גוט מארגן, וואס מאכט איהר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 993
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

גוט מארגן, וואס מאכט איהר

שליחה דורך mevakesh »

איך האב לעצטנס געהאט א קרוב מיינער פון מאנסי צו גאסט אויף שבת,
אויפן וועג אהיים פון שוהל האב איך באמערקט ווי ער האלט און איין גריסן מענטשן מיט א ווארימע גוט שבת, קודם האב איך געטראכט זעהט אויס אז ער איז גאר א פאפולערע פיגור אז ער קען זיך מיט אזויפיל מענטשן, אבער נאך א מינוט האב איך געזעהן אז ניין ער קען נישט קיינעם, נאר ווען ער זעהט א יוד גריסט ער איהם פשוט מיט א געשמאק. לויט ווי עס האט אויסגעקוקט האט ער הנאה געהאט פון דעם, און די באגריסטע האבן איהם גארנישט וויי געטוהן, און א גרויסע עולם האט גאר ווארעמערהייט צוריק געגריסט מיט געשמאק. בלויז א טייל האבן איהם אנגעקוקט קאלט, פרובירענדיג זיך צו דערמאנען פון ווי זיי קענען איהם.

ביי מענטשן אין אלגעמיין קוקט מען אהן גריסן אלס א זאך וואס מען טוהט אלס מענטשליכקייט, אז מען טרעפט איינעם וואס מען קען איז נישט שיין אז מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, ממילא גריסט מען.
אבער דער אמת איז אז גריסן האט גאר אן אנדערע טיפערע באדייט,
דער מענטש איז א סאציאלע באשעפעניש, ער וויל נישט לעבן אליין, און ווען ער לעבט אליין איז דא א חלק אין איהם וואס איז נישט לעבעדיג, מען קען זאגן עס איז ממש אין א קאומע.

דער מענטש לעכצט צו קומען אין באריהרונג מיט אנדערע, צו איז דאס געפיהליש אדער אפילו פיזיש ממש (אין די אלגעמיינע גאס איז א hug א נארמאלע ערשיינונג, נאר אין די חסידישע געזעלשאפט איז דאס א טאבו, מן הסתם איז עס געווארען צוליב קדושה ואכמ"ל)
ווען מען טרעפט א מענטש אויפן גאס איז דא א וועג זיך צו באהעפטן מיט איהם אויף א פאסיגע אופן, און דורך גריסן יענעם איז דא א באהעפטונג מיט א צווייטען, און דער סאציאלע חלק אינעם מענטש לעבט אויף און מען נעמט ממש חיות דערפון.

ליידער די וואס וואוינען אין שטאט געניסן נישט אזוי שטארק פון דעם ווייל אין שטאט איז דא אזא נערישע געוואוינהייט אז מען גריסט נישט סתם א צווייטען און דאס איז נישט דוקא צווישען יודן נאר אפילו ווען מען גייט אויפן באן הערשט אויך אזא טויטע שטילקייט ווי קיינער באמערקט גארנישט אז א צווייטער עקזיסטירט (מען קען אביסל פארשטיין וויאזוי דאס איז געווארען ווייל מען איז אין א גרויסע שטאט און מען טרעפט אלע ערליי מענטשן ממילא היט מען שטארק אויפן אינווידואלען לעבן אבער עס איז גענומען צו גאר א שטארקע עקסטרעם)

אבער עס דארף נישט אזוי זיין, מיר קענען עס טוישען, מיר קענען אנהייבן גריסן מענטשן און און זיך באהעפטן מיט אנדערע, אזוי וועלן מיר באקומען חיות און אנדערע וועלן האבן די געלעגנהייט צו נעמען די חיות, אבער שאטן וועט דאס פאר קיינעם נישט.

אלזא מיינע פריינד גוט מארגען און האטס א וואונדערבארע טאג!

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר