טערמאויל ביי פאקס נייעס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 314 מאל

טערמאויל ביי פאקס נייעס

שליחה דורך מר. קלונימוס »

עס טוט זיך ביי FOX NEWS לעבעדיג.

אנגעהויבן האט זיך עס א צוויי וואכן צוריק ווען גרעטשען קארלסאן וואס פלעגט האבן א שוי אויף פאקס האט אריינגעגעבן א סוט קעגן פאקס מאכטפולער פירער ראדזשער עילס אז ער האט איר געפייערט ווייל זי האט נישט קא-אפערירט מיט אים ווען ער האט איר געוואלט צו רעדן אז זי זאל מיט אים רעדן עברית.

די נייעס האט אפגעקלנגען ווי א באמבע. צום ערשט האט פאקס זיך נישט וויסענדיג געמאכט, שפעטער האבן זיי געגעבן א סטעיטמענט אז די זאך ווערט אויסגעפארשט.

בינתיים זענען אפירגעקומען נאך פרויען געוועזענע פאקס איינגעשטעלטע און האבן אנגעהויבן רעדן אז עילס האט אויך זיי הארעסט אז זיי זאלן מיט אים רעדן עברית.

היינט האט דער פאקס סטאר מעגעין קעלי זיך געפענט דאס מויל אז אויך איר האט עילס דעם קאפ פארדרייט.

עס האט אנגעהויבן אויסזען נישט גוט, האט ראפערט מארדאק פון פאקס סענטשוערי 21 די פערענט קאמפעני פון פאקס נייעס, מיט זיינע קינדער אנגעהויבן פלאנירן וויאזוי מ'זעט ארויס דעם עילס פון דא.
פארגעסן צו אנמערקן אז עילס, 76, איז דער גרינדער פון פאקס נייעס, דאס איז זיין איידיע און זיין פירערשאפט וואס האט געמאכט פאקס פאר דעם גרעסטע קעבעל טשענעל סוקסעס אין היסטאריע. ער איז א געוועזענע שרייבער פאר עטליכע פרעזידענטן און ראטגעבער פאר אסאך פאלעטישאנס.

נאך די סוט זענען אויך ארויסגעקומען אפאר פרויען געוועזענע און אויך איצטיגע פאקס איינגעשטעלע לטובת עילס אז ער איז ריין פון אלעם און אז קארלסאן איז ברוגז ווייל עילס האט איר געפייערט איבער איר שוי'ס שוואכע רעטינגס.

נעכטן האט אנגעהויבן קורסירן שמועות אז מארדאק האט אנגעטראגן פאר עילס צו אויסקלויבן צו רעזיגנירן פרייוויליג אדער זיין אויסגעשטעלט צו ווערן געפייערט.

אבער דער עכטער אטאם באמבא האט בלויז פריער געקראכט מיט שמועות אז עטליכע שטערנ'ס פון פאקס וועלן מיט גיין מיט עילס. אויב עילס וועט גיין און וועלן עפענען א נייע טשענעל קען ער רעכענען אויף אריילי און הענעטי און גרעטע ווען סוסטרען און אלע פון די פאקס עט 5. דאס וואלט געווען א טויט שיין פאר פאקס.

פאסט פון מארגן. דער פאסט באלאנגט אויך פאר מארדאק

CnxKfEkXYAEx7n0.jpg
איך רעד צום וואנט קוקט אויס

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר