מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
yachad
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:11 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר

שליחה דורך yachad »

שלום עליכם לכולם וישר כחכם שקבלתם אותי באהבה.

איך האב אויפגעוואקסען אין א קליינע נוצרישע דערפל אין צפון ענגלאנד, און ביז איך בין געווען 16 יאהר אלט בין איך געבליבן אין דעם דערפל. אונז האבן געהאט א גוטע לעבן - פיר שטאק׳דיגע הויז מיט 3 פארטשען, מיר האבן געהאט צוויי קארס, און אלע נייע טעכנאלאגיע. איך בין געווען א בן יחד, ולכן אני קיבלתי את כל מה שרציתי.

ווען איך בין געווארן 16 בין איך געגאנגען צום קאלעדזש, און דארטן איך האב אנגעהויבן לערנען וועגן די וועלט און אלע מיני גלויבונג. אונז האבן געלערנט נוצרות און איסלאם, אבער גארנישט פון יודענטום. איך האב גלאך געזעהן אז נוצרות - דער גלויבונג אין וואס איך בין אויפגעוואקסן - איז געווען ממש שטיתים מיט לאקשען, מיט אויכעט א קניידעל. ממש שטיתים. נאכדעם מיר האבן געלערנט איסלאם, און דאס אויכעט האב איך געזעהן אז עס איז נישט אמת.

איך האב אייביג געגלייבט אין איין באשעפער, און פאר איהם האב איך געוואלט לעבן מיין לעבן. ער געבט לעבן, ער געבט לופט כדי מ׳קען אטענען, ער געבט אונז עסן, וכד׳, עס מאכט נישט קיין סענס נישט צו לעבן פאר איהם! איך האב געזוכט דעם אמת, און איך האב עס נישט געטראפן.

ביי נאכט בין איך געווען אין מיטן פעלד לעבן מיין באבע׳ס שטוב און איך האב געהאט א ברסלבער מאמענט, כאלו התבודדות. פון עומקא דליבא און מיט א טרויער אין אויג האב איך אליינס געבעהטן דער באשעפער צו ווייזן מיך דעם אמת.

״טאטע, איך ווייס אז דו עקסיסטירט, און איך וויל לעבן מיין לעבן אויף דיין עבודה, פליז, ווייז מיך דעם אמת!״

ממש א סקאנדע נאכדעם האב איך געהאט גער ווארט ״אידישקייט״ ארום דרייען אין קאפ. אבער... איך האב גארנישט געוויסט פון אידישקייט! איך האב נישט געוויסט אז ס׳איז דא אידן אין היינטיגע צייטן, איך האב גארנישט געוויסט פון מדינת ישראל, און אויך נישט פונעם האלאקאוסט.

איך האב געבעהטן דער באשעפער מיך צו העלפן, ער האט אריין געלייגט דעם ווארט אין קאפ. דער רגע האב איך געוויסט גיי איך ווערן א איד.

שוין. שפעטער ביי נאכט בין איך אנגעקומען אינדערהיים, וואו איך האב אנגעהויבן זוכו אידישקייט אויפן אינטערנט.

אלעס וואס איך האב געלעהנט האט געפילט אזוי ווי דער אמת. מ׳שטייט אויף ציפרי און מ׳זאגט מודה אני. די לעצטע ווערטער ביי נאכט זענען שמע ישראל. מ׳עסט עפעס, ס׳איז דא ברכות. מ׳לעבט דעם גאנצן לעבן פארן באשעפער. אזוי דארף עס זיין.

נאך א פאר חדשים ריסערטשען אידישקייט אויפן קאמפיוטער, איך האב געוואלט שוין פראבירן גיין באזוכן א בית מדרש. איך האב נישט געוויסט דער חילוק צווישן רפורמים, ליווישעס, חסידים, ולכן איך בין געגאנגען צו דעם ערשטען פלאץ וואס גוגל האט מיך געוויזן - עפעס א רפורמישע פלאץ אינעם שטאט.

שבת ביי נאכט בין איך אהין געפארן, ס׳געווען געשמאק. איך בין צוריקגעקומען ביי טאג צו זעהן וואס טוהן זיך ביים ציפרי דאווענען. אוי השם ישמורנו אז ס׳איז דא אידישע קינדער וואס טוהן אזעלכע זאכן.

נאכן דאווענען, מיטן רב דארטן, א קבוצה פון זיי האבן מיך מיט גענעמען אין זייערע אוטו ארום דער בלאק צו סטארבאקס. אלץ קידוש אונז אלע האבן געגעסן חזר מיט קעיז סאנדוויטשען.

גלאך נאכדעם האב איך געוויסט אז דאס איז נישט אידישקייט. איך האב געלערנט אז מ׳טאר נישט דרייווען שבת, אז מ׳טאר נישט עסן חזר פלייש, אז מ׳טאר נישט עסן בשר מיט חלב. און יעצט דער חבר׳ה טוהן עס!? קען נישט זיין אידן.

איך האב אנגעהויבן זוכן א ארטאדאקסישן שול אינעם געגענט, און נאך קלונגן דער מאנטשעסטער בית דין זיי האבן מיך געשיקט צו א מאדערנע מזרחיסטישע פלאץ. דארטן האב איך געדאווענט ארום א יאהר, אבער עפעס האט זיך געפעלט. ס׳נישט געווען קיין פייר, ס׳איז נישט געווען קיין ברען.

איך האב אליינס אנגעהויבן ארום גיין מאנטשעסטער אויסטשעקן די מצב.

דער ערשטע מאל איך האב געזעהן א חסידישע איד מיטן שטריימל, רעזשוואלקע, ווייסע זאקן... איך האב געמיינט אז ער קומט פונעם לבנה.

איך בין געגאנגען דאווענען א פאר שבתים ביי א פאר ליטווישע פלעצער - נישט געפילט ווי אזוי עס דארף פילן.

איין טאג אינמעטן וואך בין איך געגאנגען כאפן א מנין מחנה אין מחזיקי הדת שטיבלעך. נאכן דאווענען עפעס א סאטמארער האט זיך אנגעפאנגען א שמועס מיט מיך וואו ער האט מיך ממליץ געווייזן מו אריינגיין אין בעלז אויספראבירן די פלאץ ווייל בעלזערס זענען זייער שטארק מקרב מענטשן.

וואלה. אהין בין איך געגאנגען. יעדע שבת פאר א יאהר בין איך געווען דארטן. אבער ווען איך האב אנגעהויבן לערנען מער וועגן בעלז, איך האב געזעהן אז די שיינקייט פון בעלז פון פארן דעם צווייטן וועלט קריג האט זיך פארלוירען אין היינטיגע צייטן.

איך בין אנגעהויבן אויסטשעקן נאך א פאר פלעצער. אפטא, וויז׳ניץ, גר, און סוף כל סוף (לפחות במאנטשעסטער) איך בין אנגעקומען אין סאטמאר.

מיט מיין אנליין קהילה פון גרים און בעלי תשובות יעדע האט געזאגט אז איך זאל נישט אריין טרעטן קיין איין פיס דארטן ווייל זיי זענען א באנדע משוגעים. איך האב נישט ליב ווען מענטשן זאגן מיך אזעלכע זאכן - איך האב אייביג ליב אויסציםינען אליינס. איך בין אהין געגאנגען (צו רב אהרן׳ס חבר׳ה).

די ערשטע שבת אין סאטמאר 6 מענטשן האבן מיך גערופן פאר א סעודה, אקעגן איין די גאנץ טאהר איך בין געווען אין בעלז. פארשטייט זיך איך האב געזאגט פאר זיי אז איך בין געווען נאך א גוי (אי, אפי׳ מיט א בעקיטשע און ביבער הוט), אבער זיי האבן מיך געהאלפן. זיי האבן גערעדט מיך מיך, מסביר געווען זאכן ווען איך האב געפרעגט, וכו׳. א באנדע משוגעים... דאס קען נאך זיין (דזשאק...), אבער זייערע חסד און אהבת ישראל איז סעקאנט טוּ נאן.

ס׳געווען בערך 8 חודשים נאך אנקומען אין סאטמאר ווען איך האב מחליט געווען אז עס קען נישט ווייטער גיין אזוי. דער בית דין (ליווישעס) דארטן האט מיך געמאכט פראבלעמען ווייל איך האב ארום געדרייט מיטן חסידישן עולם (רחמנא לצלן!!!).

ולכן אחרי כמעט 3 שנים במאנטשעסטער, איך בין געפארן קיין ארץ ישראל צו גיין לערנען אינעם בעלזער ישיבת וואס זיי האבן ספיציעל פאר גרים און בעלי תשובות. זיי האבן מיך אנגעהויבן העלפן מגייר זיין ביים בית דין פון הרב ניסים קרליץ שליט״א. אבער פאר איך האב געענדיגט דעם גרות, איך בין ארויס געגאנגען פון דער ישיבה כדי אריין צו גיין אין א אנדערע כלל חסידי ישיבה אין מאה שערים.

איך האב קיינמאל נישט געלערנט מיט א רב פארן גיור. נישט ווייל מ׳טאר נישט, אבער ווען דער בית דין האט מיך געשיקט צו א רב אין נווה יעקב, ער האט מיך געענטפערט, ״איך פארשטיי נישט, איך דארף דיך אויסלערנען די הלכה? דו לערנסט מיך אויס!״. ער האט גלאך געקלונגט דעם דיין פונעם בית דין און געזאגט אז איך קען שוין טובל׳ן. אלעס האב איך געלערנט אליינס פון ספרים אויף ענגליש, צי האלט אויג אויף מענטשן נאכמאכן וואס זיי טוהן ביים דאווענען, ביים סעודות שבת, וכו׳.

אדר תשע״ד איז דער סאטמאר רבי (קעי דזשעי) געפארן קיין בני ברק חתומה צו מאכן, און נאך וואס האט זיך פאסירט אין סאטמאר אין ענגלאנד, איך האב געוואלט גיין קוקן דעם רבין און אויסטשעקען א חסידישן רבישע חתונה. דער חתונה איז געווען צוויי טעג נאך מיין ברית מילה - ס׳וויי געטוהן, אבער נישט אזוי שטארק. פאר איך בין געפארן קיין ב״ב, האט די משגיח פון ישיבה געזאגט אז דער רבי איז א רשע, אז זיין חסידים האבן שלעכטע מידות, וכו׳ דער יוזשואל שטיתים. איך בין געפארן.

נאך צוריק קומען אין ישיבה שפעט יענער נאכט איך האב געזעהן מיין רענסלעך אין דרויסען. דער משגיח האט צאמגענעמען אלע מיין וועלטליכע זאכן און געלייגט אין דרויסען אינעם רעגן. דער נאכט, און בסך הכל 3 נעכט בין איך געשלאפן אויף א באנק אין גאס אין מאה שערים - 3 טעג נאכן ברית.

איך בין געליגן דארטן, פילן א שטאטע רוח אויף מיין פנים, און א פאר טראפן רעגן אויף מיין קאלטן גוף, איך האב געזאגט פאר מיך, ״דאס איז דער יצא הרע, ער וויל דיך אוועק שיקן דעם לעצטן רגע פונעם אמת״. איך האב עס געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל מיט א טרויער אין אויג ביז איך בין איינגעשלאפן.

נאך דריי טעג און עסן און שלאפן אינעם גאס, איך האב נישט געהאט קיין ברירה. איך בין געגאנגען צום סאטמאר׳ן בית מדרש אויף רחוב יונה און מיט א ציפליקטע אידיש און א געבראכענע שטימער איך האב געזאגט אז דעם קומענדיגן וואך גיי איך טובל׳ן און ווערן א איד, אבער איך האב נישט וואו צו עסן, אויכט נישט וואו צו שלאפן.

ער האט זיך גלאך געזאגט אז איך קען גיין שלאפן אין זיין בעיסמענט - אז ער גיין אהין לייגן א בעט מיט א שאפער און א פרידזשדע. ער האט אויכעט ארליידיגט אז איך שאלו אנהייבן לערנען אינעם סאטמאר כולל דארטן אין רחוב יונה.

כ״ד אדר ב׳ תשע״ד בין איך מגייר געווען אין בני ברק. יענער נאכט האט דער סאטמארער בית מדרש אויף רחוב יונה געמאכט א סעודת מצוה לכבוד מיין גרות. אפי׳ איך האב נאר געדרייט דארטן איין וואך, יעדע איינער פון די קהילה איז געווען דארטן מיך תומך צו זיין.

איך האב אנגעהויבן קענען דעם עולם, און אנגעהויבן מאכן חברים מיט אמעריקאנע בחורים וואס לערנען דארטן אין מיר.

איין טאג פליצלינג איז א בחור ציגעקומען צו מיך זאגן, ״איך וויל דיך קויפן א טיקעט צו קומען צו מיין חתונה אין וויליאמסבורג״. איך בין געווען אין קאמפליט שאק אז איינער זאל אזוי שטארק ווילן אז איך זאל זיין ביי זיין חתונה.

6 חודשים נאך ווערן א איד, סאטמאר האט געמאכט א סעודת פרידה פאר מיין נסיעה קיין אמעריקע.

אין אמעריקע, צוריק קיין ארץ ישראל, צוריק קיין אמעריקע, צוריק אהין צוריק אהער. ס׳געווען עליות און ירידות. אויפן וועג האב איך געטראפן מענטשן וואס איך האב קיינמאל נישט געגלייבט עקסיסטען אפילו, מענטשן מיט אזא ווארמער הערצער. מי כעמך ישראל. איך זאג נישט אלעס איז געווען גוט, איך האב נישט מורא צו זאגן אז ס׳איז דא ליידער גרויסע פראבלעמען אינעם חרדישן וועלט.

איך האב געזעהן אז סאטמאר, אפילו עס איז א גאר שיינע קהילה, דער רבי איז נישט געווען פאר מיך. א תלמיד חכם און יראת שמים, אבער ער איז נישט עממי (a people's mentsch). איך, אלץ גר, דארף א רבי מיט וועמען איך קען רעדן ווען איך וויל, רעדן אויפן פונעם עומקא דליבא וועגן מיינע שוועריגקייטן, וכד׳. א יאהר צוריק איך בין ארום געגאנגען א סך רבי׳ס און רבי׳לעך אויספראבירן צו טרעפן מיין פלאץ.

בחסדי השם האב איך עס שנעל געטארפן אין שומרי אמונים ירושלים. איך בין געווארן איינער פון זיי, פון די אינגעלעך צום עלטסטע איד יעדע איינע האט מיך אויפגענעמען בכבוד און מיך געהאלפן אין וואסער וועג זיי קענען. אין שומרי אמונים האט מען תקנות, און פארשטייט זיך אן ווינסענדיג האב איך געטוהן זאכן דערקעגן, אבער יעדע איינער, כולל דער רבי שליט״א האט מיך בכבוד אויסגעלערנט דער וועג פונעם הייליגן רבי הקדוש והטהור הבעל שומרי אמונים זיעוכי״א.

אין ש״א צווישן די בחורים אדמו״ר מיינט נישט אדונינו, מורינו ורבינו, עס מיינט אבי, מורי ורבי. יעדע איינער האט מיטן רבי׳ן א פריוואטע קשר ווי מ׳שעימט זיך נישט ארויסציברענגען מיט טרערן אונזערע שוועריגקייטן, און דער רבי איז קיינמאל נישט דן א איד אפי׳ ווען יענער איד פאלט. איך ווייס, איך האב עס געהאט. דער רבי, זאל ער זיין געזונט און שטארק, איז דארטן פאר יעדעם.

איך האב געדארפט קומען דא קיין אמעריקע יעצט אויף א שידוך. אבער א פאר טעג פאר די פלוגער האב איך באקומען א קאל פונעם שדכן אז זי איז געווארן א כלה. איך האב געוואלט מטבל זיין דין טיקעט און בלייבן אין ארץ ישראל מיט מיין רבי, מיין חברים און מיין קהילה, אבער א פאר באבובער חברים האבן געזאגט אז איך זאל גיין צו 48 רעדן מיט דער רב ווייל ער העלפט אויס גרים און האט חתונה געמאכט א גר. איך האב נאך געוואלט מבטל זיין דער כרטיס טיסה, אבער איך בין געגאנגען רעדן מיט מיין רבי. ער האט געזאגט אז איך זאל נאך פארן ווייל איך דארף א חתן ווערן.

איך בין יעצט געקומען מיטן כוונה צו טרעפן דעם באבובער רב. אין מסתמא ענק ווייסן וואס איז געשעהן אין דער דעפארטמענט.

שאלות - פיל פרי צו פרעגן.

דיסקלעימער - מסתמא ס׳איז דא א סך טעותים פון אוטוקארעקט - איך שרייב אויף מיין פאון. אויכעט ווייס איך נישט ווי אזוי צו טאגען די מענטשן וואס האבן שוין געלייגט א ענטפער.

אונטערן ס׳איז דא א לינק צו א GoFundMe וואס איך האב געעפענט. ס׳איז מיך דאך שווער צו לעבן אליינס. דער טאג איך בין מגייר געווען איז געווען דעם לעצטן טאג איך האב גערעדט מיט מיין מאמע (קיינמאל נישט געקענט מיין טאטע).

בילד

http://bit.ly/2cyJT7B
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום yachad, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 78 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר