דיסקלעימער: איך מיין אז המספיק'ס ברייווען זענען אייגענטליך אמת'ע.
קודם, פאלגענד איז די בריוו וואס א לייענער האט אריינגעשיקט:
שרייבער 5780 האט געשריבן:א צייט צוריק האט א ליינער רעקאמענדירט א וועבזייטל leakygutcure.com. צו מיין איבערראשונג האט מיין אינטערנעט פילטער מיר געווארנט אז דער זייטל איז פארדעכטיגט. איך האב פארט אריינגעקוקט דערין, און די וועג וויאזוי די רפואה ווערט דארט אדווערטייזט איז אויך פארדעכטיגט (לויפט און קויפט, באלד וועט עס מער נישט זיין! עס וואלט רואיג געקענט קאסטן 300$ , אבער מיר געבן עס אוועק פאר בלויז 40$.) איך האב געזוכט אויפ'ן געוועב אויב די גאנצע זאך איז א שווינדל, און איך בין פארפלייצט געווארן מיט אומצאליגע לינקס וועלכע פרעגן די שאלה, און אלע פירן נאר צו קויפן דעם פראדוקט. איך בין צומישט. איך האף שטארק אז עס איז נישט קיין שווינדל וויבאלד צופיל מענטשן פארלאזן זיך אויף אייער אדורכזיפן וואס עס גייט אלץ אריין אין גאזעט. א דאנק פאר'ן נעמען די צייט צו ליינען מיינע ווערטער.
די רעדאקציע ענטפערט:
המספיק האט געשריבן:אדאנק פאר'ן זיך פארבינדן מיט אונז איבער אייער זארג. ערשטנס דער גאזעט רעקאמענדירט קיינמאל נישט הלכה למעשה וואס מענטשן זאלן טון. יא, מיר פרובירן אייביג זיכער צו מאכן א די טעלעפאן נומערן אד"ג וואס גייען אריין זענען ריכטיג און אויסגעהאלטן, אבער ווי נאכאנאנד דערמאנט, טוען מיר פערזענליך קיינעם נישט אינדארסירן אדער רעקאמענדירן. דער רובריק איז פון ליינער צו ליינער, ווען די רעדאקציע נעמט בלויז די מינימאלסטע שריט צו רעדאגירן די בריוון צום געשמאק פונעם ציבור. מיט די אויסגעהאלטענע באגרעניצטע צוטריט וואס המספיק שטאב האבן צום אינטערנעט קענען מיר נישט נאכקוקן אלעס וואס ווערט אריינגעשיקט, און אודאי טוען מיר חלילה נישט רעקאמענדירן פאר קיינעם צו גיין אויפ'ן אינטערנעט זאל עס זיין פאר רוחניות אדער גשמיות. אבער, ווי געשמועסט, דער גאזעט נעמט נישט פערזענליך קיין שטעלונג.
עס איז מיר געווען גאר אינטרעסאנט אז המספיק, א סטעיט-או-די-ארט גאווערמענט-באזירטע ארגעניזאציע, זאל זיך מאכן בא'טעמ'ט אז זי האבן "באגרעניצטע צוטריט ... צום אינטערנעט".