונט....

מושב: ווייסטאך, כ'האב נישט ווער ס'זאל מיר קאכן סאפער, פעסט פוד מאכט פעשליך. כ'פלעג אמאל קויפן ביי גרינפעלד'ס ער האט געזונטערע עסן, אבער לעצטענס טענה'ט ער אז כ'פארטרייב זיינע קאסטומערס, און ער וויל מער נישט כ'זאל אריינקומען אין זיין געשעפט, ממילא מוז איך קויפן ביי מיעל מארט, זייער עסן איז זייער פעט און נישט געהיינטיגט.

שלום: וואס נאך? דערצייל עפעס גוטע נייעס... אהה, וואס מאכט דיין טאטע? כ'האב אים לעצטענס געטראפן, זייער א געשמאקער מענטש, דער עולם גלייכט אים זייער, ער איז נאך א מלמד?

מושב: כ'האב שוין לאנג נישט גערעדט צו אים, ווייסטאך, ער האט מיר אריינגענארט מיט א שידוך, כ'קען אים נישט מוחל זיין. בכלל האט ער זיך מער אפגעגעבן מיט מיינע אנדערע ברודער ווי מיט מיר, געב א קוק מיינע אלע אנדערע געשוויסטער, ער האט יעדעם בעסער חתונה געמאכט.... נישט יושר...

שלום: לאדיר אפ, ער איז דען שולדיג, באשעפער פירט א וועלט... זאג נאר ביי די צווייטע איז אויך ער געוועהן שולדיג? און יענע וואס האט אפגעלאזט אינדערמיט? בכלל געדענקסט אין ישיבה וואס איז געווען סוף זמן פאר מ'האט דיר געווארפן? וואס האסטו געוואלט ער זאל דיר געהעריג חתונה מאכן? די גאנצע ישיבה האט געשטינקען פון די פרשה...

מושב: מ'רעדט נאך דערפון?

שלום: נישט עכט... עממ... לעצטענס האט איינער פון די עידזש ארויפגעלייגט די קליפ אויף די וואטסעפפ גרופ ווי מ'האט דיר לעצטענס אויסגעשלאסן צוליב דיינע קאמענדס, דער עולם האט אים גראדע פארדאמט, ס'איז זייער נישט איידל וואס מ'זעהט דארט.

מושב: בקיצור... ס'איז נישט נאר דאס, ווען כ'האב חתונה געהאט די צווייטע מאל האט ער מיר אפגערעדט פון די שידוך, און מיר געפערליך נערווירט, בקיצור...

שלום: לאמיר רעדן פון שמחות.... ווער בויעט דא די שול ביי די קארנער?

מושב: אהה דאס איז א פרשה פאר זיך, כ'פלעג דא גיין אין מקוה, לעצטענס האבן זיי געזאגט פאר מיין ברודער ער זאל מיר זאגן אז כ'האב מער נישט וואס אריינצוקומען דא, כ'האב זיי איגנארירט, ביז דער שמש האט אויסגעקלאפט כ'זאל ארויסגיין, זיי זענען מיר חושד אז כ'האב גע'גנב'עט פון די פושקע, מיט נאך אנדערע זאכן. סתם פארביסענע מענטשן, זיי פארגינען נישט מיין סוקסעס...


שלום: הער שוין אויף מיט די נעגאטיוו.... ווי פלאנסטו צו פארברענגן שבת נחמו?

מושב: נישט עפעס ספעציעל, געווענדליך פרייטאג לאז איך מיר ארויס אויף די טרעין, ס'איז זייער אינטערטעינונג די אלע סארט קערעקטערס

שלום: ווי אהין גייסטו יעדע פרייטאג?

מושב: אמאל גייט מען סתם פארברענגן אביסל, ווייסט דאך, הין און צוריק עטליכע מאל און דער טאג איז דורך, ערגעץ מוז איך זיין איבערן טאג, כ'קען נישט פארשימעלט ווערן.... די מענטשן זענען טאקע נישט מיין טעיסט אבער ערגעץ מוז איך פארברענגען, זאלן זיי אלע פלאצן, כ'קען דאך נישט זיין איינזאם א גאנצן טאג...


שלום: פארוואס זעסטו נישט צו גיין א ריינע העמד מיט קלינע סניקערס? בכלל גייט א געפערליכע גערוך פון דיר, פארוואס נעמסטו נישט אביסל קעיר פון דיר?

מושב: ביזט גערעכט, כ'בין אבער אזוי פארנומען, כ'האב נישט קיין רגע צו אטעמען, בכלל הו קעירס? ווער קוקט מיין וועג? כ'געב נישט קיין דעקל...

שלום: ס'גייט נישט אזוי, דו ווילסט דאך נאך איינטאג חתונה האבן, מוזט'דיר אויפירן ווי א מענטש, און זיך אויפהערן אמפערן מיט יעדעם איינעם, אז נישט וועט נישט טויגן...

מושב: זאג נאר, דו מיינסט די וועלט ענדיגט זיך דא ביי לי ראדני? ס'איז א גרויסע וועלט, נישט איבעראל מוז איך טראגן א דזשי ענד דזשי סוט, כ'קען רואיג קויפן ביי ריינגאלד אדער זינגער, בכלל זוך איך נישט קיין היימישע זאך, שוין גענוג געהאט מיט די אומערצויגן פאלק...

שלום: זיי רעאליסטיש, די דרייסט'ער דא אגאנץ לעבן, פון ליע ראדני ביז בעדפארד ראסס, פון קאווע שטיבל צום פאליש און צוריק אין קאווע שטיבל, ווי קענסטו שוין גיין? דו קלעבסט אהער און קוים דא קומסט'עך אויס מיט די מענטשן ארום, וואס וועט שוין זיין מיט איינעם נישט דיין סארט? כ'ציטער נאר פון טראכטן... טעפ וועט גיין... בכלל קענסטו נישט קיין ענגליש, נו וואס דיין פלאן?

מושב: רעד נישט קיין גוזמאות, כ'זאג דיר כ'ווער א חתן בקרוב, ס'קומט א העווי חתונה, האסט געזעהן שווארץ האט לעצטענס חתונה געמאכט? ס'איז געווען לעבעדיג דארט, אי"ה בקרוב ביי מיר, כ'האב טאקע נישט זיין געלט, אבער כ'האב א דעגרי, צוביסלעך...

שלום: וואס איז די באבי-פין אין דיין קאפל?

מושב: ס'הייסט? סאיז מורא'דיג סטייליש....

שלום: כ'מיין דער עולם גייט דערמיט אז דער קאפל זאל זיך האלטן לייגט מען צו א פין צו די האר, אבער דיין קאפ איז ליידיג פון האר...... עניוועי, צו וועם באלאנגט די מערצעדיס אין די נעקסטע דרייוועי?

מושב: דאס איז די שכן, ער איז א פיינע נייעס, ער געט נישט קיין ש*ט, קוק ער גייט מיט קורצע ערמעל... זעסט זיין גאראדזש? ס'עפענט זיך אליין... ער האט א מעכטיגע פאסיג, כ'האב פארגעסן די ברענד אבער ס'איז א היי ענד... מוזט עס זעהן... ער איז קיל, א נייס גיי, מיין ברודער איז זייער גוט מיט אים, מיר גריסט ער נישט געהעריג, קען זיין ער שעמט זיך פון מיר.

שלום: וואס בילט דארט? איז עס א הינטעל?

מושב: יא... כ'האב לעצטענס געקויפט איין, ס'איז זייער לאנגווייליג צו זיין אליין א גאנצן טאג, זאלסט עס קיינמאל נישט דורכגיין, איין מינוט... ס'קומט... כ'ציטער.... מוזט פארשטיין כ'בין נאך נישט צוגעוואוינט.... כ'בין נאך אין טרעיניג, לויף אוועק.... זיי זאגן ס'קען בייסן...

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר