גנבענען וויי פיי (wifi)

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

גנבענען וויי פיי (wifi)

שליחה דורך טרויבן88 »

איך וויל פרעגן א שאלה אינטערעסאנט אז איך טרעף נישט אן אשכול איבער דעם.
איך וויל וויסן סיי די תורה'דיגע הלכה און סיי די עטישע שטאנדפונקט...
מאכט זיך אסאך מאל אז איינער ציט זיך אריין און א שטוב אדער איינער גייט פאר א וויזיט ערגעץ און ער האט נישט בכלל קיין אינטערנעט אדער האט ער ווירייזאן אדער האט ער טי-מאביל און עס ארבייט נישט דארט, און ער צינדט אן די וויי פיי און ער טרעפט דארט אן אפענע וויי פיי,
1) מעג ער זיך בכלל קאנעקטן?
2) אם תמצא לומר אז מען מעג, ווילאנג מעג ער זיין דערויף? און וואס מעג ער עס ניצן פאר וועב און אימעיל? אדער אויך פאר ווידעא?
3) און פאל איינער האט און זיין הויז געטראפן וויי פיי און ער פלנט צי זיצן דערויף, און אזא פאל מעג מען??
איך האב איינגעטיילט די שאלה ווייל יעדעס איינס איז א סוגיא פאר זיך,

נאמבער 1 פארוואס זאל א מענטש בכלל מעגען ניצן יענעמס א זאך, אפילו לאמיר זאגן אז יענער איז א פושע, אדער פארוואס געט עס דיר רעכט צי נוצן יענעמס א זאך?

נאמבער 2 אז איינער ניצט טעמפארערי וויי פיי פון איינעם לאמיר זאגן פאר 5 מינוט קען זיין אז עס זעט זיך נישט אן, אויכעט ווענדט זיך עס וואס, אויב ער עפענט אימעילס קען זיין מען מעג וויבאלד עס זעט זיך נישט אן, אבעכ מעג מען סטריעמען אדער דאנלוידן ווידעא?

נאמבער 3 ווען א מענטש זעט זיך ארויף אויף איינעמס וויי פיי וועט עס בדרך כלל פארשטייטערן יענעמס וויי פיי, מעג מען? און אויב למשל אויב איינער זעצט זיך ארויף אויף איינעמס וויי פיי און דאס האט ציגעברענגט אז יענער זאל קויפן א נייע router אדער אז יענער זאל רופן די קאמפעני אז עס איז שטייט געווארן, וואס איז די הלכה און די פעלער, און וויאזוי קען מען עס פיקסן אויב איינער האט עובר און די פעלער?

און סתם אזוי א זייטיגע קשיא אויב איינער האט אפענע וויי פיי און איינער ניצט עס פאר אסורע זאכן למשל ער קוקט שמוציגע זאכן איז דער בעל הוויי פיי שולדיג? אדער א גרמא אדער א גרמי?
לעב אין לאז לעבן.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר