ידיעה ובחירה - במשנת רבי מנחם מענדל מוויטעפסק (תורת החסידות)

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

ידיעה ובחירה - במשנת רבי מנחם מענדל מוויטעפסק (תורת החסידות)

שליחה דורך אדנירם »

אפגעטיילט פון דא.
--------

ווען מיר רעדן פון די באקאנטע קשיא וועגן 'ידיעה ובחירה', איז כדאי אנצוצייכענען, אז איינע פון די גרעסטע באמבעס איז א שטיקל פרי הארץ פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מוויטעפסק זי"ע.


[center]הרה"ק רבי מנחם מענדל מוויטעפסק זי"ע.[/center]
אבער קודם כל א שטיקל הקדמה: ר' מענדעלע וויטעפסקער איז געווען א תלמיד פונעם מעזריטשע מגיד, אבער נישט סתם 'א תלמיד', נאר זאגאר דער גרעסטער תלמיד. ער האט איינגעשלינגען גאנץ וואהלין אונטער זיך, און האט באוויזן - אין זיינע צייטן - צו עולה זיין קיין ארץ ישראל באגלייט מיט 300 תלמידים! ער האט אפילו געהאט א חבורה פון עילוים מופלגים, די שפיץ עילית שבעילית פון חסידות, וביניהם דער בעל התניא, און דער קאליסקער, ועוד.

זיין ספר 'פרי הארץ' איז א געמישעכץ פון חסידות, קבלה, און פילאזאפיע, און איז דער שענסטער חסידישער ספר - נאכן ספר התניא, אבער איז שרעקליך טיף און דערפאר היבש אומפארשטענדליך. זיינע רעיונות ויסודות בתורת החסידות זענען אויף א גאר הויכע שטאפל, און זיינע תורות זענען נישט סתם תורה'לעך אויפן פרשה, נאר א לענגערע מאמר וואס טוט אדורך ריזן יסודות בחסידות בבת אחת.

אין דעם שטיקל פרי צדיק וואס איך וועל ברענגען, אין פרשת שופטים, טוט ער אדורך אן א שיעור חסידישע יסודות, ווי למשל: פארוואס קומט צו א צדיק שלעכטע מחשבות, פארוואס מ'דארף ליב האבן דעם גרעסטן רשע, וויאזוי א צדיק קען מעלה זיין מיט זיך טויזנטער אנדערע אידן, פארוואס א מתגאה 'בצדקתו' איז ערגער פון א רשע, און כמובן - דער יסוד פון אונזער שמועס: די פאקט אז א מענטש טוט כמעט גארנישט מאליו ומרצונו ומבחירתו.

וזאת למודעי: אסאך נקודות וואס מ'האט זיך געדינגען דערויף אין די אויבנגעברענגטע אשכול, ווערן דא מבואר קלאר - עכ"פ לדעת הוויטעפסקער. כמעט יעדע שטיקל רירט ער צו צו נאך א טענה והערה דלעיל, דערפאר דארף מען האלטן קאפ צו זיינע יסודות וואס ער 'שארט ארויס פון ארבל'.


[center]א מענטש איז נישט בוחר אין דאס וואס מיר זעען אז ער פירט זיך אזוי.[/center]
לאמיר מעתיק זיין דבריו הק':
נקדים לבאר מאמר (שבת ל"א ע"א) הגר שבא להתגיר לפני הלל על מנת שילמדו כל התורה כלה על רגל אחת, ולמדו 'מה דסני עלך לחברך לא תעביד'. והענין הוא, שהגר שבא להתגיר חפץ בהצדקו שיהי' לו העמדה וקיום באחת, שהיא איזה אמונה חזקה שלא יפל הנופל ממנה, ואדרבה, יתחזק להיות מטפחת ועולה... ומפני יראתו - שלא ירד מטה מטה לפעמים ע"י נסיונות ומאורעים - בקש זאת. והשיב לו כזאת: הנה כללא דמלתא, שאין שום אפשרות התחלת אפס קצה של עבדותו ית' אם לא באמונתו אמונת אמן, פי' שמעוט נקדת אמונתו בו ית' - ג"כ מאתו ית', כי הוא הנותן לו לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע, כמאמר (ישעי' מב, יח): החרשים שמעו והעורים הביטו וכו' ונתתי לכם לב בשר וכו'.

ואם אמרו רז"ל (ברכות ל"ג ע"ב): 'הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים', לא אמרו רק על אתערותא דלתתא לבד, בכדי שיוכל לחול עליו אתערותא דלעילא, משום דברכתא דלעילא לא שריא על אתר ריקנא, כמאמר אלישע (מלכים-א ד, ב): מה יש לך בבית וכו'. אבל (קידושין ל' ע"ב): 'אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו', וכמאמר (שיה"ש ה, ג): פתחו לי כחדה של מחט ואני אפתח לכם וכו', כי באתערותא דלתתא ארבות השמים נפתחים בפרץ מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה, כל חד לפום שיעורא דיליה, ולאו כל אפין שוין.

וא"ת וכי משוא פנים יש בדבר? הן הם הדברים שהוא מפלא ומכסה ממך (עי' חגיגה י"ג ע"א), וכבשים ללבושך (עי' משלי כז, כו), 'בהדי כבשי דרחמנא למה לך' (ברכות י' ע"א), מי יודע רוח בני אדם העולם למעלה קל כנשר ורוח האדם ובהמה היורדים למטה (משלי ג, כא) בעמקי הקלפות רח"ל.

דא זאגט ער דעם ערשטן יסוד בנוגע אונזער שמועס, אז בעצם טוט א מענטש כמעט גארנישט, ס'איז עפעס א פיצעלע 'אתערותא דלתתא' וואס דאן וויל ער כאטש האבן אמונה, און נאכדעם באקומט ער פון הימל וואס מ'איז אים מחליט צו געבן. אבער די תוצאה סופית וואס מ'זעט אויף אים, איז נישט צוליב זיין עבודה, זיין בחירה, זיין 'יראת שמים' (- משורש 'הכל בידי שמים חוץ מיר"ש'), נאר אדאנק וואס מ'האט מאיזה סיבה שיהיה מחליט געווען אים צו שענקן פון הימל.

איי פרעגסטו 'וכי משוא פנים יש בדבר'? נו נו, 'בהדי כבשי דרחמנא'.



[center]בבחינה מסוימת קען דער רשע גאר שטיין העכער פונעם צדיק.[/center]
די געדאנק גייט ער איבער'חזר'ן שפעטער אויך, ויש לי ביאור בדבריו, אבער דערווייל לאמיר זען וויאזוי ער שניידט ווייטער:
או אולי שעונך גרמו לו, וחטאתך מנעו הטוב ממנו, מפני היות כל ישראל ערבים ומערבים נפש אחת ממש בשרשם. או רבי הנסיונות והוא מסבות מתהפך (איוב לז, יב), ואל תדון את חברך עד שתגיע למקומו (אבות פ"ב מ"ד). או אולי במקום שהוא עומד אפילו צדיק גמור לא הי' יכול לעמד באמונתו, והי' רק רע הרבה יותר ממנו.

דא גייט ער אריבער צו א פרישע שטאפל, זאגנדיג אז מעגליך שטייט דער רשע/גראבער יונג נאך שענער ווי דער צדיק, ווייל וויבאלד מיר זעען נאר די תוצאה סופית און נישט די אתערותא דלתתא, איז מעגליך אז דער צדיק וואלט נישט געשטאנען אזוי שיין ווי דער רשע, ווען נישט די אתערותא דלעילא. דהיינו אין אנדערע ווערטער, דער צדיק האט נישט די נסיונות פונעם רשע, דער עבר פונעם רשע [סיבות מוקדמות שגורמות לבחור ברע], און דערפאר זעט ער אויס ווי א צדיק, אבער באמת שטייט ער בשורשו נידריגער פונעם נידריגן.



[center]עס קען זיין א תכלית הנרצה פארן מאכן א מענטש פאלן/אלעס קומט נאר ע"פ רצון ה'.[/center]
יעצט פארט ער צוריק צום ענין, און ער שארפט עס אויס:
וא"ת למה השליכו ה' מעל פניו למקום הקלפות ונסיונות אלו? כבשא דרחמנא היא, ורוצה בהתגלות אלקותו גם שם, ולקדש שמו ברבים שהם הקלפות. משא"כ אתה לא כן, ה' אלקיך עמך (דברים ב, ז), ונתן לך רחמים (דברים יג, יח), אהבתו ויראתו על פניך (שמות כ, יז).

עקר ושרש הכל, שאין ביכלת האדם בעצמו לעשות שום מעשה וחשבון מצות ומעש"ט ולהדבק בדרכי השי"ת, כי אם על ידו ית', הבורא מאורי האש ההבתו ויראתו על פניו. ואם כה יאמר - לא חפצתי בך, כל אילי נביות לא יועילו לו לקדש עצמו, וכי מה יועיל גבר עם א-ל (עי' איוב כב, ב), אם יצדק מה יפעל לו (עיי"ש לה, ז), ובאיזה אפן תחול עליו קדשת ה' ודבקותו - אין זה כי אם רחמיו על כל מעשיו (תהלים קמה, ט), וחסד א-ל, כמאמר (תהלים סב, יד): ולך ה' חסד כי אתה תשלם לאיש כמעשהו.

דא חזר'ט ער איבער די פריערדיגע נקודה, אויסשארפנדיג דאס ענין אז עס איז למעלה מהשגתנו אבער דאך א פאקט, אז דאס וואס מיר זעען בעינינו איז נישט קיין תוצאה פון שטענדיגע בחירה והתמדה בדרכים ישרים, נאר א תוצאה פון רצון ה' - אפגעזען דאס מענטשליכע אייגענע רצון.

ער לייגט אבער צו איין נקודה, וואס רבי צדוק הכהן (צווישן אנדערע) שמועסט אויס כמה פעמים, אז צומאל איז דא א ספעציעלע רצון ה' אז ער זאל זיין אין א שפל המצב, און דאס וואס 'השליכו ה' מעל פניו' איז ווייל דער באשעפער וויל עפעס א 'התגלות אלקותו גם שם', באיזה אופן שיהיה.



[center]די דערהויבענע מדריגות פון א מענטש, קומען נאר מצד גאט וואס געפונט זיך בתוכו.[/center]
דא איז ער ממשיך צו זאגן, אז דערפאר דארף מען אנהייבן מיט 'שבחו של מקום' ביי עבודה, און זען מיעוט ערך עצמו ושפלותו, און אז אלעס קומט פון באשעפער. אין בתוך דבריו - נאך א באמבע:
גם אהבתו גם יראתו, הלוא ה' זו. כי מי האוהב אם לא חי ה' המתפשט בנפשו, ואת מי אוהב לה' ומה היא האהבה, הלא היא המחצבת מעצמות אלקית, המתפשט ומתקשר ומתאחד בעולם השפל ומתצמצם בעולם קטן - הוא האדם (תיקו"ז תיקון ע'). ובכל מקום שהוא עומד - בתוכו ית' הוא עומד, כי הוא מקומו של עולם, סובב כל עלמין וממלא כל עלמין.

ובשעה שתוקפו מדת האהבה לאדם, אין אתו יודע עד מה, וכל הון ביתו בוז יבוזו נגדה וכולא קמיה כלא חשיבא, כי מאת ה' הוא, וכל מה שהוא מתלהב יותר ומשיג בלבו אמתות הענין, אשר לא מנפשו הוא, כי מה עשה ובמה יוכל לעשות ככה מגדל עכירות גשמיות גופו ומחשבתו. אבל רוח ה' דבר בו ומלתו על לשונו (שמואל-ב כג, ב), ואהבתו הלא זה אוד מוצל מאש ה'...

דא זאגט ער שוין א פרישע יסוד אין חסידות [קבלה], וואס דער בעל התניא איז פארנומען מיט דעם אין שערי יחוד ואמונה ואכמ"ל, ובנוגע לענינינו - אלעס איז דאך בעצם חלק פון געטליכקייט, און די אהבה שבאדם איז דאך אויך אלוקות, און די גוף עכור וואלט דאך נאר געשטערט. קומט אויס אז ווען א מענטש שפירט א קירבת אלקים זאל ער זיך נישט איינרעדן אז ער האט געארבעט דערויף באיזה אופן שיהיה, נאר ער זאל מכיר זיין אז 'מאת ה' הוא', און 'לא מנפשו הוא'.

דאס איז פריער אויסגעשמועסט געווארן דורך כמה חכמים, והענין הוא אז דיין בחירה זעלבסט איז אויך געטליכקייט, וויבאלד אלעס איז דאך חלק פון גאט. דאס איז די נקודה וואס ער שמועסט דא אויס, אבער ער שרייבט שארף אז א מענטש קען נישט נעמען קרעדיט פארן 'בוחר זיין', ווען סך הכל מאכט ער א פיצעלע אתערותא דלתתא, וואס ער קען ניטאמאל וויסן וואס ער האט בוחר געווען ע"פ די תוצאה, ווייל די תוצאה קען זיין גענצליך אנדערש ע"פ רצון ה', ובהדי כבשי דרחמנא למה לך.



[center]כמה יסודות החסידות העולות על פי זה.[/center]
מיט אט די יסוד גייט ער ווייטער מסביר צו זיין אז דערפאר קומען שלעכטע מחשבות אויך צום צדיק, און דערפאר האט דער צדיק ליב יעדע אידיש קינד, 'אפילו לרשעי ישראל', ווייל ער האלט זיך נאנט צו זיי וויסנדיג אז 'אין לו לעצמו יתרון עליהם כי אם מה שענוהו בשערה מן השמים'. און דערפאר איז ער זוכה אז ווען ער איז זיך מתעלה - 'מתעלים כלם עמו לאלפים', וויבאלד ער איז מקושר מיט זייערע מדות והם נפש אחת וכו'. און דער אויספיר דערפון איז, אז דער וואס האלט זיך גרויס מיט זיין עבודה איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי א 'שונא ישראל, וכמו שאין לו אלו-ה ממש, ובודאי הוא כן, ופחות וגרוע הוא מכל הרשעים כים נגרש, ומוסיף כח בקלפה יותר מכל הרשעים, ויורד מטה מטה'!!!

דא האט ער צאמגעשטעלט פרישע פיר יסודות בחסידות, אזוי בהעלם אחת. אבער אויף א וואונדערבארער פארנעם מאכט ער זיכער אז אלעס שטימט כמין חומר.



[center]אפילו די חטאים און התנגדות צום באשעפער, קומט מרצונו ית', און מיר פארשטייען דאס נישט.[/center]
ער איז ווייטער מאריך בנקודות וראיות לזה, און דערנאך איז ער ממשיך מבהיר צו זיין זיין כוונה, אז ער מיינט אז אזוי עקסטרעם ווי עס קען נאר גיין:
נמצא שקדם בריאת העולמות הי' הוא ושמו לבד (ב"ר פכ"א ס"ה), ואחרי שברא הכל - אעפ"כ באמתות ההתבוננות אין שום דבר בעולם בלתו, והכל בתוכו והוא בתוך הכל ומצירו ומקימו, והרי הוא כאילו הוא ושמו לבד, שהרי הוא רק למען הראות גדלו, וכל הנקרא בשמו ולכבודו אפלו כל ההתנגדות.

וזהו (ר"ה י"ז ע"ב): ה' קדם שחטא ה' אחר שחטא, א-ל המעלה את הכל, ומתחלה ועד סוף הכל הוא ית' בעצמו, ומה לאדם שיבא אחר המלך 'למה זה הוא כך וזה הוא כך', ואין לו לאדם כי אם לסדר שבחו ית' לפניו כמו סדור בעלמא, וממילא תעשה הכל.

ער ברענגט דא ארויס זיין נקודה מיטן גאנצן קנאק: אפילו די 'התנגדות' צום רצון ה', איז אויך נאר ברצון ה', 'למען הראות גדלו' (בערך כמו הבחינה שרואים אצל פרעה. או אולי ירצה לומר ע"פ דברי רבי צדוק, שיש איזה רצון ה' בזה לתועלתו של האדם עצמו). נאכמער, ס'איז נישט נאר ברצונו של ה', נאר אויך דורך דעם באשעפער, און א מענטש קען נישט פארשטיין 'פארוואס'. און דער תפקיד פונעם מענטש איז נישט מער ווי צו מסדר זיין שבחו של מקום, וואס דאס איז די יסוד פון אתערותא דלתתא, און ווי ער שמועסט אויס פריער אז אזוי דארף מען צוגיין צום עבודה לאלקים [מעוט ערך עצמו וכו'], און דאס איבעריגע ליגט שוין אויפן באשעפער וואס איז מחליט ביי יעדן מענטש כפי רצונו ית'.



[center]גאט האט זיך זיינע חשבונות, אבער שכר ועונש בלייבט פארט א פאקט.[/center]
ווען איך האב דאס געלערנט צום ערשטן מאל, בין איך צוטרייסלט געווארן ממש אויף אזא שטארקע פארנעם, אז פאר צוויי וואכן האב איך מיך ארומגעדרייט ווי א צאמגעפאלענע מענטש. איך האב געוואלט הרג'ענען דעם וויטעפסקער פאר זיינע ראדיקאלע רייד, הגם ער זעלבסט קומט שנעל ארויס מיט אזא 'הבהרת הדברים', וז"ל:
ומשל הדיוט היא בנצחונו של בשר ודם, שהמלך מעמיד הפשוטים מחילותיו בקשרי המלחמה הכבדה, והשרים יושבים עם המלך ברחוק ומתענגים עמו, ואעפ"כ אח"כ כשכבשו המלחמה - השר יושב עם המלך ומתענג עם המלך, וכ"ז אינו כי אם רצון המלך, בלי היותו ראוי במעשיו לכך, כי מי שיכול לעמד בקשרי המלחמה מעמידו, ומי ששיך לשמוש אחר ממנהו על זה.

ואי משום הא, אינו בטול השכר והענש, חלילה לא-ל מרשע ושד-י מעול (עי' איוב לד), אבל הכל במשפט, שהרי הכל הוא שמותיו ית', ומי יודע בכל אלה - רק למען דעת את ה' ולעבדהו - מודעת זאת, שאין לכל אחד רק לעבדו ית' באפן שהוא, שהרי לכך נברא ובכך נברא ומה לו עוד. ובזה יהיו כל ישראל כלם אהובים לו, שהרי כל אחד הוא שמו ית' באפן רצונו.

דאס איז בערך ווי דער געדאנק פונעם בעל התניא איבער די ווערטער פונעם רמב"ם בהל' תשובה, אז א יעדער קען זיין גדול כמשה וכו', אז די כונה איז אין זיין מצב ודרגה דיליה, אבער אויסדריקליך נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו זיין ווי משה זעלבסט, והענין אחת היא. יעדער האט זיין תפקיד, וע"ז יביאו אלקים במשפט, און נישט וויאזוי ס'האט זיך אויסגעשטעלט אויף דעם וועלט בפועל ממש.

דער פרי הארץ איז ווייטער ממשיך מסביר צו זיין זיין כוונה באריכות, מיט ראיות והסברים בדברי חז"ל. ואלך בדרכו, אז לפי דבריו קען מען פארענטפערן דעם באקאנטן אינטרעסאנטן שטיקל גמרא (ב"ב י' ע"ב): 'עולם הפוך ראיתי, עליונים למטה ותחתונים למעלה'. ולפי הנ"ל יבואר היטב, אז צומאל קען א צדיק אויף די וועלט זיין למטה אויף יענע וועלט, וכן להיפוך, און די טעם דערצו איז געוואנדן אין די אתערותא דלתתא פונעם מענטש, וואס דאס איז די קליינע ביסל וואס ער זעלבסט לייגט אריין אין זיין עבודה, אבער עס זעט זיך נישט אייביג אן אין די תוצאה, ויכול להיות רשע שהקב"ה סיבב לו כן הגם שרצונו היה קדוש. מיר ווייסן נאר אזויפיל, אז אונז דארפן טון אונזערס, אבער מ'קען נישט זיין פארזיכערט לויט וויאזוי ס'זעט אויס אין די מבחן הדברים בהתוצאה.



[center]דער וויטעפסקער שרייבט גאר מאדערן פילאזאפיע? [מיט א חסיד'ישע אפטייטש].[/center]
אלנפאלס, נאכן ארומגיין אן א קאפ פאר אפאר וואכן, האב איך ענדליך איינגעזען אז זיין ראדיקאלע שיטה איז שוין גאנישט אזוי ראדיקאל, און גארנישט אזא חסידישע תורה, נאר איז אייגנטליך איינע פון די טיפסטע פילאזאפישע שמועסן אויפן וועלט, וואס ער האט באוויזן אויסצושמועסן און ארויסברענגען זיין שיטה בהענין.

ווייל די קשיא איז דאך, אז יעדע פעולה פונעם מענטש קומט דאך מיט הנחות מוקדמות וואס ברענגען אים צו דערצו, נמצא אז א מענטש האט בכלל נישט קיין בחירה חופשית אין קיין שום נושא (אפילו אין די אויגן פון אן אטעאיסט, וואס מוטשעט זיך נישט מיט קיין שאלה פון 'ידיעה ובחירה'. דא רעדט מען אין די עצם מושג אז א מענטש זאל בכלל 'בוחר' זיין אין עפעס). הרב דעסלער מוטשעט זיך שוין דערמיט אין מכתב מאליהו, און אלטוועלטליכע פילאזאפן זענען אויך פארנומען דערמיט [ע"ע דעטערמיניזם].

לדעתי האט ר' מענדעלע וויטעפסקער געזוכט אן ענטפער אויף די פראגע, און דערפאר האט ער ממעט געווען כפי יכולתו פון געבן 'קרעדיט' פארן מענטש, פאר זיינע גוטע טהאטן. אלעס קומט פון הנחות מוקדמות ומצב הסביבה ונסיונות החיים, און אויב עס איז נישט גענוג - ליגן דא אסאך טיפע חשבונות שמים. דער מענטש טוט אייגנטליך גארנישט, עכ"פ אויף צו נעמען קרעדיט פאר זיינע גוטע מעשים, אדער אראפצוקוקן דעם רשע.

איי וואס טוט זיך מיט 'בחירה'? און וואס איז מיט 'שכר ועונש' וואס קומט אלס תוצאה פון בוחר זיין בטוב? אויף דעם קומט ער אויף מיט א גאונ'ישע תירוץ פון עפעס א 'מחשבה' וואס לויפט אדורך ביים מענטש בגדר אתערותא דלתתא, וואס דאס איז אזוי קליין און אזוי אוממערקבאר אז דאס וואס מיר זעען שפעטער האט גאנץ קנאפ איינגעשטויסן מיט זיין פעולה לבחור בטוב, אבער פארט היות ער האט עפעס געטון הייסט דאס 'בחירה'. און ווען מ'רעדט פון שכר ועונש, באקומט ער דאס געוואנדן אין זיין מחשבה תחילה - נישט אין די תוצאה וויאזוי זיינע מעשים שפילן זיך אויס בפועל, וויבאלד דאס איז שוין תלוי ברצון ה'.


לאמיר צולייגן נאך א 'קנייטש'. היינט צוטאגס טענה'ן די וויסנשאפטלער, איז א מענטש בכלל נישט בוחר בשום ענין, נאר אלעס ווענדט זיך אין די כעמישע באשטאנדטיילן אין זיין מח, וואס צומאל איז דאס גובר און צומאל איז דאס גובר. נאכמער, ווען א מענטש איז כביכול 'בוחר' האט ער שוין בעצם בוחר געווען פיל פריער, נאר עס דויערט צייט אז ס'זאל אנקומען צום מח וואס זאגט אים אז 'יעצט' איז ער בוחר, ואכהמ"ל בזה.

עכ"פ לפ"ז קלער איך, אז דער פרי הארץ איז זיך אויך מתייחס צו דעם, און דערפאר געבט ער נישט פארן מענטש קרעדיט פאר זיינע מעשים בפועל [און ער רופט די כעמישע באשטאנדטיילן בשם ה', והבן], נאר אזויפיל קען יא זיין אז דער באשעפער געבט פארן מענטש א געוויסע כח וואס איז קוים קוים מערקבאר (און אפילו דאס, איז נישט מערקבאר לאחר המעשה שמתהווה), צו קענען 'בוחר' זיין א געוויסע רצון. ויל"ע בזה.



איך האב דא קלאר נישט געזאגט מיין דעה בענין נאר וואס דער וויטעפסקער זאגט, און ס'איז היבש שווער צו פארדייען אזעלכע שארפע רייד, נאכדערצו לויט ווי ער לייגט עס אראפ, אבער אויב תורת חסידות - איז דאס די ריכטיגע תורת החסידות, און ווען מיר קריכן אריין אין די שפעטערדיגע חסיד'ישע ספרים וועלן מיר זיך כסדר באגעגענען מיטן זעלבן פאקט, אז זיי האבן אנגעקוקט 'ידיעה' אלס יסוד מוצק, ווען 'בחירה' שלעפט זיך נאך שוואכערהייט, זה בכה וזה בכה, אבער זיי האבן אלע שטארק אוועקגעמאכט די נקודת הבחירה בהאדם.

אויב דער עולם וועט ווייזן אינטערעסע, קען איך מעגליך ציען די נושא ווייטער.

דער אשכול פארמאגט 72 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר