משזר - חלק ב'

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1673
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6300 מאל

משזר - חלק ב'

שליחה דורך יואב »

ס’איז דריי אזייגער אינמיטן נאכט, אלץ שלאפט, און דער אלארעם צעפייפט זיך. א פריוואטע הודעה האט זיך אריינגעריסן צו מיר אין אישי-קעסטל. כ’רייב מיך די פארקלעפטע אויגן, כ’וויל זען וואס גייט דארט פאר, און ס’שפרינגט מיך באלד אנטקעגן דאס ווארט “מקור,” אדמוני, מיט א פנים כעס’יג און אנטוישט, ווי א גואל-הדם וואס האט געגרייכט די עיר-מקלט, אונטערשטעליג מיט בלויז א קארגער סעקונדע פונעם לא-צדה’ניק. נישט בלויז איינס, נאר זעקס פראגע-צייכנס האבן עס באגלייט. וואס-ווענ-וואו? אין א קליין בלאס-ברוין קעסטעלע איז געווען ציטירט צוויי שורות וואס “יואב האט געשריבן.” נו, קיין ליגנט זאגט דאך נישט די אינטערנעט, און אז יואב האט אזוי געשריבן, דאן איז פשט אז מן הדין ברויך יואב זיך ארויסשלעפן פון בעט, און אונטער דער שיין פון לבנה זיך לאזן אין גאנג אפירצוקראצן דעם מקור.

שטעלט זיך ארויס אז כ’האב יענץ קליינטשיג תגובה’לע געשריבן נאך אין די צייטן פון [tag]קופערניקוס[/tag], און ווען [tag]געפילטע פיש[/tag] האט נאך נישט געמיינט קיין מאכל. בעולם המשזר עקזיסטירן אבער נישט קיין סטעטשוס-אף-לימיטעישאנס, הפנים זיכער אזוי כל זמן ס’טרעפט זיך נישט קיין דזשאב. פון גלאט אזוי איגנארירן האט קיינער פון אים זיך נאך נישט ארויסגעדרייט — ליבערשט אביסל משזר, האב איך געקלערט צו מיר, ווי איידער אינגאנצן “צע’משזר’ט” ווערן. ס’האט שוין יעדער אמאל, א שטייגער, דיקליינט א טעלעפאן-רוף פון א נודניק, א מינוט שפעטער עודך דיקליינט, ווידער ביים אכטן מאל יא אויפגעהויבן — ס’פשט? עפעס ערהאלטן א פריש בינטל נערוון אין דאזיגער דריי מינוט? ניין, און ווי ווייט כ’בין חושד האט גאר פאסירט ס’פארקערטע. בעת ס’איז אבער פאראן א לימיט אויף וויפיל דער דורכשניטליכער מענטש איז גרייט צוריקצואווייזן דעם זעלבן נומער פער שעה, פארמאגט יענער אויף דער אנדערער זייט די כוחות צו קוועטשן ס’רידייעל קנעפל איינמאל און נאכמאל, כל זמן די באטעריע לויפט ביי אים נישט אויס — א סברה אז נאכדעם אפילו אויך.

די מעשה מיט יענעם מקור גייט אוודאי ווייטער; דער סוף איז געווען א הודעה לענגער אזש פונעם גאנצן פנונים-שזורים. מ’האמער אבער צופיל צו דעקן אין דאזיגן ארטיקל. אז ער איז צו לאנג, דאן פארלירט דער עולם ס’געדולד צו לייענען, און פאר א חלק ג’ האב איך קנאפ וואס חשק. חלקים וועל איך לאזן פאר שש’ן און פאר’ן מולד; מיין סיסטעם ארבעט ארטיקל אחד לגלגולת. די סיבה פאר’ן בכלל האבן אויפגעברענגט ס’אישי-קעסטל איז, ערשטנס, ווייל ווי קען איך דען רעדן איבער שש’ן, און אזאנס איגנארירן. שש איז לויט א לעצטערן באריכט פאראנטווארטליך פאר אומגעפער ניינציג פראצענט פונעם פריוואטע-הודעה עקספארט. נישט בלויז טוט ער שיקן, נאר דאס ארויפזיגלען “רעספאנס-ריקוועסטעד” האט אין זיינע אויגן קיין שום ווערט נישט; ער ניצט דאס אויף ממש יעדער איינציגער הודעה. כ’מיין וואס גענוי ברויך איך צו ענטפערן, ווען אלץ וואס געפינט זיך אין דער הודעה איז א קליין איבערוואגיג סמיילי וועמענ‘ס אויגן שטייען נישט גראד, דער איז משוגע צי וואס? צווייטנס, והוא העיקר, מוז איך איידער מ’לאזן זיך ארויס אויפ’ן וועג שרייבן איבער אן אנדערער הודעה, איינע וואס כ'האב געקריגן ממחרת פון ארויפשטעלן דעם חלק א’.

הרב משזר שרייבט דארט אז ער איז שוין זאט פון דער שיינער סארט עליות מיט וואס קליין און גרויס איז אים מכבד צו יעדער צייט, און וועט מיך שטארק מכיר טובה זיין, אויב קען איך אים שאפן אן עליה צו דער תוכחה. וכלשונו: “יואב, כ'בעט דיך, שמייס אריין אין מיר וויפיל ס’גייט.”

שמייסן קען איך אזוי גוט ווי שש קען דרייוון, הפנים, ס’איז פאר מיר נישט קיין לייכטע אויפגאבע. כ’שפיר ממש ווי דער מלמד וואס וויל נישט שלאגן, ס’קומט אים אן זייער שווער, פשוט אז מ’בעט, מ’צווינגט אים, דאן ערשטנס האט ער נישט קיין צוויי ברירות; צווייטנס, נעם אראפ די הענט אז נישט העסטו כאפן דאפלט.

***
שש איז מלא וגדוש מיט עפעס וואס ווערט אויף דער פראסטער שפראך גערופן “[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].” קודם כל איז וויכטיג די לייענער זאלן וויסן אז שש איז א דייהארד לכבוד-שבת-קודש איד — פרענקלי, א שיגעון מיט א קנאפן חן. ס’קען אמאל דענערווירן דעם ארום צו א גראד אין וועלכן די לופט הייבט אן שמעקן פון פעטש. די דאזיגע חתיכת בי-עס גייט געווענליך אריין אין קראפט ערב-שבת אין משמש שטיבל. משזר טרעפט זיך מיט א פלעשל וויין וואס ער האט געקלערט פון קויפן, אבער קאסט א קוואדער מער ווי געראכטן. באלד קריכט אפיר אזא סארט לא-כרעו-לבעל רעאקציע. אויפ’ן פנים קומט און גייט א רייע אויסשליסליך-היימישע גרימאסן; זי הייבט זיך אן ביי שטרענג, פון דארט טוישט זי זיך צו ציניש, פארוואונדערט, אומאיינשטימיג, אינטערעסאנט, כ'הער און קווענקלדיג. דא קומט א נייגל מיט דער האנט, און מיט אזא גלות-קרעכצעלע רופט ער זיך אן, “שוין, זאל זיין. ‘לכבוד-שבת-קודש.’ ס'איז דאך געלט וואס מ'באקומט צוריק, נישט אזוי ר’ משה יענקל? ‘לוו עלי ואני פורע’ זאגט דער אייבערשטער. מ'דארף נאר אביסלע גלייבן.”

“איי, רב ספרא מחריך רישא, אוי יוי, רבא מלח שיבטא.”  אט ס’דאזיגע שטיקל גמרא האט עס געמאכט אויף דער “ברומען-ליסטע” פון שש’ן, און משום איזו סיבה פארט עס געווענליך מיט דער באקאנטער מרה-שחורה’דיגער זידטשויבער תנועה. הלכה למעשה פארשטייט ער אבער צו קאכן נאך אפילו ווייניגער ווי זיין ווייב פארשטייט צו הדסים משולשים און פרישע ערבות. סוכות הפנים איז דער איינציגער זמן אין יאר וואס שש האט א שטיקל רעכט צו זיין פארנומען ביים פרידזשידער. פרעגט מיך נישט וואס גענוי ער טוט דארט, דאס איז איינמאל אבער זיכער: די אויגן פון דער וועלט הענגען אין יענע מינוטן אויף זיין רוקן. ער וויקלט איין און אויס הדסים, טוישט ערבות, ארויס פון פלאסטיק, אריין אין פלאסטיק און צוריק ארויס פון פלאסטיק. פייכטע האנטיכער און טרוקענע טאויעל-פעיפער; שלעפט פארזיכטיג אראפ ס’קוישעלע, דרייט עס ארום, ציט עס צוריק ארויף, און פארזיכערט זיך א האנדפול מיט איבריגע רינגעלעך פאר’ן לולב, ווי סאלדאטן אין די רעזערוון גרייט על כל צרה שלא תבוא. זיין אנוועזנהייט אין קיך דורכאויס דעם יאר אבער, איז אדער צו עסן, אדער צו קריכן אויף די געהירן. אפילו א נארישן אייער-שפייז קען ער נישט מאכן אליינס, און ווען נישט איך שרייב עס דא ארויס, וואלט ער נאך אלץ נישט געוואוסט אז זופ מאכט מען פון וואסער. נו, אז צום קאכן איז ער אזא בטלן וואלט ער איר געקענט לפחות העלפן מיט’ן שיילן און רייבן קארטאפל — צו דעם איז ער אבער גלאט אזוי פויל. צייט האט ער פארט די והותר, מילא שטייט איבער איר צי זי האט געזאגט “לכבוד-שבת-קודש” בשעת’ן שווענקן די בעבלעך אדער אונטערשלאגן די אייער.

דער לכבוד-שבת-קודש שלאגט א נערוו איינמאל ער זיצט ביים שבת-טיש. קיין גאדדעמן לעפל נעמט ער נישט אריין אין מויל, אן צעקרעכצן זיך איבער דעם אנגעבליכן גורם צו זיינע עסקים מיט דער מגושמ’דיגער אכילה. צו אלץ איז דא דער לכבוד-שבת-קודש, זאל זיין מיט אדער אן דער זידטשויבער תנועה. דאס איז אבער בלויז די אלגעמיינע סיבה פארוואס ער עסט. אין אמת’ן פארמאגט יעדער מאכל כשלעצמו זיין מיוחד’יגן טעם, זיין פריוואטן מלאך וואס איז אויף אים ממונה, די סודות הבריאה און עתידות וואס באהאלטן זיך אין דאזיגן שטיקל חומר. פערפל לדוגמה עסט ער ווייל פון צדיקים שטייט אז דאס טייטשט “פארפאלן” — ס'זאלן פארפאלן ווערן די עבירות. ס'הייסט באין מליץ יושר מול מגיד פשע, שטעלט זיך דער וושט אויפ’ן וויטנעס-סטענד, און איז מעיד אויפ’ן דאזיגן הייפל ברעקלעך אז ס’האט אין אים זיך אריינגעגאסן. דער ווערדיקט? — נאט-גילטי. ממש געטראפן א לאאפהאול אין דער יענער-וועלטיגער יוסטיץ-סיסטעם. צום לאקשן-קוגל ווער ברויך דען א טעם ווען ער איז א הלכה-למשה-סיני, כידוע. שוין, האט אבער אריינגעשפילט צו זיין גוט מזל דעם רצה הקב”ה לזכות את ישראל — ס’טייטש “לא קשין.” כ'ווייס נישט וואס לא-קשין, און איז עס א מעלה אדער חיסרון? ביי מיר קומט באלד אויפ’ן געדאנק “ווייאגרא.”

א וועכענטליכער מנהג האט ער הויך צו אנאנסירן א באמערקונג ווי נאר דער טעללער זופ ווערט אראפגעלאזט פארענט פון זיין פארפארעוועטע ברילן. “הייסער פון לעצטער וואך, נאך אלץ אבער נישט גענוג הייס; אויסגעקאכט, איינגעקאכט, זאלציג, זאלצלאז, קען זיין בעסער און — לכבוד-שבת-קודש.”

סעלצער באטלעך טוט ער נישט עפענען צוליב זארג אז א כלי וועט באשאפן ווערן, און מ’וועט טייטלען מיט די פינגער אויף אים, א מחלל שבת ר”ל. סעלצער מוז מען דאך אבער טרינקען כדי אראפצואוואשן ס’פרעס, מילא אויב האט ער א גאסט, דאן מאכט ער יענעם פאר’ן שבת-גוי, שטייצעך נאר ברמיזה, און אויך נישט בלשון ציווי. ווידער אז נישט, דאן טרינקט מען פון א פלעשל וואס ס’דעקל איז אפעציעל פארמאכט, און פארט שפריצט סעלצער; צי צוליב א לעכל פון אויבן, אדער איז עס בלויז א קאפעלע אפען. נישט-אידישע שכנים אין ניו-יארק-סיטי האבן שטייצעך גע’גנב’ט דעם געדאנק, און אים איינגעשטעלט ביי פייער-הידראנטן דורכאויס הייסע זומער טעג. זיי זענען אפעציעל פארמאכט, מילא קיין שטראם איז נישט דא. פארט אבער שפרענקלט וואסער פון לעכער און האלב-אפענע דעקלעך.

זיין דראנג צו בולשיטן האט געגרייכט א חוזק’דיגן שטאפל ביי א שמחה נישט לאנג צוריק. שש האט זיך געשטעלט אין ליניע פאר אייזקרעם, משום איזו סיבה האט ער אבער געשפירט וויכטיג זיך צו ארויסכאפן פאר דעם ארום אזא “שוין, וואס טוט מען נישט פאר שלום בית.” דער אמת איז, פון זיין ציפן דעם קמץ א מינוט פריער, האב איך שוין באמערקט אז ער שפירט ס’איז עפעס נישט לכבודו צו שטיין און ווארטן אויף א סקאאפ עולם הזה. שלום בית אבער? מילא דעם פארנעפקינטן טעללער פון וואנען ס’קוקן ארויס ראמבאללס, דזשעלי-רינגס און נאך עפעס מיט שטויב-ציקער, נו, משום דעם וכן נוהגין מוז ער נישט מעלדן אז ס’איז צוליב שלום בית. ווער קומט אבער אהיים מיט א טעללער אויפגעלאזטן אייזקרעם? און נניח ס’האט אים נישט געפאסט אז מאנכע וועלן אים חושד זיין אין נאכגעבן זיך די (אויכמער) תאוות, פארוואס האט ער נישט געקענט זאגן אז ער נעמט דעם אייזקרעם פאר יענעם עלטער-פעטער מיט’ן בענדאון, דער יעניגער וואס בלויז צוליב זיין שניפסל שארן זיך צו אים געלטגייער. שוין, א קשיא אויף א מעשה.

***
דער רעפארט-קארד זיינער האט כמובן געהאט גאר גוטע צייכנס, אן אויסנאם איז אבער געווען ווען ס’איז געקומען צו “מסודר.” מלמדים האבן אלע איינער נאך דעם אנדערן אים צוגעטיילט א “צריך-תיקון.” כ'האב נישט געגלייבט כ’וועל עס קענען אמאל זאגן, זעט זיך אבער אויס אז מלמדים קענען אויך אמאל זיין גערעכט. נעמט א שטייגער בית גנזיו, מ'האמער אין ערשטן טייל פארשפראכן א בליק צו טאן דערין. אז מחנות מיט פאפירן געפינען זיך מער ווייניגער איבעראל וואו די פרעש אין מצרים האבן נאר פארמאגט א צוטריט, דאס איז לכאורה פאר קיינעם שוין נישט קיין נייעס. דא עקא, מ’האלט שוין לאנג ווייטער. ער האט פון דארט יעדעס ביסל לופט ארויסגעצויגען — ניטאמאל אויף אראפצושטויסן די שיך איז אים פארבליבן פלאץ. חצי-נזק’דיגע סידיס וואלגערן זיך איבער, העכער, אונטער, הינטער, צווישן, נעבן און אין דער זייט; פון צע’מזיק’טע טו-ביי-פארס שטעקן קרומע נעגל ארויס די קעפ, און מאכן אומהיימליכע גרימאסן אויף אן אגרעסיוו פארוויקלעניש פון ווייערס — צונויפגעשטויסן, פארקניפט, פארדרייט און פארהאנקערט. א דיקער מאטראץ מוצב ארצה, סטאטישע-עלעקטרע, זאמדעלעך און שפענדלעך עולים ויורדים בו. עטליכע צעביילטע פושקעס טונא קריכן ארום אויף דער פריי, געוויס האבן זיי זיך ארויסגעשלייכט פון איינעם פון די מערערע פארוואונדעטע קמחא-דפסחא באקסעס וועלכע גלאצן ביים מזרח-וואנט; קעסטלעך פארגעלטע ספרים שטויבן אין מערב-ווינקל — דער פחדימ’יגער גערוך וואס טראגט זיך פון דארט איז קאפאבל אויף צו פאר’סמ’ען א שטאט. פאת דרומה איז גענצליך אפגעשפארט פאר דעם טראפיק, צוליב א קייט-עקסידענט וואס אינוואלווד עטליכע צעבראכענע טונערס, א פארזשאווערט ראד פון א בייק, א שכנ’ס פלאמבינג געצייג, א צעקאליעטשטן פעקס-מאשין און לכל הפחות נאך א טוץ אביעקטן וואס איז פשוט שווער צו אידענטיפיצירן אין אזא פאר’עיפוש’טער ענגשאפט. א בינטל סכך דערנעבן האלט זיך באגודה אחת בלויז א דאנק שטיקער סקאטש-טעיפ ווילד-פאר’משזר’ט סביב, געטראפן האט עס א מקום מנוחה העכער קיינמאל-פארענדיגטער נוי-סוכה וועמענ’ס שטויב-זאמלעריי גייט שוין צוריק צו אזוי פרי ווי שש’ס ימי הבחרות. דער סופיט איז דורכגעוועבט מיט א בייזער שפין-געדיכטעניש, און פון א לייסטל הענגט אראפ א שמוציג כאלאטל — איין קעשענע איז צעריסן, און די אנדערע אנגעפראפט מיט טישוס, שרויפן און א ליידיג סופפער-סנעק זעקל. אחרון חביב שטייט אין צענטער פון באלאגאן א פלעשל סעלצער, ווארעם און מבושל, דערויף א קלעפעדיג לעבל פון אמשינאווער יובל השמיני וועלכע איז געפייערט געווארן אומגעפער מיט א שמיטה צוריק.

פון זיין גרויסן קאפל — עפעס וואס ווערט אגב געגלייבט צו זיין פאראנטווארטליך אין טויט פון צענדליגער אינסעקטן — קוקט שטענדיג ארויס א קליין ווייס צעטעלע. טאקע נישט שעדליך, בסך הכל האבן שדכנים און מנהלי המוסדות א פרייען צוטריט צו קריטיש-וויכטיגע אינפארמאציע, ווי די גרייס און פירמע ער טראגט. דער טלית-קטן אבער, אויב שש גיבט אים נישט די פארלאנגטע אויפמערקזאמקייט, דאן דראפעט ער זיך אזש ביז דעם האלדז, און סטראשעט מיט חנק.

ס’כתונת ווידער, ס’קריכט ארויס פון הויזן אומגעפער צען מינוט נאכ’ן ווערן דארט אריינגעשטופט. אינגאנצן אנלייגן די שולד אויפ’ן אויסגעדריבלטן פאסיק — יענער וואס ביים קויפן איז ער געווען שווארץ און יעצט אויף דער עלטער איז מער ווייניגער שוין ברוין — איז פילייכט נישט קיין יושר. ס’איז נישט אזוי ווייט ער, דער פאסיק, ווי די מכנסי אדנירם וועלכע זענען ברייטער פון אים מיט ווייניגסטנס א טפח דחזון איש, און ווערן לויט מאנכע גאר באשולדיגט אין געררימענדערינג. אין יעדן פאל, צוליב דער באדייטנדער דיספראפארציע וואס הערשט אין יענעם געגנט, בינדט שש דעם פאסיק אזוי שטייף ווי ער האט אין יענעם שלימזלדיג יאר געצויגען א דיקן גארטל אויפ’ן שלאק פון סוכה. א מעשה פאר זיך, אפשר שפעטער. עכ”פ צוויי ברירות האט ער נישט, ווארום דאס ארויפשלעפן די הויזן יעדע עטליכע סעקונדעס איז נישט קיין עסק. מאידך גיסא, וואס ס’פאסירט איז אז פון אונטער דעם פאסיק-שנאל גליטשט זיך ארויס א שטיק הויזן, און נישט אבי א שטיק, נאר דווקא ביים סאמע פארנומענעם אינטערסעקשאן פון קנעפל, סנעפ, זיפפער, העמעד, אונטער-העמעד, גאטקע, טלית-קטן און ציצית-פעדעם.

די בינטלעך שטרוי קען ער אויך אמאל פארגעסן צו צוזאמדרייען, מעשה תשעה-באב. שנירלעך האר הענגען אים אפט איבער די אויגן עפעס ווי ביים ווייב פון און בן פלת; צומאל, ספעציעל דורכאויס דער נאכט ווען ער איז פארנומען ארומשיקן מעסעדשעס, קענען פארבלאנדזשען עטליכע הערעלעך אויך אויף דער נאז — א סארט קיצל וואס דערמאנט אין יענעם אויסגעוועפטן לץ און סעמי-מאלעסטאר, וואס פלעגט זיין ברוינליכן פתיל אריינשטופן אין אויער פון פרעמדע אינגלעך. כ'זאג “אמאל,” זינט ער האט זיך אבער דערוואוסט אז איינשטיינ’ס האר זענען תמיד געווען צעשויבערט און געקוקט כלפי מעלה, איז ביי אים פארגאנגען דער אפעטיט פון צוזאמנעמען די פיאות אלטאגעטהער.

שש טוט ביי א וואכנאכט אפט וואלונטירן זיך צו וואשן, פשוט ס’זאל זיין א מנין חלה-עסער. ווייטער אז ס’שטעלט זיך ארויס אז די מעשה פון קאץ האט מען נאך נישט פארציילט, דאן קען ער אויך אנגעבן זיין קאנדידאטור. פארשטייט זיך אז די מעשה פון דער קאץ ווערט נישט דערציילט מיט דער זעלבער רואיגקייט און נעימות ווי, א שטייגער, מופתים פון אזאנע צדיקים וואס פארזארגן דעם ציבור ביי זייערע יארצייטן, מיט עפעס מער ווי בלויז האני-קוקיס און שליבאוויץ. די קאץ ביים וואכנאכט טיילט דעם זעלבן גורל ווי דער אוצר אונטער דער בריק פון מלווה-מלכה. מ’כיפערט זיי ביידע אפ עלעהיי א יום כיפור’דיגע מנחה, אן קיין שום הארץ און געפיל, ווי ס’גאנצע פארציילן זאל גאר זיין א חיוב פון וועלכן ס’אייביג גוט זיך צו זען האלטן דערנאך.

***
ווען שש נייטיגט זיך אין א הלוואה, רופט ער אן א חבר וואס האט מיט אומגעפער זיבן וואך צוריק געהאט זיין ווייסעך וויפילט בעבי. ער ווינטשעוועט א מזל טוב עלעהיי דאס פיצל איז אן איינציג אויסגעבעטן קינד געבוירן געווארן מיט בלויז פינף מינוט צוריק, און כ'ברויך ענק נישט זאגן, צו ווינטשעווען פארשטייען זייער ווייניג אזוי גוט ווי אים. ערשט ווען יענער זאגט דעם פיינעל אמן, נאכ'ן האבן אויסגעשאסן צאללאזע אמן חטופה'ס און קטופה'ס דורכאויס דער ענדלאזער ברכה'עריי, דאן קומט דאס פאלגנדע: “אגב, חיים יאשקע, אז מ'רעדן שוין, לאמיך דיך פרעגן אזוי. כ'בעט דיך אבער, שפיר באקוועם צו זאגן ניין. א פינפערל וואלסט מיך אפשר געקענט פארבארגן אויף א קורצער צייט?”

פינפער, צי פינפערל אויף דער היימישער ביני-ובינך שפראך, מיינט פון טויזנט און ארויף, געוואנדן אינעם קאנטעקסט. ס’ארבעט אבער בלויז ביי א סעלעקטיוו ביסל נומערן. צום ביישפיל: א פינפער, צענער, און פופציגער — פיין. מ'קען אבער נישט זאגן א דרייסיגער, פערציגער אדער ח”י'ערל. א הונדערט קען מען אויך נישט זאגן, מ'קען אבער יא זאגן “א מאה.”

***
שש איז דער טיפ וואס מ'וועט צו יעדער מעגליכער געלעגנהייט זען מיט א קאפ געגאלט אזש ביז נאקעט; א באלד-העדעט מיט א גרויסן קאפל, און א שנעל-וואקסנדן שיעור פיאות וואס עוד מעט הייבט ער זיך אן ביים גענאק. די דאזיגע אקטיוויטעט דינט ווי א דערמאנונג פאר דעם פראסטן המון-עם איבער דעם קומענדיגן גרויסן טאג אויפ'ן העברעישן קאלאנדאר. זאל ער זיין א יום טוב, צי א צוקונפטיגער יום טוב — אקא טרויער-טאג. כ'ווייס צום ביישפיל אז היינט איז ערגעצוואו אין דער ערשטער האלב פון חודש ניסן, ליידער אבער ווייס איך נישט ווען גענוי דער אור לארבעה עשר שטויסט אריין. זע איך אבער שש, און קלער דער גיהנום מיט דעם גלאנציגן קאפ — אה, מארגן איז ערב פסח, ואנא אני בא. אמת, פון מזמור לתודה בין איך טאקע באפרייט, כ'ברויך אבער נאך טרעפן מיין איינגעשרינקענעם לולב, קויפן א סענדוויטש, דענטל-פלאס און ששששש*ט! — פון הילצערנעם לעפל און פעדער האב איך אינגאנצן פארגעסן. העי, וואס איז שוין יעצט ווידער? שלושת ימי הגבלה — מ'מעג שוין הערן מוזיק. און יעצט? — די דריי וואכן. ווט”ה, שוין ווייטער נאקעט? — וועל, ס’הארט “נאך” די דריי וואכן. ווי געדיכט קען שוין אבער די האר וואקסן אין א קארגן אפשניט פון דריי זויערע וואכן? דוכט זיך צו קליין אפילו פאר די קליפות זיך אנצוקלעפן. גערעכט, דאסמאל האט עס נישט ממש מיט דער ספיח קצירה, נאר געהערט צו א ברייטערן קאנטער-אבילות פראגראם. שש זאגט אבער נישט אז ס'איז צוליב מוצאי דריי וואכן, אדער ערב חמשה עשר באב — ער זאגט ס'איז לכבוד שבת נחמו.

***
פריער האב איך געשריבן אז כ’קען שמייסן אזוי גוט ווי שש קען דרייוון. ס’היייסט? ממש לעצטנס האט זיך אריינגעריסן ביי אים א רצון צו קענען טרייבן א קאר. נישט ווייל ער גלייכט צו דרייוון אדער האט אפילו וואו אהין צו פארן. קיין דזשאב האט ער וואו און וואס צו גיין צופיס אויך נישט, און הגם ער איז אויף שבת נחמו פארבליבן אין שטאט, א וועג אנצוקומען קיין סקולען אויף מוצאי האט ער ממילא יאר-יערליך דעם זעלבן — רויטע וואנצעס שלעפט זיך ארויף מיט א ליידיגן פיפטין-פעסענדשער. נאר וואס דען, ער וויל פשוט באשאפן אזאנע ווידעא-קליפס איבער זאכן צו וואס ער קלערט איז שייך דעם עת לעשות לה' הפרו תורתך. דער צאל לייענער אין שטיבל איז ליידער פוחת והולך, ווידער דער חומר זיינער וואקסט ווי מיט פראצענט. האט ער געקלערט פון גיין בעל-פה; שוואכע מוחות היינט, מ’דערהייבט שוין נישט דעם כתב. אמרו לו חבריו אז מיט’ן איינעם אויסנאם פון יואלי ראטה, כהיום, סיי ווער ס’וויל אז זיינע ווידעאס זאלן בכלל ווערן אנגעקוקט, מוז מען רעדן ביים רעדל. ממש א שפאגל-נייעם דערהער אין “דבר דבר על אפניו.” ווי געזאגט אבער דרייווט ער דאך נישט, האט ער ברוב תמימתו געפרעגט א חבר צי ער קען זיך אפשר אריינזעצן ביי יענעם אין פארקירטן קאר, און באלד לאזן אין שוואונג דעם קול חוצב להבות שש. יענער האט שטייצעך זיך גענומען לאכן. ס'מוז מען קענען רעדן בשעת דער קאר איז אין פולער באוועגונג, א קליין ווינטל זאל מילדערהייט טרייבן די פיאות אויף הינטערוויילעכץ; דא ווידער א בליק טון אין שפיגל, און דארט מאכן דעם בלינקער צען מינוט איידער זיך דרייען אויף רעכטס צי לינקס, פשוט צוליב דעם איידלען טיקטאק. בקיצור, דער אפעטיט איז ביי אים היפש אויסגערינען, און אפילו די שונאים זיינע וואלטן אין דאזיגן פאל אים פארשטאנען. נו, האט ער אבער פיינעלי געמאכט דעם ראוד-טעסט פון וואס ער רעדט שוין חדשים אז ער גייט נעמען. וואס מיינט עטץ — ער איז דורכגעפאלן, און מיט הויכע נומערן. יא, כ’ווייס, תירוצים, דער איז שולדיג און יענער איז שולדיג, אנטיסעמיטיזם און א פארבייגייער. נו, זאל זיין אז ער איז גערעכט — קיין לייסענס צו דרייווען פארמאגט ער אבער נישט. יעצט קווענקלט ער צי ער זאל בכלל פראבירן א צווייט מאל; שוין, דא וועל כ'מיך איינהאלטן פון אריינווארפן מיינע צוויי צענט.

***
אויב גאט זאל זיך באווייזן צו שש’ן בחלום היום, און זאגן “שאל מה אתן לך,” וואלט שש געוויס געבעטן אז די אויערן זיינע זאלן נאך פונקציאנירן עטוואס אריין אינעם טויט, בלויז אויף צו קענען הערן די הערליכע הספדים ביי דער אייגענער לוויה, און די אומגלויבליכע שבחים ביים ניחום אבלים. העכסט-אימפאנירט פון אזא גוטן ענטפער, וואלט גאט פילייכט אנגעבאטן ער זאל זיך וועלן נאך עפעס. דערצו וואלט שש רעאגירט מיט א בקשה צו שטארבן איינמאל א חודש, און דערנאך ווידער לעבעדיג ווערן אויך בלויז כדי צו קענען שטארבן איבער'ן חודש נאכאמאל, און זיך דערקוויקן פונדאסניי. אזוי זאל גיין דער סייקל ביז בלע המוות לנצח, ומחה וכו’.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר