דער מוסר השכל פון ענטעני ווינער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

דער מוסר השכל פון ענטעני ווינער

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]היינט האט ענטעני ווינער פארלוירן אלע וועלטן. פארלוירן קאנגרעסמאנשאפט, פארלוירן מאיערשאפט, און היינט פארלוירן זיין ווייב [און קינד].

ענטעני ווינער איז געווען אן אויסגעשפראכענעם קאנגרעסמאן פאר בערך 6 יאר. ער האט סוקסעסופעל געווינען אפאר פארמעסטן דורכאויס זיין קאריער. און מ'האט קלאר געזען אז ער איז אויפן וועג ארויף אויפן פאליטישער לייטער, און ער איז אפילו געלאפן פאר מאיער פון ניו יארק אין 2005 און אין 2013 . ווינער האט געהייראט א מוסלימענער פרוי הומא אבעדין פאר בערך 5 יאר צוריק, אבער זיין מערידזש האט זיך אנגעהויבן מיט די לינקע פיס. ווינער האט געהאט מיסברויכן צו זיין נאמען בעפאר זיין חתונה, זיין ווייב האט געוויסט פון דעם, אבער זיי האבן געהאפט צו האלטן די זאכן Behind them. אבער ווינער שב על קיאו אין 2011, ווען ער האט בטעות ארויסגעשיקט אן עקספיליסיט טוויט-בילד פון זיך. נאכן לייקענען אפאר טעג אז מען האט אים געהעקט, האט ער צום סוף מודה געווען אז הקיאו איתו, און ער האט רעזיגנירט אין שאנדע פון קאנגרעס. ווינער האט יענער יאר געבוירן א יונגעל.

אבער אין 2013 האט דער מרעיבו שבע ווידער געפלאקערט אין אים, און בשעת ער איז געלאפן פאר מעיאר האט מען אים ווידער געכאפט שיקן עקספליסיט בילדער צו פרעמדע. און טראץ די פרישע סקאנדאל האט ער נישט געוואלט אויפגעבן די מעיאר פארמעסט, אבער ער האט עווענטועל מיאוס פארלוירן דעם פארמעסט. דורכאויס די צווייטער סקאנדאל, איז ער ארויסגעקומען מיט זיין ווייב אויף א פרעסע קאנפרענץ וואו ער האט זיך אנטשולדיגט צו זיין ווייב, און ווי ער האט דערמאנט אז ער האפט צו האלטן די זאכן נאכאמאל אין עבר, און מיט די הילף פון טערעפי וועט ער קענען פריש אנהייבן דאס בלעטעל פון דאסניי. זיין ווייב האט דאן אויך גערעדט ווי זי האט געזאגט אז זי האט אים פארגעבן, און זי האפט זיך צו רוקן ווייטער און פארגעסן דעם עבר.

און צום דריטן מאל, נאכן פארלירן אלע פובליק צוטריט, וחמתה בערה בו, דער שאור שבעיסה האט געמעלטעד ווי צולאזטע פיטער, און ווינער האט נאכאמאל געדריקט דעם אומריכטיגן קנעפל, און געשיקט עקספליסיט בילדער צו פרעמדע פרויען.

אנזייענדיג א פרישע סקאנדאל האט זיין ווייב היינט געמאלדן אז זי טיילט זיך אפ פון אים.

ווינער האט אוועקגעווארפן דאס לעצטער שאנס צו מאכט. זיין ווייב הומא אבעדין איז די רעכטע האנט פון הילערי קלינטאן, און ווינער וואלט געווען פארהייראט צו די פרוי וואס איז פון די נאנסטע געהילפן צו די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

דער מוסר השכל:

איך גיי נישט אריינגיין אין די עצם כאראקטער פון ווינער, עס קען זיין אז ער האט אן ערנסטע דיסארדער אא"וו, אבער לכאורה רעדט מען דא פון א טיפישע קעיס וואס איז א מעשה בכל יום, וואו מענטשען טשעטן אויף די הינטערגרינד פון די מענטשהייט, אבער ווינער האט געשיינט צו זיין היבש אומ'מזל'דיג, און איז דריי מאל געכאפט געווארן רויט האנטיג.

נישט אייביג דארפסטו צוריק ענטפערן ווען עמיצער מאקט דיך. בשעת ווינער איז געלאפן פאר מאיער האט ער געהאט גאר א מיאוסע ווערטער אויסטויש מיט א איד ווען ער איז געגאנגען קויפן עפעס אין א בעקערי. ער האט געמיינט אז גייט זיך דיפענדן מיטן ענטפערן איינעם, אבער עס האט געהאט א גאר נעגעטיווער אפקלאנג.

נאכדעם וואס ווינער איז געכאפט געווארן דעם ערשטן מאל, פארוואס האט ער דאס נאכאמאל געטון? מ'האט דאך אים געכאפט, די בושות און עגמ"נ איז געווען איום ונורא, פארוואס נאכאמאל איינשטעלן? מען קען דא ממש זען מעשים בסתר נפרעין בגלוי. אפילו עס געלונגט איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אבער צום סוף באגייט דער מענטש א קליינע טעות ונפרעין בגלוי. אפילו דו זאלסט זיין פארהייראט צו א פרוי נאה ביפיה ונאה במעשיה, אבער אויב דו ביסט נישט צופרידן מיט זיך וועסטו דאס קיינמאל נישט באקומען [קצרתי במקום להאריך].

דו מעגסט זיין א מאכטפולער קאנגרעסמאן, אבער א רוח שטות וועט דיך אוועקנעמען די שכל הישר אין קריטישע צייטן. אין צייטן וואס דער שכל הישר זאגט: "מיט איין קנעפל קענסטו פארלירן אלעס", אבער די שכל איז מטושטש, עס קען נישט מאכן קיין פראפאנד דיסישענס.

דו מעגסט לויפן פאר א מאכטפולע פאזיציע פאר די מאיער פון ניו יארק. אבער די רוח זנונים קען דיך צומישן אז דו זאלסט אפילו נישט וויסן וואס דו טוסט.

דו מעגסט זיין פארהייראט צו א פרוי וואס איז די רעכטע האנט פון א פאטענציאלע פרעזידענט, אבער די רוח שטות קען דערשטיקן דעם שכל הישר און אנמאכן א בכיה לדורות.

א בכיה לדורות, אז נאך די אלע צרות, האט ער פארלוירן זיין נאמען אין שאנדע פאר אייביג. זיין ווייב האט אים איבערגעלאזט און ער איז איבערגעבליבן ערום ומחוסר כל, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפען.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר